בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ג ניסן תשפ"ה4/11/2025

ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מצות באקן ואמירת הלל ברוב עם היינט ערב פסח, בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילדער · 9
מלכות'דיגער סדר טיש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פראכטפול אנגעגרייט אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די אריבער 220 חתנים פער נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.

(צוליב די ריבוי ההחתנים בליעה"ר וועלן די ארטיגע חתנים מתושבי קרית יואל זיך מסתופף זיין בצל הקודש נאר אין איינס פון די סדר נעכט).

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי מכירת חמץ בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי שריפת חמץ פארנט פון ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
היכל לב אהרן בבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער אין די לעצטע פאזעס ב''ה.
וועט פארענדיגט ווערן נאך פסח, שפאנענדיג פאראויס צום גרויסארטיגן חנוכת הבית בראשות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בקרב הימים, דער געהויבענער זמן וועט באשטימט ווערן נאך יו''ט פסח אי"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
שְׂמֵחִים בְּבִנְיַן עִירֶךָ וְשָׂשִׂים בַּעֲבוֹדָתֶךָ

שטח הענקי מיט אירע 12,000 סקווער פיס אין א טיף פון 40 פיס איז גענצליך אויסגעגראבן און שטייט גרייט אויפצושטעלן דעם תל תלפיות בנין האדיר והמפואר דקהלתינו הקדושה
קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר
בעיה''ק ירושלים ת''ו

לשנה הבאה בירושלים!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי בדיקת חמץ בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 13
מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ב ניסן תשפ"ה4/10/2025

בילדער · 24
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי בית מדרשינו החדש אין שכונת בריגאדון בקרית יואל המורחבת.
דערביי האט רבינו שליט''א קורא שם געווען פארן געגענט אלס 'שכונת קדושת לוי'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
עסקני ועד הרחבת גבולי העיר אינאיינעם מיט הנהלת בית מדרשינו החדש אין שכונת קדושת לוי בקרית יואל המורחבת, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נעכטן נאך תפילת מנחה, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל פתיחת שערי הביהמ"ד דעם יו"ט פסח.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם העכט הי"ו.
- ב"ר שלמה איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.
- ב"ר נפתלי יוסף מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל שאלאמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה זענען אריין בקו''פ ראשי קהלתינו קרית יואל אינאיינעם מיט די עסקני ועד הרחבת גבולי העיר אינאיינעם מיט הנהלת ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' אין שכונת בריגעדאן אין קרית יואל המורחבת מקבל זיין ברכת הקודש לרגל פתיחת הביהמ"ד דעם יו"ט פסח, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און איבער די פולע פעולות פון די וועד הרחבת הגבולים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם ביהמ"ד המפואר אור החיים ריבניץ שנבנה ע"י הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך אריין אין בנין המפואר און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די חדרי התפילה הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די פילע פעולות צדקה וחסד פון הנגיד ר' יואל הי"ו ובפרט די גרויסע חלוקות אין וומסב''ג לכבוד יו"ט פסח און אזוי אויך די גרויסע נדבה פארן בנין הכנסת אורחים 'בנין לאנדא' בעיר האבות סיגוט יע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א שמועס אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט הנגיד ר' יואל הי"ו זיך אינטערגענומען צו מנדב זיין דעם ריזן סכום פון פינף מיליאן דאלער אפצוקויפן די זכות פון די נייע חתונה זאל וואס ווערט געבויעט אינעם בנין הבית רחל 'בנין קליין' אין מוסדות קרית יואל, און עקסטער א ריזן סכום פון א מיליאן דאלאר פאר די נייע מקוה טהרה דק''ק קרית יואל, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון די P&G אינשורענס פירמע אין וומסב''ג אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' בערל פערלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל יודא פאוועל הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים און אלע איינגעשטעלטע.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און חומרות אום פסח און ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע הגדה בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן הגדה לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. נאך די זמני כניסה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל הילמאן דאווידאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. ביי שחרית איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאך שחרית.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף מאיר כ''ץ הי"ו.
- ב"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרב שמואל מנחם הורוויץ שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, מיט ברכות וקריאת השם האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע האדמו"ר מספינקא שליט"א.

נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין חדר אברהם יודא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, פארן בעל ברית, די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט דעם מי שברך פאר רבינו שליט"א.

נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזדנער ע"ה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי ארויף אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי קובע געווען א מזוזה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יונתן בלייער הי"ו.
- ב"ר אפרים יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע איז געווען אין קר"י לרגל די שמחת הוואכנאכט פון א אייניקל, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויקרא - שבת הגדול מוקדם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג

ערש''ק ביים זמן הדלקה"נ האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל תהילות יהוסף.

ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

במשך דעם שבת האט דער רבי געזאגט די קדישים ביי אלע תפילות לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יהוסף אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: הב' זלמן לייב ני"ו בן הרה"צ ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. הגבהת הכוס: הרב נחמן בראך שליט"א (בית שמש).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג גבריאל געשטעטנער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים. מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' הערשל טעללער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם עולה קרבנו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף אהבת התורה. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א מעשה פון די שידוך פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א מיט הרבנית חנה ע"ה וואס די יארצייט איז געווען שב"ק, און ממשיך געווען מיט סיפורים פון זקינה הגה''ק ר' משה דוד אשכנזי זיע''א מטאלטשאווע.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב ומו"ץ בקהלתינו הק'. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.

עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי בן הנולד אצל:
- ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו.
- ר' בערל היימאן הי"ו.
- ר' לוי באש הי"ו.
- ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרב נחמן בראך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, צו שחרית ויוצר איז דער רבי צוגעגאנגען. מען האט געזינגען ביי ממקומך, און נאך חזרת הש"ץ פאר קדיש תתקבל האט מען געזאגט די יוצרות לשבת הגדול, כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו (קר"י). פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב גליק הי"ו.
- לוי: בעל ברית ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: החתן יושע ב"ר יואל משה רייז הי"ו.
- חמישי: החתן הערשל ב"ר חיים אביש לאקס הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יעקב הלל וויינבערגער הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' חיים אביש לאקס הי"ו (קר"י).

מוסף: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ קר"י. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל יצחק לאקס הי"ו. דערנאך האט מען געליינט דעם נשיא כנהוג.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ברח"י לעווינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט קינדל און נאנט כנהוג אום שבת הגדול.

ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה, דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישית, און אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און משמיע געווען לענגערע פלפול אין די סוגיא פון 'מתוך' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און ממשיך געווען בדרוש אין די סוגיא פון שנים שעשהו, און דערנאך אריבער בדברי אגדה ומוסר, און מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, ובפרט בענין לימוד התורה און עבודת התפילה כדבעי מרישא ועד גמירא, און אזוי אויך שב"ק מאכן א הכנה צום דאווענען יעדער לפי ערכו, און מעורר געווען בענין מזוזה וואס מען האט שוין אסאך גערעדט און אויפגעפאדערט אז יעצט זאל יעדער בודק זיין די מזוזות, וואס חוץ די הלכה איז עס א שמירה מכל צרה וצוקה.

יעצט דארף מען אויך תפילות אויף די ענין פון גזירות החינוך דאהי און די גזירות הגיוס בארה''ק וואס איז זייער ערענסט, און ממשיך געווען אז מצה איז מבטל יצרא דעריות, אין שטאט איז אלץ דא נסיונות פון שמירות עינים בפרט זומער ובפרט פאר בחורים, און ארויסגעברענגט לשבח די צוויי ישיבות וואס בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט אויפגעשטעלט וואס ס'האט די מעלה אז סאיז מחוץ לעיר, און האט געזאגט 'וואויל איז דער וואס קען שיקן זיין בחור לערנען מחוץ לעיר', און געזאגט אז מען דארף לוחם זיין קעגן אלע מנהגי אמעריקע וואס כאפן זיך אריין אין שטאט און אין די קאנטריס בפרט די ענין פון די משקה המשכר ביי קדישים און שמחות, און מעורר געווען צו מאכן אז הכנה צום פסח און פארציילן ניסי וחסדי ה' און מסיים געווען ברוב ברכות, מען האט געענדיגט אום 7:30, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00.
- מנחה: הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.
- כהן: הרה"ג ר' אלי' מרדכי כ"ץ שליט"א (ב"פ).
- לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב הירש הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און געטייטשט אז דורך זיך פירן מיט ענוה ושפלות רוח איז מען זוכה צו השגחת השי''ת, מצה איז משפיע ענווה דאס דארף מען אריינברענגן אין זיך צוגרייטן צום יו''ט כדבעי וועט מען זוכה זיין צו השפעות בגשמיות וברוחניות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל יעקב הירש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.

ארום 12:00 איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שאול הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פונעם היכל הביהמ"ד בבית מדרשינו דברי יואל החדש וואס ווערט יעצט געבויעט אין ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' שאול הי"ו און זיין גאנצע משפחה. ארום 12:50 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ:
- מדור משולחן מלכים רבתי
מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
- מדור שיחות קודש
מרביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
- בענין: אכילת הביצה בלילי הסדר
- בענין: חומרת קטניות ומקורו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

- בענין: כלי זכוכית על שלחן הסדר
מאת הג"ר יעקב ווייס שליט"א

- בענין: מסורת האבות בהלכה ובאגדה
מאת הג"ר יואל שווארץ שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

ועוד מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 180 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג