פרייטאג ערש''ק ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
נאך קדיש פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם בעל הילולא זיע''א מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט פון אריבער צוואנציג מינוט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יומדה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א שפירט מען נאך ביז היינט צוטאגס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר עצי חיים על הלכות מקואות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Reports
← Show allFriday21 Adar 57853/21/2025
דאנערשטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו ז''ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו - הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל יצחק לעווי הי"ו - הרה"ח ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו - הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, דערביי איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק, סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א און דערנאך ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און ארומגערעדט איבער די קדושה פון ספר הק' נועם אלימלך און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אשר אנטשיל שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די דחקות וואס געפינט זיך אינעם יעצטיגן בנין הישיבה, מען האט ארויפגעלייגט די ציגל אויפן טיש און דער רבי האט געגאסן די צעמענט און ארויפגעלייגט א ציגל בשעת מען זינגט ניגוני התעוררות, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א שטיק צייט, דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען ביז 11:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נטע מרדכי קויפמאן הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אפרים פישל לאנדא הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון אלע שטעט אפצונעמען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל די פרישער פראיעקט אהערצושטעלן די 'סאטמארק' ביזנעס טאג וועלכע וועט פארקומען בעז"ה קומענדיגן דאנערשטאג בה"ב הבעל"ט און וועט צוזאמנעמען אלע סאטמארע ביזנעסער אינטער איין דאך, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר הערשל הכהן קאהן הי"ו.
- ב"ר יעקב יואל כהן הי"ו.
- ב"ר חיים מרדכי שמאיע הי"ו.
- ב"ר משה פאלקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה יהודה לייב מארקאס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב', און ארויסגעברענגט די שטארקע ווייטאג איבער די פירצה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצ"ש שושן פורים בעיר ואם בישראל וומסב''ג וואס דאס דארף אויפציטערן יעדעם איינעם, און ממשיך געווען בשבח פון די פילע תלמידי הישיבות וואס האבן זיך יא אויפגעפירט ווי עס פאסט במשך די ימי הפורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה הערש האלפערט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' פישל טעללער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה טובי' ווייסבערגער שליט"א גאב"ד בודאפעסט ביתר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו - הרה"ח ר' עמרם בר"ד כהן הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו - הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים שלמה פישער הי"ו - משב"ק.
- ב"ר יואל משה פישביין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 1:35 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' שלום לאנדא שליט"א ר"י עמודי דגירסא ריבניץ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' שלום שליט"א געוויזן פארן רבינו שליט"א ספרו החדש בשלום נפשי וואס קומט ארויס צו די חתונה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מנחם מאיר גליק הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל יודא לעווינגער הי"ו.
- ב"ר משה נתן נטע קטינא הי"ו.
- ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' טובי' עהרנפעלד הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' חנא דים הי"ו, די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו - הרה"ח ר' ברוך ווידער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני פורים און איבער פארשידענע מנהגי ישראל איבער וועלכע זמנים מען מאכט נישט חתונה און נאך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פארן משב"ק, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געגעבן דרשה געשאנק פארן בר מצוה בחור ספרו לב אהרן חידושי סוגיות. דער רבי האט פארלאזט זיין שטוב ארום 8:45.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג פקודי אין ביהמ"ד הגדול קר"י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו - הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו.
- הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א - הרה"ח ר' נפתלי הירצקא ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת ויקהל שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נתן נטע משה ווידער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מרדכי פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און די בר מצוה בחורים.
ארום 1:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א אויף א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן אין ביהמ"ד אבני צדק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א, פאר אחיו הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בשירה וזמרה און געטאנצן מיטן ספר תורה אינטערן חופה א לענגערע צייט, און דערנאך איבערגעגעבן די ספר תורה פאר חדב"ן און ממשיך געווען מיט די ריקודין א שטיק צייט. ארום 2:00 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 3:30 איז דער רבי צוריק אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום הכנס"ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ''ד שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 3:50.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין צו די סעודה לגומרה של תורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקען א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז דא ביי א הכנס"ת און געזאגט אז די גרויסע שמחה איז נאר א מנהג כמבואר בחתם סופר, א מנהג איז עוקר א דין און צוברעכט אלע דינים און ברענגט אראפ אלע השפעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 6:00, און אריינגעפארן קיין וומסב''ג צום שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.
ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום.
ביי די פלייש האט מען אריינגעברענגט א העלזל כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אשר הניא: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ. שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ דקהילתינו 18טע עוו.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דב''ק.
ערשטע תורה: אויפן פסוק
'ותגע בראש השרביט' און געטייטשט אז ביים מקדש זיין א קרבן איז מען מקדש אבר שהנשמה תלויה בו איז פשטה קדושה בכלו פאר דעם איז די תפילין שנגד הלב ועל הראש מקדש דעם גאנצן גוף פון א איד, און מעורר געווען די גרויסקייט פון מצות תפילין מ'זאל עס האלטן הייליג און טייער.
