דאנערשטאגו' אדר תשפ"א2/18/2021
די לעצטע הכנות ווערן שוין געמאכט בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג צום היסטארישע מעמד 'נרגש ומרומם סיום כתיבת ספר תורה' דורכן מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די עסקנים ארבעטן אויף סטראטעגישע פלענער אויסצושטעלן דעם ביהמ"ד הגדול מיט אלע גאלעריען אויפן מאקסימאלסטן פארנעם, ווי די גאנצע חלל הביהמ"ד הגדול פון ברעג צו ברעג וועט ווערן אנגעפילט בלויז מיט שורות בענק צו אקאמאדרין די רבבות אנ"ש, אזוי אויך ווערט אויפגעשטעלט צוועלף שטאקיגע וואנט-צו-וואנט "הקפות פארענטשעס" אויף ביידע זייזן לענגאויס ביהמ"ד הגדול פאר די שווערע טויזענטער בחורי הישיבות הקדושות דסאטמאר,
ישיבה גדולה- 5 סניפי מתיבתא הקדושה, ישיבה גדולה ב"פ, ישיבה לצעירים וומ"ס.
ישיבה קטנה- 9 סניפי ק"י, 5 וומ"ס, 2 ב"פ, ישיבה קטנה מאנסי.
גדול וקדוש יהיה כבוד המעמד הגדול הזה, בנערינו ובזקינו נלך כי חג ה' לנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

ויקראו סופרי המלך בעת ההוא
רייכע קוטנרס "כינוס סופרים" ערשיינט דורך 'לשכת הוראה לעניני סת"ם' שע"י קהלתינו הק' וויליאמסבורג
וואונדערבארער קובץ מיט שו"ת, בירורים וביאורים, בעניני מלאכת וכתיבת סת"ם וקדושת ספר תורה, צווישן אנדערע היסטארישע תשובה להלכה מאוצרות נגזיו פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה, דרשה נלהבה לסופרי סת"ם דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און נאך תשובות להלכה פון הרבנים הגאוה"צ שליט"א צווישן זיי פון הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י בעל אגלי דבש שליט"א און פון הגאון האדיר אב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א.
ערשטמאליגער פראיעקט לרגל 'ימי שמחתינו' חגיגת שמחת "הכנסת ספר תורה' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א!!, ווערט אי"ה פארטיילט אין די יעצטיגע טעג ביי די מקוה אידן בבתי מדרשינו איבער ניו יארק.
קנאת סופרים תרבה חכמה

והיה כשבתו על כסא ממלאכתו וכתב לו את משנה התורה הזאת על ספר, למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל
" ועתה בנים שירו למלך": קהל יטב לב דסאטמאר די בכל אתר ואתר. וומסב''ג, קר''י, ב"פ, מאנסי, לעיקוואד, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, מאנטריאל, מעלבוירן, ירושלים, ב"ב, בית שמש, אלעד. מברכים כסא דברכתא אל מול פני הקודש עט"ר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל יום שמחת לבו בחגיגת "הכנסת ספר תורה".
ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור, אורך ימים אשביעהו, ועוד רבות בשנים נזכה להתחמם לאורו הבהיר בביאת הגואל בב"א

מיטוואךה' אדר תשפ"א2/17/2021
איינס פון די צוויי נייע "תנאים זאלן" בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע בעל ברך משה אין קרית יואל, 'באקומט נאמען "אולם פרדס פנחס" לזכותו פונעם חשובע נדבן הרבני הנגיד ר' פנחס לעמיל קיש' -פון פרעסטיזשפולע "ארק מארגעדזש פירמע".
פארגאנגענעם מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף אין שטוב פונעם חשובע נדבן, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד "חתימת שטרות ומסיבת לחיים" ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פארן חשובע נדבן.

