בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday12 Shevat 57852/10/2025

Video
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ערשיינען צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ערשיינען צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג

מען קען מיטהאלטן א הוקאפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבער
3518887117

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
ברוך הבא בשם ה'

מאנטאג פרשת יתרו 9:12 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם טוטער-בארא עירפארט נאכן וויילן די לעצטערע וואכן אויף מנוחת הנפש.

פון דארט וועט רבינו שליט''א תיכף אריינפארן קיין וומסב''ג מפאר זיין בראש שמחתו הגדולה שמחת התנאים פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלאזן דעם ביהמ''ד בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע, ווי די רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו פארן ארטיגן חב"ד רב הרב שלמה אהרן דענעבוים שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
News
מאנטאג פרשת יתרו 2:23 אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, אין די יעצטיגע מינוטען האט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א געהויבן פונעם פאלם ספרינגס אינטערנעשנעל עירפארט, אויפן וועג אהיים נאכן וויילן אויף מנוחת הנפש די לעצטערע וואכן.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדאן אינעם טוטער-בארא עירפארט נאך א וועג פון 4 שעה ארום 9:10 ניו יארקער צייט.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ארויפשטייגן אויפן פריוואטן פליגער נאכן וויילן די לעצטערע וואכן אויף מנוחת הנפש בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
מאנטאג פרשת יתרו 12:50 אין פאלם ספרינגס, קאליפארניע. כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז אין די יעצטיגע מינוטען אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ארטיגן ביהמ''ד.
תיכף נאך מנחה וועט רבינו שליט''א צופארן צום ארטיגן עירפארט פון ווי די פריוואטע פליגער וועט זיך הייבן אום 1:20 א וועג פון 4 א האלב שעה, אויפ'ן וועג אהיים נאכן וויילן די לעצטערע וואכן אויף מנוחת הנפש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת בשלח שבת שירה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס

ערש''ק נאכמיטאג פאר די שקיעה הנראית ארום 4:15 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד, זיך מתעטף געווען מיטן טלית און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר ישראל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען און געוואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר בביתו נאוה קודש צו די זמירות ודברי תורה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו (קר''י).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הים ראה וינוס' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי). ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א עובדה פונעם הגה''ק הדברי חיים זיע''א בנוגע שבת שירה.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה און שחרית און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק בהתרגשות ובתלהבות, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
בעל קורא: הגה"צ אבד"ק אויסטריק שליט"א.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יושע הערש ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: ר' ישראל יודא ברא"י ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך ר' ליפא דייטש הי"ו (קר"י) דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' יוסף מאיר שנעעבאלג הי"ו.
- הוספות פ' המן: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הוספה: הגה"צ אב''ד אויסטריק שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ראובן יוסף לעווי הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו (קר"י).

מוסף: הגה"צ אב''ד אויסטריק שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלום הורוויץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05.
- מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר''י).
- פתיחה: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א (קר''י).
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר''י).
- לוי: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' ליפא דאנציגער הי"ו (לעיקוואד).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: ר' יוסף זונדל ברנ"ה שטיין הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און מאריך געווען אויפן פסוק 'ויהי בשלח פרעה את העם' און געטייטשט אז די זכות פון משה רבינו איז מגין אויף די אלע וואס זענען עוסק בתורה זאלן נתעורר ווערן לתשובה און קענען מתקן זיין יעדע עבירה און פגם.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: ר' משה ברנ"ה שטיין הי"ו (וומסב''ג). נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday11 Shevat 57852/9/2025

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבן שיחי'
אצל נכדו הרב אלחנן חיים מייזליש שליט''א
בן הגה''צ ר' הערשל שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, וחתן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days