צווייטע תורה: אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' און געטייטשט אז דורך מכניע זיין די 7 קליפות פונעם יצר הרע איז געקומען די ישועה.
דריטע תורה: דורך דעם כוח פון מקוה האט מען מנצח געווען המן הרשע אזוי אויך מיט די כוח פון מנהגי ישראל, און מעורר געווען יעדער זיך צו פירן כמנהג אבותיו ווייל מנהגי ישראל זענען קודש.
פערטע תורה: אויפן פסוק 'ומשלוח מנות איש לרעהו' וואס איז ס"ת תש''ח וואס איז ראשי תיבות ת'ורה ח'יים ש'לום און ס'איז משפיע נישט נאר פורים נאר א גאנץ יאר.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד פורים און געטאנצן בכל לב ובכל נפש א לאנגע צייט.
פונפטע תורה: אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז דורך געבן צדקה ברענגט מען אלע השפעות טובות, און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען בנימין און וואלף זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.
זעקסטע תורה : אויף 'ימין השם רוממה' און געזאגט אז דורך זיך פירן במידות החסד איז מען משפיע חסד ורחמים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום. און מען האט אויפגעגעבן קרויט לכבוד פורים, דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:15.
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת הרה"ח ר' יצחק חנני' יו"ט ליפא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בנציון שאפער הי"ו היושבים ע"פ בתו/ אשתו ע"ה.
און נאכדעם ביי הר"ר יצחק מוטצען שליט"א ובניו החשובים היושבים ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday19 Adar 57853/19/2025
מוצש"ק כי תשא - ליל שושן פורים המשולש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די המוציא האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה.
במשך די טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק.
ערשטע תורה: אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען דעם זכות פון תקיעת שופר וואס דאס איז מעורר אז הקב"ה זאל נישט פרעגן קיין קשיות אויף כלל ישראל און משפיע זיין אלעס גוטס.
מען האט אויפגעגעבן א העלזל כנהוג.
צווייטע תורה: אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און געטייטשט אז מיט די כח פון מחצית השקל איז מען מצרף הקב"ה צו כלל ישראל און אפילו מען איז נישט ווערד איז דא רחמים וחסדים.
דערנאך איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געטאנצן לכבוד התורה.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען צו שרייבן חדב"ן הגה"צ שליט"א אריינצושרייבן.
דריטע תורה: אויפ'ן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט אז דורך די שמחה של מצוה און בפרט די שמחה פון כתיבת ספר תורה וואס האט נישט זיינס גלייכן איז הקב"ה מצרף מחשבה טובה למעשה, אפילו עס איז דא א קטרוג ווערט עס בטל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה בעוז ותעצומות בשמחת התורה.
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין א לענגערע צייט, און מכבד געווען חדב"ן הגה"צ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה.
פערטע תורה: אויפן פסוק 'ומשלוח מנות איש לרעהו' און געטייטשט אז בימי הפורים האבן אפילו אידן פון די אנדערע מדינות וואס זענען נישט געווען אין די גזירה מיטגעהאלטן און זיך אויך מצער געווען מיט די וואס זענען יא געווען אין די גזירה, אויף דעם זכר גיבט מען משלוח מנות און מתנות לאביונים, און דערביי מכבד געווען אלע וואס הייסן יהודה ארויפצוגיין אויפן טיש און צוזאמנעמען געלט פאר די קופת הצדקה 'אבני חסד'.
פונפטע תורה: געזאגט אז עס איז אינו דומה צדקה ביחיד צו צדקה ברבים וואס דעמאלטס קומט א ברכה משמים עד בלי די, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה אהרן טייטלבוים שליט"א מלאפוש. שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד.
דערנאך איז פארגעקומען א שפיל לכבוד פורים דורך די משמחים ר' שמעון יואל קליין הי"ו און ר' משה יוסף לאנדא הי"ו.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת כי תשא שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן חיים ב"ר נתנאל אלטמאן הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו. ביי לכה דודי האט מען משנה געווען די ניגונים כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר מאיר בערקאוויטש שליט"א רב דביהמ''ד קאריץ בשכונת זרע קודש. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אוסטראליע).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין מבטלין איסור לכתחילה.
נאך די לעבער האט מען אריינגעברענגט קרויט לכבוד פורים.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יודא לייב לעבאוויטש הי"ו. ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעון סופר זיע''א וואס די יארצייט איז געווען מאנטאג י"ז אדר.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אלכסדר לייבוש הירש הי"ו (ב"פ).
- אשר הניא: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 1:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:10. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו (קרית טאהש).
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו.
- לוי: החתן מאיר ב"ר יואל בר"ש בערגער הי"ו - באווארפען.
- שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א - דער רבי האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו, ויקרא שמה בישראל: העניא זיסל נאך די באבע - די מאמע פון הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
- רביעי: החתן יוסף ב"ר שלמה זלמן ברוין הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן זאב ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון סימאן הי"ו.
- שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הוספות: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- החתן משה בן הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- אחרון: החתן יוסף דוד ב"ר יואל יצחק לעווי הי"ו - באווארפען.
- מפטיר: החתן ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה ביילוש הי"ו (ב"פ).
- גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע פאליק לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"י וויינגארטן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב פנחס מרדכי שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זו אסתר שהיתה עוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און ממשיך געווען רחמים אויף כלל ישראל. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40.
- מנחה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים מאיר ציפער הי"ו (מאנסי).
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מאמר חז"ל 'גלוי וידוע להקב"ה שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהם' און געטייטשט אז מיט די כח און זכות פון שב''ק און מיט די כח התורה קען מען ממשיך זיין רחמים וחסדים און מכניע זיין די קליפות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' שפיטצער הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו (ב"פ). שושנת יעקב: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו. מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם. מען האט געענדיגט ארום 9:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג).
אום 8:02 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און ארויף אויפן באלעמער, און מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש. מען האט אנגעהויבן קריאת המגילה אום 8:20 מען האט געענדיגט ארום 9:30.
ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום, אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, במשך די סעודה האט מען געזונגען מערערע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. שושנת יעקב: הרב ישראל הורוויץ שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט אז מיטן זכות פון די מאה קולות האט מען צובראכן דעם כח פון המן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די תורה האט מען ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות.
דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר הזכרונות ווי עס איז אריינגעשריבן די די נעמען פון די בחורים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט דורכגעקוקט דעם גאנצן באנד ברוב קורת רוח.
דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א האט אויפגעטרעטן לכבוד היום.
ברכת המזון: הר"ר פנחס אלימלך ווייס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פרייטאג כי תשא יום הפורים
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00 מעוטף מיטן שבת'דיגן טלית און די סטראקעס בעקיטשע. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו.
- בעל תפילה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף שליט"א.
- פתיחה: הרה"ח ר' מענדל טייטלבוים הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: פורים ראב''ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ני"ו.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן די ר"ת תפילין, נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען און ארויף אויפן באלעמער, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען דעם מנהג פון מחצית השקל, און דערנאך געזאגט דעם לשם יחוד און געזאגט די ברכות באש קודש און אנגעהויבן ליינען די מגילה אום 11:15, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט.
אנגעהויבן פון 1:30 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים ביז אום 2:25, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
ארום 2:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט, און זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום.
פאר די פיש האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לביסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען דעם ערשטן כוס וויין, און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געטרונקען דעם צווייטן כוס וויין, און געוואונטשן לחיים.
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים, און מעודד געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען 7 מאל דב''ק.
ערשטע תורה: אויפן פסוק 'ובבאה לפני המלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למסורת בעניני פורים.
צווייטע תורה: אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און געטייטשט אז דורך דעם כח פון מקוה ווערט מען נישט בטל.
רבינו שליט''א האט פארגעזינגען אדון עולם בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.
דריטע תורה: אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז דורכן מקיים זיין ואהבת לרעך כמוך איז דא צוויי מאל דער שם הוי"ה און עס ווערן נמתק אלע דינים.
דער רבי זיך אויפגעשטעלט און א לענגערע צייט געטאנצן מיט גרויס התלהבות.
מען האט אריינגעברענגט די זיפ און איז געווען קרעפלעך כנהוג, נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען דעם דריטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
פערטע תורה: ארור המן און ברוך מרדכי זענען ביידע בגי' 'בשר', ביים צוצושטעלן פלייש פאר אידישע קינדער קען זיין אדער א ברוך מרדכי אדער א ארור המן, און משבח געווען הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע איז א שותף לדבר מצוה צוצושטעלן כשר'ע פלייש פאר אנ"ש אויפן העכסטן סטאנדארט.
דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען האדרת והאמונה מיט השתפכות הנפש.
פונעפ'טע תורה: אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז דער שם אהי"ה במילוי איז בגי' מקוה, אויב טרינקט מען פורים כדבעי איז מען במילוי און עס איז חל דער שם אהי"ה וואס דאס ברענגט אראפ רחמים וחסדים.
נאך די פלייש האט דער רבי געטרינקען דעם פערטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
זעקסטע תורה: אויפן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז אויב איז מען מקושר צו א צדיק איז טוב לו שנברא אפילו מען וואוינט און חוץ לארץ.
דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א שטארקע שמחה א לענגערע צייט, און נאך די קוגל געטרינקן דעם פונפ'טן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.
