בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Wednesday22 Sivan 57856/18/2025

Report
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אלימלך לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יודא יואל לעווינגער הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אפרים טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר שלמה אהרן סופר הי"ו.
- ב"ר יונה יחזקאל לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים ישעי' אשר מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, אשרי מי שבא לכאן ותלמודו בידו - היסטארישער מעמד האדיר סיום הש''ס בחבורת תורתך שעשועי

ארום 1:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום גיגאנטישער RCC קאמפלעקס אין מאנסי צום היסטארישן 'שמחת סיום והתחלת הש"ס'.

אינטערוועגנס האט זיך דער רבי פארבינדן טעלעפאניש מיט די מנהלי מוסדותינו הק' בארה"ק לאור המצב החמור ה"י, צו הערן וויזוי די טעג גייען אדורך בקרב המוסדות, און געוואונטשן יעדער זאל ניצול ווערן פון אלעס בייזן ס'זאל ח"ו פאר קיינעם נישט שאטן.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 און איז תיכף אריין צום 'מעמד לימוד כל הש"ס' ווי דער גאנצער עולם האט אינאיינעם אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן מיט א שטארקע קורת רוח, און דערנאך זיך אראפגעזעצט אויפן ספעציעל דעזיגנירטער פלאטפארמע ביים אויבנאן ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימוד התורה בעיון רב אינאיינעם מיטן לאנגיעריגן חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א ביז ארום 4:00 אזייגער.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ברוב עם, פאר מנחה האט מען בפקודת הקודש געזאגט אינאיינעם פרקי תהילים לאור המצב בארה"ק, ווי הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט פארגעזאגט קאפיטל כ' און קאפיטל ק"ל פסוק בפסוק, דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א. נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי אינעם זאל.

ארום 7:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודה גדולה לכבודה של תורה לכבוד סיום הש"ס, און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, צווישן אנדערע הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אדמו"ר משבט הלוי, הגה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א מרודניק, און נאך פילע רבני ודייני קהלתינו הק'.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון החבורה האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני החבורה.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה און דער בעל מנגן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו מארה"ק האט פארגעזינגען ספעציעלע דברי חרוזים בהתעוררות לכבוד המאורע.

דערנאך האט דער רבי משמיע דברות קודש בדברי תורה און משלב געווען סוף הש"ס בהתלתו. עס איז יותר נתרבה כבוד שמים ווען נאך א גאנצן טאג זיין פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, דעמאלט ליינט מען קרי"ש און מען איז מקבל עול מלכות שמים, און מען איז זיך קובע עתים לתורה, און דעמאלט איז מובטח לו שהוא בן עולם הבא, א סיום הש"ס דורך לומדי תורה וואס תורתם אומנתם איז זייער חשוב, אבער ווען די מסיימים זענען בעה"ב וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה איז עס אסאך מער, און עס האט א געוואלדיגע חשיבות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און הרגשים וואס די חשוב'ע מסיימים האבן, און מאריך געווען בשבח פון די נשים כשרות וצנועות וואס האבן א גלייכן חלק אינעם שמחה, און אין די ברכות וואס קומען אראפ, און אויפגעפאדערט יעדעם זיך אפצולערנען און זיך קובע זיין ללימוד התורה בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן די פרישע מחזור, נאכן מסיים זיין ש''ס דארף מען האבן א גאות דקדושה, די גאנצע סדר היום דארף זיין אויף א העכערע בחינה, איך בין א ש"ס איד, און באזונדער ארויסגעברענגט לשבח די חשוב'ע מסיימים וואס זענען זוכה מסיים צו זיין אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, און אויפגעפאדערט די חשוב'ע מתחילים צו אנהייבן אינאיינעם מיט קינדער און אייניקלעך, וואס דאס איז א תענוג גשמי ורוחני, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך מתקרב זיין צו השי"ת מיט ספרי חסידות און ספעציעל די הקדמה פון ספה"ק דרך פקודך פונעם הייליגן בני יששכר.
בשעת הסיום דארף מען מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו לימוד ומתיקות התורה, און דערמאנט מתפלל זיין פאר אחב"י תושבי ארה"ק זאלן ניצול ווערן מכל צרה, און פונעם גזירות הגיוס, און אחב"י תושבי ענגלאנד פונעם גזירת החינוך, אונז אין ניו יארק דארפן נאך אויך רחמי שמים ניצול צו ווערן דערפון, אחב"י תושבי אנטווערפן זאלן ניצול ווערן פון גזירות אויף די הייליגע מצוה פון ברית מילה.
דער רבי האט מסיים געווען בשבח עסקני החבורה, ובראשם דער פטרון החבורה הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו וואס האט אריינגעלייגט 12 יאר האראוואניע בדמי"ם תרתי משמע, און אנגעוואונטשן זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, און מסיים געווען בברכת הקודש.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני לימוד התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.

הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו איז מכובד געווארן מסיים צו זיין דעם ערשטן מחזור לימוד הש"ס מיט מסיים זיין מסכת נדה, און הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דיבורים און אנגעהויבן דעם פרישן מחזור לימוד הש"ס אין מסכת ברכות, דערנאך האט דער גאנצער ציבור המסיימים אינאיינעם געזאגט די הדרן און די יתומים האבן געזאגט קדיש, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בהתרוממות הנפש א לענגערע צייט בשמחת התורה.

מען האט ממשיך געווען די סעודה, און געהאט די זכי' צו הערן דורך א הוקאפ דעם דבר ה' מירושלים פון כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פונעם נאכט, און געזאגט אז ער האט זיך באמת געוואלט פערזענליך משתתף זיין ביי דעם שמחה, אבער די כוחות ערלויבן דאס נישט, און געוואונטשן פאר אלע מסיימים און מתחילים אז זיי זאלן ווייטער לערנען און זיך מיגע זיין אויף תורה,, און מסיים געווען בברכת התורה פאר ידידו וריעו כ"ק מרן רבינו שליט"א.
אזוי אויך האט מען במשך די סעודה געהערט דברי ברכה דורך א הוקאפ פון הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מארה"ק.
אזוי אויך האט מען פארגעליינט א בריוו געשיקט דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לכבוד המעמד.

דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויפגערופן בשליחת הקודש דעם פטרון החבורה הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו זאל קומען אפנעמען א ספעציעלע מתנה וברכת הקודש פון רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגעגעבן פאר ר' יצחק הי"ו א זילבערנע מנורה כאות הוקרה אויף זיינע פילע לייסטונגען לטובת החבורה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א ארויפגערופן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו פטרון החבורה בקר"י, הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקבאוויטש הי"ו פטרון החבורה פון ב"ב און בית שמש, און הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו פון ב"פ - רוח החיים פון די חבורה, אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א.

ביי די לחיים נאך די פלייש האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור און דערציילט א מעשה פונעם הייליגן בעלזא רב זיע''א וואס האט געזאגט אז עס איז א חוצפה און עזות צו לערנען גמרא תוספות אן קיין בארד און פיאות, און ארויסגעברענגט לשבח אז מען שטייט דא ביי א סיום הש"ס ווי אסאך הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים מיט בארד און פיאות האבן מסיים געווען גאנץ ש"ס דאס הייסט געלערנט מיט דרך ארץ! און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נועם הכבוד הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ר"י מאור התורה בשבח לומדי התורה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יצחק שווארטץ הי"ו און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר קרוב צו א מנין חתנים מאנ"ש קינדער פון מחותנים מסיימי הש"ס. מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע צימער.

ארום 11:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

ביים אנקומען קיין קר"י איז דער רבי צוגעפארן צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט צום שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו און הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו מראה"ק במאנטריאל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת בהעלותך - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה יודא ב"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו.
- החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פונעם חתן ושושבינין בשירה וזמרה, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: האדמו"ר מאלעסק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:40. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק. און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די קינדער פונעם מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. כל מקדש: הרב מאיר שמואל מאסקאוויטש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב ישראל אברהם טייטלבוים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.

קה אכסוף: הרב שמחה רובין שליט"א, און מכבד געווען הרב שמחה האגער שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בארה"ק, צו פארזינגען רחם.
ברכת המזון: דער מחותן הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. ברכה אחריתא: הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף באר התורה וומסב''ג.

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו.

האברך ר' יחזקאל שרגא ברז"ל פילאפף הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שמעון אלימלך גליק שליט"א דומ"ץ בביהמ"ד דחסידי בעלזא 99 לאנדאן, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמד אינאיינעם מיטן חתן מחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 3:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:50. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן שליט"א (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר נח גפן שליט"א. הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר זאב פרידריך הי"ו.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' שבתי קאהן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: נכד רבינו החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א.
- רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- חמישי: הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שלום שמעי' מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו.

