בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday26 Adar 57853/26/2025

Photos · 4
הגה"צ רבי יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
שמחת החאלאקא פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, הילד משה בן הר''ר זלמן לייב ט''ב שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday25 Adar 57853/25/2025

Notice
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday24 Adar 57853/24/2025

Report
זונטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זיידא ווייס הי"ו (וומסב''ג), בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בכור משה סרוגא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים ממציוני תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף גאנץ מסכת בבא מציעא גפ"ת, דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבודו פון הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו צוגעשטעלט דורך די הנהלת השוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ח ר' שלמה הערש הי"ו, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און זיידעס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויקהל שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו (בני ברק).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב שמעון רובין שליט"א בן הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקהל משה את כל עדת בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.

קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א. ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ציעשנוב קר"י שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"א אדר.

קה רבון עלם: הרב אלטר יעקב יצחק בן הר"ר נפתלי חיים וואגשאהל שליט"א (וומסב''ג). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הגה"צ ר' ישראל דוד ליבערמאן שליט"א אב"ד שעניא. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר. מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק גאנדעל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.

עליות.
- כהן: החתן שאול ב"ר יוסף לייב סאנדער הי"ו.
- לוי: החתן מאיר ב"ר יואל בר"ש בערגער הי"ו.
- שלישי: החתן אפרים משה בן הר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א.
- רביעי: החתן אייזיק ליפא ב"ר איתמר טובי' ווידער הי"ו.
- חמישי: ר' מאיר לייב ברמ"י ווערטהיימער הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: ר' שמעון היילברוין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שביעי: ר' אליקים יודא ברד"ח ווייס הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הוספה: הב' הבר מצוה בן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אנטשיל גאלדבערגער הי"ו.
- גלילה: הר"ר הערשל אילאוויטש שליט"א.

- מפטיר - קריאת פרשת פרה: רבינו שליט''א, פארן ליינען האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד.
- הגבה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' הלל מנשה מארמארשטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מענדל משה סאנדער הי"ו (וומסב''ג).
- ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
- ר' יואל בר"י פאלקאוויטש הי"ו.
- ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו.

מוסף: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב''ג. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"י זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:40.
- מנחה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו.
- שלישי: הר"ר ברוך בערגער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א רב דקהל חסידים בקאסא גראנדא אריזאנע.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת פרה 'זאת חקת התורה' און געטייטשט אז עס זאל זיין אתם קרוין יאדם ואין אומות העולם קרויים אדם, דארף מען זעהן דבוק צו זיין אין אלופו של עולם, דורך תפילה ווערט מען דבוק אין באשעפער אבער פארדעם דארף מען לערנען תורה בטהרה דורך זיך מטהר זיין אין מקוה.

ידיד נפש: הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א. קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). שושנת יעקב: הגה"צ אב"ד שעניא שליט"א. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' הערשל אילאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:05.

נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מקאסאן לעיקוואד ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' אברהם כ"ץ ע"ה היושבים ע"פ אמם ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday23 Adar 57853/23/2025

Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו אין ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 13
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות לכבודו פון הרה''ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי''ו, אראנדזשירט דורך הנהלת השוהל הויף בעיר האבות סיגוט, פארגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
א חלק תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל וועלכע האבן זיך פארהערט מסכתא בבא מציעא ביי הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט נאך תפילת שחרית ווי דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי כ"ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מקאסאן לעיקוואד ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days