זיבעטע תורה: מרדכי הצדיק איז געווען א דורש טוב לעמו ווייל ער האט משפיע געווען בני חי' ומזוני פאר כלל ישראל און דאס גייט נאך אן עד היום הזה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט אריינגעברענגט קרויט, און א בארג סיני קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, דערנאך האט דער רבי פאררייכערט א ציגאר כנהוג און עס איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און ביים זיך אויפשטעלן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור א גוט שבת בצהלת פנים. מען האט געענדיגט ארום 5:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת כי תשא תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל וועלץ הי"ו.
- ב"ר ליפא וויינבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש פאר די גבאים און מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו - הרה"ח ר' ראובן פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ תלמידים פון ישיבת בית דוד פון מאנסי, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון לומענענס, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון נכדו בן אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב בית מדרשינו בית נחום דוב אין וומסב''ג וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אלץ כהן הפודה האט געדינט הגאון ר' מרדכי בעק שליט"א, נאכן פדיון האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א, פארן כהן און פארן גאנצן ציבור. ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט די זאל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
אויך איז אריין בקו''פ הרב מנחם קליין שליט"א מנכ''ל פון די צהר ארגעניזאציע דק"ק בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פרטים און די פעולות פונעם ארגעניזאציע, און מעיין געווען אין די גליונות פון די ארגעניזאציע און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און איבער דעם גייסט פון לימוד התורה וואס איז געשאפן געווארן אין די לעצטערע יארן מיט די אלע חבורות ביי אלע קהלות הק', מער ווי אמאל, בבחינת אכשר דרא אויף דעם געביט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday16 Adar 57853/16/2025
אין א שריט פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט האט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, זיך צו באדאנקען פאר די מסירת נפש'דיגע שריט און דרייסטע החלטה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א נישט ממשיך צו זיין מיט'ן אויפבויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
גאנץ כלל ישראל רוישט, יעדער שטייט נאך איבעראשט פון די אויסטערלישע מסירת נפש'דיגע שריט למען השלום והאחדות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך צוריקגעצויגן פון ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל, אויף די פערזענליכע ווענדונג פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מרא דאתרא קדישא צום וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז למען עתיד עיר קרית יואל זאל מען זיך מושך זיין דערפון און נישט ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
אלס הכרת הטוב פאר אזא קריטישע שריט וואס כל העתיד של עיר הקודש קרית יואל איז תלוי בזה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געשיקט בנו הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א זיך פערזענליך צו באדאנקען בשליחותו אויף די שריט וואס וועט ראטעווען עתיד קרית יואל ס'זאל בלייבן הייליג און אפגעזונדערט כרצון המייסד רביה"ק זיע"א.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען צום שטוב פון וויזניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון נכבדי וחשובי קהלתינו הק', ובתוכם די רבנים החשובים הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און די ראשי הקהלה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
דער וויזניצער רבי שליט"א האט מיט א הארת פנים ספעציעל שיין אויפגענומען דעם רב שליט"א און די מכובדיגע דעלעגאציע, דערנאך נאך א לענגערע שמועס במנהגי היום פון שושן פורים המשולש האט דער רב שליט"א געזאגט פאר'ן וויזניצער רבי'ן שליט"א, איך קום בשליחות פון טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געוועהן קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל, ס'איז מיר געוועהן שווער דאס אוועקגיין הן צוליב די מאנגל פון דירות דאהי דער ציבור דארף דאך האבן ווי צו וואוינען, און אויך צוליב די שמירת עינים אין שטאט. אבער האט דער וויזניצער רבי אויסגעפירט לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען טרעפן א בעסערע פלאץ, צילייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז"ל האט געזאגט ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים.
דערויף האט דער רב שליט"א געזאגט אז דערפאר טאקע וויבאלד ס'איז אזוי שווער האט דער טאטע אזא גרויסע הכרת הטוב און ער איז יעצט געקומען זיך באדאנקען פאר'ן אפטרעטן למען כבוד המייסד רביה"ק זיע"א.
דערנאך האט דער רב שליט"א נאכגעזאגט א טרעפליך ווארט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס ער האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס ווען ס'איז איש על מחניהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט אין זיין מקום.
נאכן מכבד זיין מיט כיבוד און וואנטשן לחיים כנהוג, האט דער וויזניצער רבי שליט"א געשיקט מיטן רב שליט"א א פריסת שלום פאר מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די חשוב'ע דעלעגאציע בידידות רב, ונפרדו בשלום.
יעצט אהנקומענדיג צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין וומסב"ג, האט דער רב שליט"א תיכף איבערגעגעבן דעם פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
גאנץ כלל ישראל רוישט, יעדער שטייט נאך איבעראשט פון די אויסטערלישע מסירת נפש'דיגע שריט למען השלום והאחדות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך צוריקגעצויגן פון ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל, אויף די פערזענליכע ווענדונג פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מרא דאתרא קדישא צום וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז למען עתיד עיר קרית יואל זאל מען זיך מושך זיין דערפון און נישט ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.
