בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday29 Shevat 57852/27/2025

Photos · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי, אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבלים ביי משפחת אינדיג ע''פ אמם אלמנת הרה''ח ר' נפתלי ע''ה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א ביים אנקומען אין ארה''ק בשליחות הקודש, אפגעווארט דורך הנהלת מוסדותינו הק' ירושלים בני ברק און בית שמש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א בקו''פ מקבל זיין ברכת פרידה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איידער ארויספארן אין ארה''ק בשליחות הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחיאל אלטר וויינשטאק הי"ו.
- ב"ר חיים קליין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בפתקא ופדיון הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל ויען דוד ודומ"ץ בקהל ויואל משה אנטווערפן. דערנאך איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה בקו''פ איבער די לעצטערע געשעענישן אין גוטעמאלא, עס איז צווישן אנדערע אנוועזנד געווען הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהילתינו וומסב''ג אינאיינעם מיט רבני ועסקני וועד להצלת ילדי גוטאמאלע און נאך עטליכע עסקנים, דער רבי האט א לענגערע צייט געהערט א באריכט פון די פעולות וואס מ'האט שוין געטון בעבר און אויסגעהערט עטליכע עדות יוצאי גוטאמאלע, און דערנאך א לענגערע צייט דן געווען און אויסגעפרעגט אלע דעטאלן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם שמאיע הי"ו פון לאנדאן און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' לאנדאן, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפען וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די מגבית לטובת ישיבתינו הק' אין אנטווערפען, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק', און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק הקדושת יו"ט זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הרה''ג ר' יואל ניימאן שליט"א.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פאר די מנהלים, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' וואס איז מרומז תורה ותפילה און ארויסגעברענגט בשבח הישיבה אז מען לייגט א שטארקע דגוש, אויפצושטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, וואס איז סיי תורה און סיי תפילה ווייל א תפילה נאכן לערנען האט סאך א גרעסערע כח, און ארויסגעברענגט די מעלה פון א ישיבה אוועק פונדערהיים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה לימי הפורים און מסיים געווען בברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א געהערט א טעלעפאנישער באריכט איבער די נסיעה פון די משלחת הרבנים אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א צו באזוכן בבית השחיטה המהודרת אין אוריגוויי, וואו רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט א הערליכע מהודר'דיגע מערכת השחיטה פאר גסות. די רבנים זענען זייער נתפעל געווארן פונעם גאנצן שחיטה סיסטעם, די האראוואניע וואס די חשובע בעלי בתים פון מיעל-מארט האבן אריינגעלייגט נאכצוקומען אלע הידורים ותיקונים, און האבן זייער משבח געווען פארן רבין די גאנצע מערכת השחיטה וואס איז אויפן העכסטן סטאנדארט אין כשרות בס"ד.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם ערשטן שבת וואס מען גייט פירן אין ביהמ"ד נצח ישראל סקולען אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין, ער האט געוויזן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש 'בשבילי הלכה' על הלכות יום טוב וואס גייט אי"ה אריין אין דרוק בס"ד, און דערביי איבערגעגעבן א גרוס פונעם פארגאנגענעם שבת משפטים ווי הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט געפראוועט א דערהויבענע שבת התאחדות בקרב אנ''ש תושבי השכונה.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תצוה, עב"ג החתן נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

שפעטער איז אריין הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א נענען א ברכת פרידה לרגל זיין נסיעה בשליחת הקודש צום גרויסארטיגן דינער בקרב מוסדותינו הק' און לרגל שבת שקלים בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק יע"א.

דער רבי האט איבערגעגעבן מדברות קדשו ואס מזאל איבערגעבן פארן ציבור און דער רבי האט געבענטשט ציקער וואס מ'וועט אויסטיילן פאר די תלמידי המוסדות, און דערנאך אים אפגעזעגנט פאר א דרך צליחה לחיים ולשלום.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תרומה-שקלים שנת תשפ"ה לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
צער בעלי חיים דאורייתא (ב).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 תרומה חו''ל7.7 MB

Wednesday28 Shevat 57852/26/2025

Photos · 10
הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א אינאיינם מיט הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א מו"ץ קהלתינו הק' במאנטשעסטער ואב"ד איגוד הרבנים, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה דקהלתינו הק' בוומסב"ג, באזוכן דעם בית השחיטה המהודרת אין אוריגוויי, ווי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א האט איינגעשטעלט א הערליכן מהודר'דיגן סדר מערכת שחיטת גסות פאר קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days