יעצט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א געווען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרהח ר' מאיר הירש אין קרית יואל
דער פרייליך-דערהויבענער פורים איז אט דא:
קופת רבינו אבני חסד "מְשַׂמחִים" גרופעס גרייטן זיך צו פרייליך מאכן ביי אייך אין שטוב; איר גרייט זיך צו דערפרייען די היימישע מחותנים!!
צענדליגער משפחות זוכן א שמחה אין זייער פורים-סעודה: אן אבני חסד משמחים גרופע! – הונדערטער מחותנים קוקן ארויס אז יעדע סאטמאר'ע משפחה זאל זיך צוטיילן מיט א שטריימל $1400 !
היי יאר: מוזיק און טענץ וועלן אנהאלטן מוצש"ק, פורים המשולש
צו באשטעלן א גרופע רופט: 845.281.8338
כלל ישראל האט נארוואס אריינגעטרעטן אינעם חודש אדר שמרבין בו בשמחה, דער חודש וועלכע פארמאגט אין זיך די פרייליכע פורים טעג וועלכע ווערן יאר יערליך פייערליך געפראוועט בכל תפוצות ישראל באגלייט מיט אומצאליגע מצוות און צדקה וחסד.
אין די קארידארן פון קופת רבינו 'אבני חסד' קוקט מען ספעציעל ארויס אויפן יו"ט פורים, דער צייט ווען אנשי שלומינו קומען יאר יערליך אנטקעגן די נצרכי אנ"ש מיטן שטיצן די הייליגע קופה וואס שטעלט צו שטיצע בדרך כבוד פאר מחותנים מאנ"ש בעת שמחתם.
יאר יערליך איז די צייט ארום די ימי הפורים דער הויכפונקט פונעם יאר ווען עיניהם של עניים מאנ"ש זענען געוואנדן צו די נדבנים וועלכע נעמען אויף די חבורות 'משמחים' בעין יפה ורוח נדיבה, און מיט די ברייטהארציגע נדבה גיבט מען דעם ריכטיגן שטופ פאר די הנהלת הקופה וועלכע פונקציאנירן דורכאויסן גאנצן יאר אדאנק די ברייטע שטיצע וואס דער קופה געניסט צווישן ציבור אנ"ש ביום הפורים.
דער יום טוב פורים לויפט שוין היינט ביי אנשי שלומינו פאראלעל מיט די פרייליכע 'משמחים גרופעס' פון קופת רבינו 'אבני חסד', ווען די תלמידי הישיבה נוצן אויס דעם גאנצן פורים לטובת זייערע חברים און זייערע אייגענע עלטערן, ארומגייענדיג פון שטוב צו שטוב מיט די פרייליכע געטענץ אריינשלעפנדיג דעם גאנצן משפחה אין א אטמאספעהר פון שמחה צונויפגעפלאכטן מיטן מצות מתנות לאביונים אויפן הערכסטן און שענסטן סטאנדארט.
קופת רבינו 'אבני חסד' האט זיך שוין איינגעקויפט א שם טוב, זייענדיג דער קופה וואס שטעלט זיך ארויס צו העלפן אנשי שלומינו בעת שמחתם, ווען א באדייטענדע פראצענט מחותנים דארפן ליידער צוקומען צו פינאנציעלע הילף, און צו דעם קומט אפיר דער קאסע וואס איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מיט די נויטיגע הילף, צושטעלנדיג ברייטהארציגע שטיצע פאר אלע נצרכי אנ"ש.
היי יאר רישט מען זיך אויף אן אויסשטעל וואס איז היבש אנדערש און אביסל מער קאמפליצירט ווי אין א געווענליכע יאר, צוליב וואס פורים געפאלט אין אן ערב שבת, דעריבער זענען די עסקני הקופה גאר שטארק אקטיוו מיטן אויסשטעלן די סקעדזשועלס פון די 'משמחים גרופעס' אויף א אופן וואס מען זאל קענען דעקן אלע יערליכע אדרעסן, אריינרעכענענדיג דאס ארומגיין מיט די גרופעס אויך מוצאי שב"ק ווען פילע משפחות פראווען דעם סעודת פורים.
צוליבן היי יאריגן אויסשטעל וואס פאדערט מער ארבעט מיטן אויסשטעלן דעם סדר היום פאר די צענדליגע 'משמחים גרופעס' קומען די עסקנים ארויס מיט א רוף צום ציבור אנ"ש אז מען זאל נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, נאר אריינרופן באשטעלן א 'משמחים גרופע' וואס שנעלער, כדי מען זאל זיך קענען צושטעלן צו די צייט וואס איז די בעסטע פאר די חשובע נדבנים.

שמחת בית כ"ק מרן הראב"ד שליט"א
פתשגן הכתב
רשפי אש קודש וקריאה של חיבה לשוש ולשמוח בשמחת התורה מאת עט"ר אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א
בנערינו ובזקנינו נלך כי חג ה' לנו