אלס הכרת הטוב פאר אזא קריטישע שריט וואס כל העתיד של עיר הקודש קרית יואל איז תלוי בזה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געשיקט בנו הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א זיך פערזענליך צו באדאנקען בשליחותו אויף די שריט וואס וועט ראטעווען עתיד קרית יואל ס'זאל בלייבן הייליג און אפגעזונדערט כרצון המייסד רביה"ק זיע"א.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען צום שטוב פון וויזניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון נכבדי וחשובי קהלתינו הק', ובתוכם די רבנים החשובים הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און די ראשי הקהלה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.
דער וויזניצער רבי שליט"א האט מיט א הארת פנים ספעציעל שיין אויפגענומען דעם רב שליט"א און די מכובדיגע דעלעגאציע, דערנאך נאך א לענגערע שמועס במנהגי היום פון שושן פורים המשולש האט דער רב שליט"א געזאגט פאר'ן וויזניצער רבי'ן שליט"א, איך קום בשליחות פון טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געוועהן קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל, ס'איז מיר געוועהן שווער דאס אוועקגיין הן צוליב די מאנגל פון דירות דאהי דער ציבור דארף דאך האבן ווי צו וואוינען, און אויך צוליב די שמירת עינים אין שטאט. אבער האט דער וויזניצער רבי אויסגעפירט לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען טרעפן א בעסערע פלאץ, צילייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז"ל האט געזאגט ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים.
דערויף האט דער רב שליט"א געזאגט אז דערפאר טאקע וויבאלד ס'איז אזוי שווער האט דער טאטע אזא גרויסע הכרת הטוב און ער איז יעצט געקומען זיך באדאנקען פאר'ן אפטרעטן למען כבוד המייסד רביה"ק זיע"א.
דערנאך האט דער רב שליט"א נאכגעזאגט א טרעפליך ווארט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס ער האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס ווען ס'איז איש על מחניהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט אין זיין מקום.
נאכן מכבד זיין מיט כיבוד און וואנטשן לחיים כנהוג, האט דער וויזניצער רבי שליט"א געשיקט מיטן רב שליט"א א פריסת שלום פאר מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די חשוב'ע דעלעגאציע בידידות רב, ונפרדו בשלום.
יעצט אהנקומענדיג צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין וומסב"ג, האט דער רב שליט"א תיכף איבערגעגעבן דעם פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Thursday13 Adar 57853/13/2025
האמת והשלום אהבו!
אין א היסטארישע שריט פון אחדות און כבוד התורה האבן די ראשי קהילה פון ק"ק וויזניץ וומסב''ג היינט אויפדערנאכט אריבער געשיקט א שליחות צו כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א און געמאלדן די העראישע און מסירת נפש'דיגע באשלוס בפקודת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שלט"א אפצוטרעטן פון זייער געפלאנטע ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת
די באשלוס איז געקומען נאך די דירעקטע בקשה פון דער מרא דאתרא כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו משמרת הקודש צו האלטן דעם עינא ּפקיחא אז קרית יואל זאל בלייבן ארגינעל ווי עס איז נתייסד געווארן, און האט זיך געוואנדן מיט א פרעזענליכע שליחות קודש צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א אז למען עתיד פון קרית יואל זאל מען נישט ממשיך זיין מיט די ּפלענער און אויפבויען דעם וויזשניצער ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת.
חסידי סאטמאר אלוועלטליך און תושבי קרית יואל בפרט באגריסן די מסירת נפש'דיגע שריט פון די הייליגע וויזניצער קהילה וואס איז גרייט געווען אפצוטרעטן, טראץ די ריזיגע געלטער און כוחות וואס זיי האבן שוין אינוועסטירט במשך די לעצטערע יארן אין דעם פראיעקט אין די ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו אין קרית יואל המורחבת, און טרעטן אפ אלעס כדי צו העלפן באשיצן און ראטעווען דעם עתיד פונעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ''ו וואס איז געגרונדעט געווארן בדם לבבו דורך רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אז עס זאל זיין אן אפגעזונדערטע ווינקל בלויז פאר זיינע תלמידים וואס זענען הולכים לאורו, און פירן זיך לויט די יסודות און מסורות וואס ער האט אוועקגעשטעלט, על פי דרכי התורה וכמסורת בית אבותיו הק'.
די יעצטיגע 160 דירות וואס וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע חדשים וועלן אריבערגיין צו סאטמארע דעוועלאפערס, וואס וועלן דאס פארקויפן פאר תלמידי וחסידי רבינו און פירן זיך עפ''י הוראות רביה''ק מייסד העיר זיע''א.
די אלע איבריגע שטחים וועלען פארקויפט ווערן נאך די טעג פון פורים הבעל''ט.