- שביעי: החתן יעקב ב"ר בנימין צבי שטערן הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן דוב ב"ר חיים יקותיאל האלפערט הי"ו - באווארפען.
- החתן דוב ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו - באווארפען.
- החתן משה בהר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - באווארפען.
- החתן אהרן ב"ר מרדכי יודא שווארטץ הי"ו.
- החתן יצחק ב"ר יואל בר"ה טעללער הי"ו.
- אחרון: החתן אליעזר ב"ר יחזקאל שרגא ברש"ז שטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' הערשל פייערשטיין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו.

מוסף: הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים אלי' ראטה הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:50.

דער רבי איז אריינגעקומען צום מיטאג טיש ושמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש, מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יואל פארקאש הי"ו.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אהרן זעליג אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד מאור התורה ב"פ. ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:55.
- מנחה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יושע נחמן ברא"ב שרייבער הי"ו (לאנדאן).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויהי בנסוע הארון' און געטייטשט עס איז דא א בחינה וואס הייסט עיני ה' השגחה עליונה אויף די בריאה, נאך איז דא א בחינה פון אזני ה' אז דער אייבערשטער איז א שומע תפילת כל פה, מען דארף גלייבן אז נישט קיין חילוק און וואספארא מצב מען איז הערט הקב''ה אויס די תפילות און שיקט ישיעות בגשמיות וברוחניות, און דערמאנט מען זאל מתפלל זיין פאר אחב''י תושבי ארה''ק הנתונים בצרה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי יודא שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א. מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

נאך הבדלה איז געווען זמני כניסה פאר צענדליגע אנ"ש פון לאנדאן וועלכע זענען געקומען לרגל דעם היסטארישע סיום הש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי.

ארום 1:00 אויפדערנאכט (אינדערפרי אין ארה"ק) האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א די מנהלים פון מוסדותינו הק' פון ארה"ק ירושלים בני ברק און בית שמש אנצופרעגן דעת קדשו בנוגע האלטן אפן די מוסדות אין די יעצטיגע ימי המלחמה, אויף וואס דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת קדשו יא צו עפענען די ת"ת און ישיבה קטנות און תלמידים העכער כיתה ב' זאגענדיג אז תורה מגינא ומצלא און מען דארף זיך נישט זארגן.

ארום 1:15 איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה אינעם ביהמ"ד אין שטוב פון הר"ר אפרים גאלדמאן שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday17 Sivan 57856/13/2025

Report
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום ברייער הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בצלאל דוד רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל מאיר שרייבער הי"ו.
- ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו.
- ב"ר משה טאמבור הי"ו.
- ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חיים מאיר ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ ביי די אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ בבית הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ ווי מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק למען אחב"י המצפים לישועת ה' להיפקד בדבר ישועה ורחמים. דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין רצון זיך צו באטייליגן פערזענליך ביי די אסיפה אבער צוליב די חתונה פון נכדתו אויפדערנאכט איז עס נישט געווען במציאות און האט געשיקט בשליחותו בנו הגדול הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן צו ארויסהעלפן די אידן המצפים לישועה, און משמיע געווען דעת קדשו בנוגע די שאלה און מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די חשוב'ע רבנים און דיינים שליט"א.

שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב"ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב ב"פ בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב זצ"ל וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל

ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום צו מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א ביום החופה.

דערנאך ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.

ביים חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען.
- קריאת הכתובה: הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ ב"ב.
- ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק טאמשוב שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז ב"פ.
- עדי קידושין: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים קר"י און הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ב"פ.
- עדי יחוד: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.

דער רבי איז אריינגעקומען צום סעודת החתונה ארום 8:20, געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.

ארום 9:20 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן. דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40, און אהיים לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו.
- דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אבד"ק אויסטילא.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א אב"ד קרית באבוב בת ים.

האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, ביים מצוה טאנץ האט דער רבי אנגעכאפט א גארטל מיט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געטאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פון האדמו"ר מסאכטשוב זצ"ל זיידע פונעם חתן.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די מחותנים באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 1:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday16 Sivan 57856/12/2025

