שיינער באזוך דורך הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א בקרב מוסדותינו הק' אין בית שמש יצ"ו
פת שחרית בבית הרה"ח צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו – מנהל המוסדות דער רב שליט"א פארהערט די כיתות פון ת"ת מסיבת סיום ימי השובבים דורך ילדי הת"ת
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
באזוך פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אויפן שטח הבנוי' פונעם בנין האדיר דקהילתינו הק' ומוסדותי' אין ירושלים עיה"ק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
תלמידי ישיבת אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הרב הגאון ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בחדרו החדש בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר בנציון שווארץ הי"ו. - ב"ר יואל בן אברהם מענדלאוויטש הי"ו. - ב"ר יצחק ליכטענשטיין הי"ו. - ב"ר שמואל גרין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:00 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יוסף לייב וואגשאהל הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין. - הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יואל מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday2 Adar 57853/2/2025
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי סיום כתיבת האותיות ערש"ק נאכמיטאג פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק אינעם ביהמ"ד פונעם ארטיגן געגנט אהל בתי'ה, ע"ש אמו החשובה ע"ה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תרומה - שבת שקלים - ר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים. - החתן יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו. - החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:55. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן תנא דבי אליהו 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' לייבל טויבער הי"ו (מאנטשעסטער). ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ברוך'ל מגארליץ זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ר"ח אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (מאנטשעסטער). מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און עס געזינגען מיט א שטארקע התעוררות. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, יוצר, און הלל, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הרה"ח ר' אברהם צימערמאן הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר ווייס היו. פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
עליות. - כהן: החתן יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו - באווארפען. - לוי: החתן שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו - באווארפען. - שלישי: החתן ישראל חיים בן הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען. - רביעי: החתן חיים שמואל בנימין ב"ר משה הערש סופר הי"ו - באווארפען. - חמישי: החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב חיים לאנדא הי"ו - באווארפען. - שישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו. - שביעי: החתן אלי' ב"ר אשר זעליג יונתן בלייך הי"ו - באווארפען. - הוספות: החתן ליפא ב"ר אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו. - החתן אהרן בן הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א. - הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. - הגבה: הרה"ח ר' בנציון יושע קרויס הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' משה הערש סופר הי"ו.
- אחרון - קריאת ר"ח: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - באווארפען. - הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שווארטץ הי"ו (ב"ב). - גלילה: הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו.
- מפטיר - קריאת פרשת שקלים האט דער רבי עולה געווען, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות. - הגבה: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו. - גלילה: הרה"ח ר' וואלף שווארץ הי"ו.
נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: - ר' חנני' סופר הי"ו. - ר' משה יודא ברש"מ עקשטיין הי"ו. - ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו. - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו. - ר' יעקב יחזקי' פרענקל הי"ו. - ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
ביי די הפטורה האט דער רבי געזאגט די הפטורה פון שבת שקלים און די ערשטע פסוק פון די הפטורה פון שבת ר"ח.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת שקלים ושבת ר"ח, מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:20. - מנחה: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). - הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג). - כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן הי"ו. - לוי: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו (וומסב''ג). - שלישי הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו. - הגבה: רבינו שליט''א. - גלילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט אז דורך מצוות צדקה ווערן געעפענט די ארובות השמים און מען איז זוכה צו הערן דעם קול ה' און הערות פנים פון הימל און עס ווערט נשפע אלע השפעות טובות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג. שושנת יעקב: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער צו די נייע לאקאציע פון 'עזר' העלט סענטער אינעם ביזנעס סענטער, דער רבי איז אריין אינעם 'עזר אפטיקל' און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט, און דערנאך ארויף צום העלט סענטער, און ארום אין אלע אפטיילונגען און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו דירעקטער, און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פילע פעולות לטובת די תושבי העיר און איבער די ווייטערדיגע פלענער, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יואל הי"ו און פאר די גאנצע הנהלה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם העריטידזש זילבער געשעפט אינעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם געשעפט, געטרינקן לחיים עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און ר' וואלף מענדלאוויטש הי"ו און פאר אלע איינגעשטעלטע. מען האט געענדיגט ארום 11:20.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג תרומה א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ח פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' יואל יצחק שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו. - ב"ר יושע דוד ראפאפורט הי"ו. - ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו. - ב"ר פסח חיים קרעמער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. מוסף: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערש"ק. מען האט געזינגען ניגוני ר"ח וניגוני חודש אדר, דערביי האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה. מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז מרדכי הצדיק איז געווען דורש טוב לעמו, 'טוב' מיינט מען שידוכים כמבואר בגמרא לא 'טוב' היות אדם לבדו, און אנגעוואונטשן עס זאל זיין מרבין בשמחה מיט אסאך שידוכים אין ישיבה, און מסיים געווען בברכת קדשו, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ארום 3:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געווארן אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד פונעם ארטיגן געגנט אהל בתי', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו פארענדיגן די לעצטע אותיות. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו געוויזן פארן רבין א כתב יד פון זקינו הגה"ק מרן בעל קדושת יו"ט, און אויך געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר כתבי יואל, אלע תורות געשריבן בכתב יד קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' שמעון ני"ו, דערנאך האט בנו הב' שמעון ני"ו איבערגעזאגט עטליכע חידושים פון זיין בר מצוה פשעטל. דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו, פאר חמיו הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה, און דערנאך געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן בנו הב' הבר מצוה שמעון ני"ו און מיט אנטוהן די כתר תורה אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו טאנצן מיטן ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תרומה כ"ט שבט יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. - ב"ר אלעזר גאנדעל הי"ו. - ב"ר אברהם יואל שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' און געטייטשט אז די ברען און התלהבות וואס צדיקים לייגן אריין אין א מצוה איז משפיע פאר די שפעטערדיגע דורות, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א וואס זיין השפעה איז נאך דא ביז היינט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אינדיג היושבים ע"פ אמם ע"ה אלמנת הרה"ח ר' נפתלי אינדיג ע"ה.
ארום 4:45 איז דער רבי אריבער אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול פערלשטיין שליט"א. דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה קטינא שליט"א ר"מ בישיבה. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'זה יתנו כל העובר על הפקודים' און געטייטשט אז ווען א צדיק איז משפיע א ישועה איז עס נישט נאר פאר זיך נאר אויך פאר די שפעטערדיגע דורות, און ממשיך געווען איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זיע''א, זיין הרבצת התורה לתלמידים, זיין יראת שמים, זיין כח הנהגה, און דערציילט עטליכע סיפורים, און ארומגערעדט בשבח הישיבה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, נאכן בענטשן האט דער מנהל שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים ספר החדש ברך משה על סוגיות הש"ס, מען האט געענדיגט ארום 6:00. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים. - הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה"ח ר' ציון עובדי' מאסרי הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון פילמער גארדענס צום סיום הש"ס דורך האברך ר' יעקב וואלף ב"ר יו"ט בערגער הי"ו חתן הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' צבי הירש פיש שליט"א אדמו"ר מזידטשוב פרעמיסלא מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער זיין ישיבה אין מאנסי און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישעי' שבתי בראך הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.
כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה יעמוד בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי, פארגאנגענעם מוצש"ק משפטים בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שע''י בית מדרשינו הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
דינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו. נואם הכבוד: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום הש"ס דורך האברך ר' יעקב וואלף ב"ר יו"ט בערגער הי"ו חתן הרה"ח ר' אלימלך דייטש הי"ו, נעכטן פארנאכטס אין די זאלן פון פילמער גארדענס.