דער מייסד העיר רביה''ק זיע''א דער מרא דאתרא פון קרית יואל וועט זיכער דאנקבאר זיין פאר די הייליגע וויזניצער קהילה פאר'ן העלפן באשיצן זיין ירושה די הייליגע שטאט קרית יואל, אויף וועלכע רביה''ק זיע''א האט זיך אויסגעדרוקט ''ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט'', און וועט אין די יעצטיגע גרויסע טעג פון די ימי הפורים, זיכער משפיע זיין משמי מעל השפעות טובות פאר די גאנצע וויזניצער קהילה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים שחי', ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וומסב''ג שליט"א.
דער קידוש השם איז גאר גרויס ווען מען זעהט דעם האמת והשלום אהבו.
קרית יואל בלייבט קרית יואל!! בכחו וזכותו של אותו זקן.
והעיר קרית יואל צהלה ושמחה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
אין א היסטארישע שריט פון אחדות און כבוד התורה האבן די ראשי קהילה פון ק"ק וויזניץ וומסב''ג היינט אויפדערנאכט אריבער געשיקט א שליחות צו כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א און געמאלדן די העראישע און מסירת נפש'דיגע באשלוס בפקודת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שלט"א אפצוטרעטן פון זייער געפלאנטע ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת
די באשלוס איז געקומען נאך די דירעקטע בקשה פון דער מרא דאתרא כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, וועלכע איז עומד על משמרתו משמרת הקודש צו האלטן דעם עינא ּפקיחא אז קרית יואל זאל בלייבן ארגינעל ווי עס איז נתייסד געווארן, און האט זיך געוואנדן מיט א פרעזענליכע שליחות קודש צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א אז למען עתיד פון קרית יואל זאל מען נישט ממשיך זיין מיט די ּפלענער און אויפבויען דעם וויזשניצער ישוב אין די גרעניצן פון קרית יואל המורחבת.
חסידי סאטמאר אלוועלטליך און תושבי קרית יואל בפרט באגריסן די מסירת נפש'דיגע שריט פון די הייליגע וויזניצער קהילה וואס איז גרייט געווען אפצוטרעטן, טראץ די ריזיגע געלטער און כוחות וואס זיי האבן שוין אינוועסטירט במשך די לעצטערע יארן אין דעם פראיעקט אין די ווילידזש אוו סאוט בלומינגראוו אין קרית יואל המורחבת, און טרעטן אפ אלעס כדי צו העלפן באשיצן און ראטעווען דעם עתיד פונעם הייליגן שטאט קרית יואל יצ''ו וואס איז געגרונדעט געווארן בדם לבבו דורך רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אז עס זאל זיין אן אפגעזונדערטע ווינקל בלויז פאר זיינע תלמידים וואס זענען הולכים לאורו, און פירן זיך לויט די יסודות און מסורות וואס ער האט אוועקגעשטעלט, על פי דרכי התורה וכמסורת בית אבותיו הק'.
די יעצטיגע 160 דירות וואס וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע חדשים וועלן אריבערגיין צו סאטמארע דעוועלאפערס, וואס וועלן דאס פארקויפן פאר תלמידי וחסידי רבינו און פירן זיך עפ''י הוראות רביה''ק מייסד העיר זיע''א.
די אלע איבריגע שטחים וועלען פארקויפט ווערן נאך די טעג פון פורים הבעל''ט.
דער מייסד העיר רביה''ק זיע''א דער מרא דאתרא פון קרית יואל וועט זיכער דאנקבאר זיין פאר די הייליגע וויזניצער קהילה פאר'ן העלפן באשיצן זיין ירושה די הייליגע שטאט קרית יואל, אויף וועלכע רביה''ק זיע''א האט זיך אויסגעדרוקט ''ווען נישט קרית יואל האב איך גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט'', און וועט אין די יעצטיגע גרויסע טעג פון די ימי הפורים, זיכער משפיע זיין משמי מעל השפעות טובות פאר די גאנצע וויזניצער קהילה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים שחי', ובראשם כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וומסב''ג שליט"א.
דער קידוש השם איז גאר גרויס ווען מען זעהט דעם האמת והשלום אהבו.
קרית יואל בלייבט קרית יואל!! בכחו וזכותו של אותו זקן.
והעיר קרית יואל צהלה ושמחה
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday11 Adar 57853/11/2025
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
- ב"ר עקיבא ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. נאכן ברית איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' רבי מרדכי דוב ווארפמאן שליט"א רב דביהמ"ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ במאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר בעריש ראזענבערג שליט"א - הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday10 Adar 57853/10/2025
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין ברי"א לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישכר בעריש פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"י מאשקאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' שמואל זאנוויל לייטנער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מאיר ברוך קאהן הי"ו - הרה"ח ר' אלימלך יוסף פאלאטשעק הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו ואחיו שיחיו ע"פ אחותם ע"ה
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם לייב קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל ברשל זאלדאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה שמואל ב"ר אברהם יושע גפן הי"ו.