Report
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ברוך פרענקל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:20 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וואס קומט פאר היינט אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 7:15 איז דער אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן חתנו הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און נאך די חופה מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א און זיך באגריסט מיט גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ ב"ב.
ארום 8:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד ברך משה אין קר"י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה שמואל ניימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20, און פאר מעריב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן פרידריך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה שעהנברוין הי"ו.
- ב"ר קלמן אליעזר רובינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור און דערביי געזאגט דברי חיזוק ושבח לקראת די היסטארישע סיום הש"ס דורך חבורת 'תורתך שעשועי' דקהלתינו הק', איבער די גרויסע שמחה פון קהלתינו הק' ווי אסאך הונדערטער אנ''ש גרייטן זיך צו מסיים זיין גאנץ ש"ס נאך א שווערע הארעוואניע פון די לעצטע צוועלעף יאר, און מאריך געווען בשבח פונעם געטרייען פטרון החבורה הרבני החסיד הנכבד ר' יצחק שווארטץ הי"ו וועלכע לייגט אריין אזויפיל צייט, כח, און געלט צו מרבה זיין לומדי תורה סיי ביי קהלתינו הק' און סיי ביי פילע אנדערע קהלות בישראל, דער גרויסער מזכה את הרבים להרבות לומדי תורה איבעראל, און שטארק מחזק געווען דעם חשוב'ן פטרון ער זאל קענען מצליח זיין ווייטער מרבה זיין לומדי תורה און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו מנהל איחוד התלמידים דסאטמאר, לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, לכבוד זיין גרויסע נדבה פאר די מקוה טהרה דק''ק קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און עס איז פארגעקומען א שמחת החאלאקע פון נכדו ני"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו הק', לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע רבנים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יוסף מרדכי הי"ו ובני משפחתו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן א שטיק צייט.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 1:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו פון ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, אינאיינעם מיט מחותנו הרה"ג ר' יהודה פרענקל שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און פאר בנו החתן ני"ו און דערביי געשיקט א פריסת שלום פאר אביו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרב הגאון ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען אינאיינעם מיט די הנהלה פון די ישיבה קטנה פון אנטווערפען מקבל צו זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק אין אנטווערפען בכלל און בפרט פון די ישיבה קטנה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און פאר די הנהלת הישיבה.

אויך איז אריין בקו''פ דער קאנסילמאן פון וומסב''ג לינקלאן רעסטלער אינאיינעם מיט העסקן ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' אברהם יהודא באנדא הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון א כתה מיט אלע אירע איינריכטונגן אינעם בנין החדש בית חינוך לבנות בית פיגא שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די גאלאפירענדע ארבייט וואס ווערט נמשך אהן אויפהער צום גמר הבנין און איבער די בעפארשטייענדע נסיעה הרוממה וואס איז אין פלאן בס"ד דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אום חודש כסלו הבעל"ט צום חנוכת הבית און דעם געהויבענעם שב"ק באתרא קדישא מירון יצ"ו. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, און מאציל געווען מברכת קדשו לקראת שמחת נישואי בתו הכלה שתחי'.

אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יהוסף עסטרייכער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין ישיבה קטנה החדש 'בנין בערקאוויטש' אין וומסב''ג, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט הנהלת ממלכת התורה איבער די פארשריט פונעם בנין ווי איין ישיבה האט זיך שוין אריינגעצויגן און עטליכע ישיבות וועלן זיך אריינציען אויף קומענדיגן שנת הלימודים.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרבני החסיד הנכבד ר' יצחק שווארטץ הי"ו אינאיינעם מיט די רבני וראשי חבורת תורתך שעשועי ווי מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די לעצטע דעטאלן פונעם היסטארישן סיום הש"ס וועלכע קומט פאר קומענדיגן זונטאג שלח הבעל"ט, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און דערביי איבערגעגעבן הוראת קדשו בנוגע אמירת תחנון ביום הסיום א' שלח זאגענדיג אז ווען אזא ציבור אידן זענען מסיים ש"ס 'איז דער גאנצער טאג א יו"ט און מען זאגט נישט קיין תחנון'.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday14 Sivan 57856/10/2025

Report
מאנטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ארי' לייב פליישמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריבערגעפארן צום 'המספיק רעזארט' אין די ראק-הילל געגענט אין סאליוואן קאנטי צום שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם נייעם 'ביהמ"ד אהל ישועה' ביים אנקומען ארום 4:40 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן רעזארט, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד און איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און מכבד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א צו טאנצן, און דערביי האט זיך דער רבי צוגעקוקט מיט התרגשות ווי די טייערע תלמידים פון מוסד המספיק טאנצן לכבוד התורה, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין איינע פון די זייטיגע צימערן.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אויף א מסיבת לחיים ביים סעודת מצוה לכבודה של תורה אינעם נייעם זאל, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'בהעלותך את הנרות' און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה איז זיין תפקיד געווען אריינצושיינען א לעכטיגקייט אין אידישע הערצער, און ארויסגעברענגט די געפילן ביים באטראכטן פריער די טייערע נשמות טאנצן לכבוד התורה און נאכגעזאגט פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א אויף 'כה אמר ה' מלך ישראל וגואלו' אז ווען אידן זענען קראנק און ארעם איז הקב"ה נישט קיין מלך הכבוד, כדי הקב"ה זאל זיין א מלך הכבוד דארפן אידן זיין געזינט און האבן אסאך געלט, מען האט מתפלל געווען 'ויבא מלך הכבוד' די טייערע נשמות זאלן זיין געזינט און שטארק אזוי אז עס זאל זיין א כבוד פאר הקב"ה, אבער דערווייל דארף מען זען צוצושטעלן פאר זיי זייערע געברויכן און אריינשיינען א לעכטיגקייט אין זייערע הערצער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם מנהל המוסד הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וואס לייגט אריין קאפ און מח צו גרינגער מאכן פאר זיי און פאר זייערע משפחות, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:15, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה טעללער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה וואלף פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ח ר' יואל אמסעל הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בוקסבוים הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת אלמנת הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל ע"ה היושבים ע"פ אמם /אחותם ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ עדה החרדית בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע הלכה'דיגע שמועס, און ער האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' יואל ישעי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר שאול יחזקאל פערלשטיין הי"ו.
- ב"ר זלמן לייב בר"י טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יודא דוד שימאנאוויטש ע"ה.
- ב"ר יצחק מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר אפרים פישל גרינפעלד הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסיא צין הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברד"מ רובינשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה קארנבלי הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו און הרה"ח ר' יושע ביקעל הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ רבני בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הרה"ג ר' פלטיאל הכהן שווארטץ שליט"א דומ"ץ בכדתיא לאנדאן וראש וועד משמרת כהנים דענגלאנד, ווי מען האט ממנה געווען בברכתו ובעידידו פון רבינו שליט"א א 'וועד טהרת כהנים' שע"י בית הוראה זיך אפצוגעבן מיט די פילע שאלות בהלכה וועלכע מאכן זיך טעגליך ביי כהנים לדעת את אשר יעשון, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די 'כינוס לכהנים' וועלכע איז פארגעקומען מיט די באטייליגונג פון הונדערטער כהנים תושבי קר"י, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע דיינים שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט פילע שאלות וועלכע מאכן זיך טעגליך און די לעזונגען דערצו, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע רבני הוועד הרה"ג ר' יואל הכהן קאהן שליט"א, הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א, הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א און פאר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א יו"ר בית הוראה ומנהל מבצר הכוללים.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה יודא ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר"י. מען האט געענדיגט ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.

קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). ברכת המזון: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער).

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט"ז סיון.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם ישעי' ברמ"ח ווייס הי"ו (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 1:35.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים בעריש פילאפף שליט"א.

עליות.
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס הי"ו.
- שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: הינדא, נאך די באבע הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל.
- רביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- חמישי: החתן שמעון יואל ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' חיים אלי' ברי"מ לאנדא הי"ו.

- שביעי: החתן משה יודא ב"ר חיים אליעזר ווייס הי"ו - באווארפען.
- אחרון: החתן חנני' יו"ט ליפא בן הר"ר יצחק זאב גרינוואלד שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק יברכך ה' וישמרך און געטייטשט אז כדי עס זאל קענען זיין 'וישמרך מן המזיקין' דארף מען האבן אידישע טעכטער שמצלת לנו מן החטא. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:50.
- מנחה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
- שלישי: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון 'ברכת כהנים' און געטייטשט אז אידישע קינדער זענען הייליג נישט נאר זייערע נשמות נאר אויך זייערע גופים, דאס איז מרומז אינעם שם הוי''ה און איז משפיע א ברכה סיי אויפן נפש און סיי אויפן גוף א ברכה בגשמיות און א ברכה ברוחניות

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין המספיק רעזארט אין סאליוואן קאנטי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות אינעם ספר תורה.
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מאיר הי"ו האט געקויפט א כתה אינעם בנין הת"ת החדש אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין אפסטעיט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון מוסדות נתיבות התורה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר משה ווילהעלם שליט"א וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אין די טשעסטער געגענט אין קר"י, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
התרגשות עילאה עלעקטערזירט אין עקסטאז אלוועלטליכע תלמידי וחסידי סאטמאר הערנדיג די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט בעז"ה אינטערנעמען א מסע הקודש קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט

- געהויבענער 'מעמד יציקת קומות ביהמ"ד' צום בנין האדיר והחדש תל תלפיות בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק

- פייערליכע 'חגיגת חנוכת הבית' פונעם אויג-כאפנדע בנין האדיר והחדש פאר בית חינוך לבנות אין בני ברק

- היסטארישע הויכפונקט פון מסע הקודש לאנג-ערווארטעטע 'סאטמארער שבת מירון' שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט



געפילן פון חדוה עילאה און כיסופין דקדושה באנעמט די הערצער פון ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן בשורה טובה כי באה - נאך א לענגערע צייט אפשניט פון אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן אין ארה"ק - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אונטערנעמען א היסטארישע מסע הקודש קיין ארץ ישראל לפאר ולרומם קהילותינו הק' ומוסדותי' בארה"ק.

די הויפט ציהל פון די נסיעה הרוממה איז די היסטארישע חגיגות און מעמדים וואס דער רבי שליט"א וועט פייערן בישורון מלך בהתאסף ראשי יחד שבטי ישראל, די געהויבענע מעמד 'יציקת הקומות' פאר'ן בנין האדיר והחדש תל תלפיות וואס ווערט געבויט און גאלאפירט מיט גרויס אומפעט אין פלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק וועלכע וועט דינען אלס צענטער לתורה ולתפילה פאר קהילתינו הק' ומוסדותי' בקרתא דשופריא ת"ו.

ומשנהו בדומה לו, די שוין לאנג-ערווארטעטע חגיגת 'חנוכת הבית' אויפן פראכטיגן און אויג-כאפנדע השלמת הבנין האדיר והחדש פון בית חינוך לבנות אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאך וואס די מלאכת הבנין האט זיך פארצויגן א לאנגע תקופה מיט עטליכע צווישנדע הפסקות צוליב די שווערע קאוויד-סעזאן און דערנאך די אנגעצויגענע מלחמה תקופה ה"י, דעריבער אצינד איז די שמחה כפולה ומכופלת אז ענדליך איז מען שוין ב"ה זוכה לברך על המוגמר אויפן בנין החדש על תילה בנויה ברוב פאר והדר.

די גולת הכותרת פונעם מסע הקודש וואס וועקט אויף געגועין דכסיפין, בענקענדיגע און הייליגע געפילן ביים ציבור, איז די ערווארטעטע 'סאטאמארער שבת מירון' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בשבת קודש המתאחדת פון אלופי אלפי ישראל ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א שב"ק פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

הערנדיג פונעם שבת מירון ערוועקט דאס די לעכטיגע זכרונות פון די פארגאנגענע שבת פרשת פקודי תשע"ו וואס דער גוטער טעם און רישומא קדישא פונעם היסטארישן שבת מרומם ונעלה ליגט נאך פאר יעדן אין די ביינער און איז נאך עד היום א געשפרעך פון התרגשות ביי וועם עס האט דאס בייגעוואוינט, דעריבער קוקן שוין ארויס אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר א לענגערע תקופה מתי יבוא לידינו ונקיימנה ווען וועט מען שוין נאכאמאל האבן די זכיה צו אזא שבת מלא רגש התעוררות ודביקות בצילא דרשב"י, און דערפאר רופט דאס אצינד ארויס א זעלטענע פרייד ביי יעדן הערנדיג אז הנה זה בא מ'גייט בעזהשי"ת ווידער האבן די געלעגנהייט און זכיה צו א 'סאטמארער שבת מירון'.

מטעם הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארץ ובגולה איז פארמירט געווארן א וועד הנסיעה, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון ארגאניזירן דעם מסע הקודש און שבת המרומם, אינאיינעם מיט די גאר געניטע עסקנים פון קהלתינו הקדושות אין ירושלים און בני ברק, שוין עטליכע וואכן וואס מ'ארבעט אויס די פלענער אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, באזונדער האט מען מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעדונגען די דירות און אכסניות אויפן בארג אין מירון צו קענען איינקוואטירן דעם ציבור אויף שב"ק.

אין א ספעציעלע מודעה מטעם דעם וועד הנסיעה ווערט געבעטן דער ציבור אנ"ש בכל לשון של בקשה זיך נישט ווענדן פערזענליך צו באשטעלן קיין אכסניות אין מירון בכדי נישט צו גורם זיין קיין התייקרות בשער, אזוי אז עס זאל טאקע ערמעגליך זיין אפצורעכטן דעם שבת אינעם אתרא קדישא.

מערערע פרטים פונעם מסע הקודש און שבת המרומם וועט אי"ה נאכפאלגן.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days