Wednesday1 Sivan 57855/28/2025
הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט די הנהלת תורתך שעשועי ביים לאדענען כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א צום היסטארישן סיום הש''ס י''ט סיון זונטאג שלח.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי כתיבת האותיות אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק יושע קארנבלי הי"ו.
- ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל הר"ר שלמה זלמן יאזשעף שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה המנהל שליט"א ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה ליו"ט שבועות.
נאכמיטאג ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון אלמנת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת דאנציגער לע"נ אביהם ע"ה און ווערט אריינגעגעבן היינט אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אלמנה און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים אינאיינעם מיט די הנהלת תורתך שעשועי לאדענען רבינו שליט''א צום היסטארישן סיום הש''ס י''ט סיון זונטאג שלח, מען האט אויסגעשמועסט וויאזוי עס איז אריבער די לעצטע 12 יאר זינט די התייסדות פון די חבורה, און די שמחה וואס הערשט ביי אנ''ש, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה און געזאגט אז מען דארף זעהן נאך מענטשן זאלן זיך אנשליסן אין די חבורה אויף וואס הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו פטרון החבורה האט געזאגט אז ער איז גרייט צו ספאנסערן נאכאמאל אזויפיל מענטשן וואס זענען זיך גרייט אנצושליסן אין די חבורה און נעמען די בחינות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה להגדיל תורה ולהאדירה, און פריוואט פארן פטרון הרה"ח ר' יצחק הי"ו.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם יודא אינדיג הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday29 Iyar 57855/27/2025
ראשי קהלתינו הק' אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם סוקסעספולן 'סאטמארק' בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פונעם ביזנעס טאג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ח', און דערביי געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און שעות רציפות.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו.
- הר"ר הערשל קאהן שליט"א און הר"ר יצחק נח פערלמוטטער שליט"א (מאנטרעאל).
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דערביי האט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון בית מדרשינו אויף די דזשיל גאס אין מאנסי וועלכע געפינט זיך אין זיין שכינות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה ראשי קהלתינו הק' אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם גאר סוקסעספולן 'סאטמארק', ווי זיי האבן איבערגעגעבן א גריס פונעם ביזנעס טאג, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען האט נאכגעהערט פונעם ביזנעס טאג און די ערנסטן איידעלן געשטעל מיט וואס עס איז צוגעגאנגען, און די שיינקייט פון אנ"ש וואס כאטש זיי פירן גרויסע ביזנעסער איז עס אבער מיט די גאנצע חסיד'ישע לבוש און חן, און ארומגערעדט ווי די פאליטיקאנטן באוואונדערן אז מען קען מצליח זיין און זיין גרויסע ביזנעסלייט און עשירים מיט אונזער ערליכע חינוך, די עסקנים האבן אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער ארויסצוהעלפן בעלי מסחר פון קהלתינו הק' און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שרגא גאנדל שליט"א.
- ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יושע צבי שווארץ הי"ו.
- ב"ר יצחק יקותיאל ביקעל הי"ו.
- ב"ר אלי' עזרא מיללער הי"ו.
- ב"ר אשר אנשיל ליכטנשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בעריש פריעד הי"ו און הרה"ח ר' חיים ברד"א לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברש"ה פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך פאללאק הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday27 Iyar 57855/25/2025
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע צוגעבויעטע חדרי תפילה אין ביהמ"ד ברך משה בקרית יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת בה"ב - מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
קבלת שבת: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:20, עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר הצלת חינוך אין ענגלאנד. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות אין קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישראל געפילהויז שליט"א ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מודעא רבא לאורייתא.
קה אכסוף: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. ברכת המזון: הרה''ג ר' מאיר עמנואל האגער שליט"א רב דביהמ"ד ראצפערט בית שמש.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעש"ט הקדוש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו"ט שבועות.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א ר"י אור התורה לעיקוואד. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א.
עליות.
- כהן: ר' שלמה ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יצחק משה פראנקל הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- ר' יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- ר' אברהם יושע ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' פנחס ארי' לאוב הי"ו.
- ר' שמואל דוד ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' משה ב"ר יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו.
- ר' מאיר הערש זאלדאן הי"ו.
- ר' יושע ב"ר יואל ברש"נ הירש הי"ו.
- ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.
- שביעי: ר' זלמן לייב בר"א סימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון - חזק: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מענדל פראנקל הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- גלילה: ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און דערנאך צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע וואס געפאלט עש"ק ג' סיון. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בר"ל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
נאכמיטאג ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו פרקי אבות. דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ג' 'עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועמד בכולם' און געטייטשט אויף צען אופנים בדרך דרוש, אגדה, ומוסר, און צום סוף געזאגט דברי התעוררות צום יו"ט שבועות הבעל"ט זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און מיטן לימוד ספר הקדוש אור החיים פרשת קבלת התורה. און גערעדט בשבח פונעם 'קרן קרית יואל' להרחבת גבולי הקדושה בקר"י המורחבת, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים פונעם קרן און געבעטן פון אלע אנ"ש ארויסצוהעלפן שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט.
אויך האט דער רבי גערעדט בשבח פון די חבורה סגולה וואס געבן זיך אפ מיט די אפיסעס אין שטאט.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אז אזוי ווי מען האט שוין ב''ה געזעהן אז פארלייכטורנג אין די דירות אין קרית יואל, סיי ביים קויפן און אויך ביים דינגען, זאל מען יו''ט שבועות ווען עס קומען אסאך געסט אויך זיך רעכענען מיט יעדען און פארדינגען די דירות פאר נארמאלע פרייזן, ס' איז נישט קיין יושר מייקר צו זיין השער און רייסן גרויס געלט אויף צוויי דריי טעג יו"ט. ארום 8:40 האט דער רבי מסיים געווען בברכת קדשו, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50.
- מנחה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ברוך יודא דרעזדנער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכו' און געטייטשט אז אויב איז מען נישט נזהר אין שמירת עינים איז נישטא קיין השפעה בגשמיות, נאר מיט טהרת המחשבה איז דא א השפעה און עשירות וכל מילי דמיטב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו הרה"ק וואלאווער רב זצ"ל. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:55.
ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צו די קביעת המזוזה פונעם נייע צוגעבויטע חדרי תפילה 'חדרי יעקב ארי' נדבת הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו. דער רבי האט קובע געווען די מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע חדרי התפילה, דער רבי האט געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' הי"ו איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד און איבער די פילע שיעורי תורה וואס ווערט פארגעלערנט אין ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן, פארן נדבן הרה"ח ר' גדלי' הי"ו, און פאר אלע עסקני ומתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק איבער די שמחה פון הרחבת גבולי הקדושה אין א ביהמ"ד וואס איז נקראת על שמו פון מר אביו רביה"ק זיע''א וואס דאס איז א מצוה פון כיבוד אב און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