- החתן ישראל איסר ב"ר יואל יעקב פיש הי"ו המיול"ח הרה"ח ר' יוסף אהרן הכהן רובין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:55. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ונשמע קולו בבואו אל הקודש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
פארן בענטשן האט דער רבי מוסיף געווען נאך א מהלך אויף די תורה בדרך דרוש אין די סוגיא פון מלאכה שאינה צריכה לגופה.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יושע וואגשאהל שליט"א אב"ד יאסלא.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו. צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן יחיאל שלמה ב"ר יצחק אייזיק הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן שמואל מאיר ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: פעסיל, ע"ש אמה של מלכות הרבנית הצדיקת אשת חבר רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
- רביעי: החתן משה בהר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן ישראל דוד ב"ר יחיאל מיכל קארנבלי הי"ו - באווארפען.
- שישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- שביעי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
- הוספות: החתן שלמה יואל ב"ר חיים מנחם לאקס הי"ו.
- החתן בצלאל ב"ר משה בראך הי"ו.
- הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו פ"ר דקהלתינו הק'.
- אחרון: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ.
- הגבה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- מפטיר - קריאת פרשת זכור האט דער רבי עולה געווען, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געליינט די קריאה מיט א שטארקע התעוררות.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יודא הערשקאוויטש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה הערש פעלדמאן הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא בהיכל ביהמ"ד הגדול צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב משה מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב משה שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מאמר חז''ל 'נשים חייבות במקרא מגילה שאף הן היו באותו הנס' און געטייטשט אז כדאי אידישע תפילות זאל נתקבל ווערן דארף מען צוקומען צו די טרערן פון נשים צדקניות און בזכותם וועט זיין די גאולה שלימה. און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25.
- מנחה: הרה"ח ר' משה בראך הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ.
- הגבה: רבינו שליט''א.
גלילה: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת זכור 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עס איז דא די מצוה פון זכירת מעשה עמלק און די מצוה פון מחיית עמלק בפועל, איה"נ בפועל קען מען נישט היינט מקיים זיין, אבער די זכירה אויסרייסן פון הארץ די טומאת עמלק וועט אויך זיין בזמן שביהמ''ק קיים און דאס גייט אויך אן היינט, והימים האלה נזכרים ונעשים יעצט בימי הפורים ווערט נתעורר אלע השפעות טובות פאר אידישע קינדער פאר יעדעם די מחסורו אשר יחסר לו.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו (מאנטרעאל).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו.
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו (וומסב''ג)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 8:55.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday7 Adar 57853/7/2025
פרייטאג ערש''ק תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דברי הדרכה לקראת דעם געהויבענעם יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף געדענקן דעם זכור את אשר עשה לך עמלק 'אשר קרך' אין אלע זמנים, און מען דארף געדענקן אז טראץ וואס פורים איז טאקע א צייט וואס מען טוהט זיך אהן פורימ'דיג דארף מען אבער זיכער מאכן אז מען טוהט זיך נישט אן גוי'איש און מען זינגט נישט און מען טאנצט נישט אויף קיין גוי'אישע און צעלאזטע מוזיק, נאר זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר חסידישע געהויבענע בחורים און מיט דעם מקיים זיין דעם מחיית עמלק, ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים אברהם ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה בקו''פ מיט די מנהלי הישיבות פון אלע סניפי המתיבתא ווי מען איז איבערגעגאנגען פארשידענע נייע תקנות בנוגע יו"ט פורים הבעל"ט.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו - הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד 'חיים יעקב' דקהלתינו הק' בשכונת ברך משה המורחבת אין שפיץ פון רב הביהמ"ד חדב"ן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פונעם צייטווייליגן ביהמ"ד וועלכע עפענט זיך דעם שב"ק אינעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק האט אויסגעשמועסט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד המפואר וועלכע ווערט געבויעט ברוב פאר והדר מיט אלע צוגעהערן און וועט האפענטליך פארטיג ווערן ביז ארום א יאר, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
- ב"ר משה אלימלך צבי ווידער הי"ו.
- ב"ר בנימין שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז', און ארומגערעדט דברי השקפה בנוגע די טומאת הציונית און אויסגעשמועסט די היסטאריע פונעם הסתדרות הציונית - די אלוועלטליכע ציוני'סטישע קאנגרעס און די מלחמה וואס אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געפירט אנטקעגן דעם, און די פשטות ביי יעדעם איינעם ביז די לעצטערע יארן זיך נישט אנצושליסן אין דעם, דערביי ארויסגעברענגט די ווייטאג אז עס האלט שוין היינט צוטאגס אז די אגודת ישראל קרייזן פארמאגן שוין מיטגלידער אינעם קאנגרעס וואס דאס באדייט אז יעדער וואס שרייבט זיך איין אין דעם דארף אינטערשרייבן אז מען גייט זיין א חלק אינעם נגע הציונית בגוף ובממון רח"ל, און אויסגעפירט מיט א בקשה צו כלל ישראל אז יעדער וואס האט אין זיך א זיק של יראת שמים זאל חלילה זיך נישט אנשליסן אין די התחברות לרשעים פונעם ערגסטן סארט טמא טמא יקרא, ויה"ר שילמדו תועים בינה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט.
נאך שחרית ארום 12:30 איז דער רבי ארויף פוקד זיין די ציונים פון רבותיה"ק זיע"א היינט נאך תפילת שחרית לרפואת גיסו האדמו"ר רבי ישראל בן לאה אסתר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי געצינדן 5 ליכט ביי די ציון פון רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א, און פארגעזאגט ספר רביעי פון תהילים און געזאגט קדיש, דערנאך האט דער רבי געליינט א קוויטל מיט די נאמען און מתפלל געווען א תפילה חרישות פאר א שטיק צייט. מען האט געענדיגט ארום 12:55.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה בר"ש בראך הי"ו - הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אשר זעליג יונתן בלייך הי"ו - הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון שאפינג סענטער צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדו למז"ט החתן בן בנו הר"ר שלמה שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נשואין און פארשידענע מנהגים בנוגע שבת זכור, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און עקסטער פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 8:35.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקו''פ מיט די חברי ועד הכשרות קר"י אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר, ווי מען האט איבערגעשמועסט די לעצטיגע שאלות און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות איבער די בעפארשטייענדן פסח סעזאן, דער רבי האט אויסגעהערט אלע פרטים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday5 Adar 57853/5/2025
דינסטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא צו די חופה פון אן אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, החתן בן הרה"ג ר' איתמר כ"ץ שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און עקסטער פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ווען אינצווישן איז אריין בקו"פ הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און שלום גענומען נאכן זיך אהיים קערן פון זיין נסיעה לבקר בהיכלי קהלתינו הק' אין אר"י און באשיינען דעם דינער השנתי פאר די מוסדות הק' און פראווען א געהויבענעם שבת שקלים אין בני ברק.
רבינו שליט"א האט אויסגעהערט מיט א קורת רוח א לענגערן הערליכן גרוס פונעם סיגעטער רב שליט"א, איבער זיינע באזוכן אין אלע דריי קהלות בארה"ק קודם אין בני ברק, און אויך אין ירושלים און בית שמש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלום אליעזר ליכטענשטיין הי"ו - הרה"ח ר' שלום יושע יאראסלאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' בנימין זאב שווארטץ הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 10:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, און נאך מעריב געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - הר"ר אברהם שמעון הורוויץ שליט"א, און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די שמחת החתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, החתן בן לחתנו הרה''ג ר' רבי ליפא טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה.
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון אימפעריעל צום שמחת החתונה, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ שליט"א, פארן זיידן האדמו"ר מסאסוב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן א פעטער מצד הכלה הרה"ג ר' יושע רייז שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק ווייטצען זצ"ל, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט דער בדחן הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין של מצוה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ שליט"א וכל משפחתו, און מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רבי צוריק אראפגעזעצט און מען האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און דער רבי איז אריין טאנצן אינעם רינג מיט בני משפחתו און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 12:40 און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פאר די כלה.
נאך די חתונה איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אין שטוב פון האברך הנגיד ר' אברהם חיים קליין הי"ו, ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דערביי איז אנוועזענד געווען הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א דומ"ץ וואלקאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון דירות אין אלע אידישע געגענטער און די דירות פרייזן אין שטאט און אין קרית יואל.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' אברהם חיים האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם בנין בית רחל החדש שע"י מוסדותינו הק' אין בארא פארק, און אינעם בנין בית חינוך לבנות בית פיגא שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק וואס האלט שוין יעצט אט אט ביים גמר הבנוי', דאן האט דער רבי אריינגעשריבן די ערשטע צוויי אותיות אין די ספר תורה וואס ר' אברהם חיים הי"ו הייבט אהן צו שרייבן, און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן נדבן, זיין שווער הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו בעל אכסני' אפון רבינו שליט"א אין ב"פ, און אלע אנווענזענדע.
דערנאך האט דער רבי אפגעהאלטן פריוואט א לענגערע הלכה'דיגע שמועס מיט וואלקאנע'ר דיין שליט"א.
ארום 2:00 האט זיך דער רבי אומגעקערט למעון קדשו אין קרית יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Monday3 Adar 57853/3/2025
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר בנציון שווארץ הי"ו.
- ב"ר יואל בן אברהם מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר יצחק ליכטענשטיין הי"ו.
- ב"ר שמואל גרין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 3:00 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה אהל משה פון לעיקוואד בהנהלת הרה"ג ר' מרדכי שלעזינגער שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יוסף לייב וואגשאהל הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' משה ארי' גוטמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו - הרה"ח ר' יואל מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
