צום בעפארשטייענדן מסע הקודש, בחודש כסלו תשפ"ו הבעל"ט:
א קורצע בליק ביים גמר בנין האדיר והמפואר כלולת יופי "בנות ארץ ישראל בית פיגא - בנין שלמה משה קלאגסברוין" - שע"י מוסדות יטב לב דרב"י בארה"ק, נבנה ע"י כ"ק מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג גענצליך פארענדיגט לשם ולתפארת, און רופט אויס א קידוש שם שמים בעולם!
Notice
Friday7 Menachem Av 57858/1/2025
Report
זמנים לשבת קודש פרשת דברים - חזון (ערב ת"ב) בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ: 7:56. - מנחה ערש"ק: 8:45. - עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת. - שחרית: 9:30. - זמירות ודברי תורה בסעודת דעתיקא קדישא: שעה וחצי אחר התפילה (בערך 2:45). - מנחה: תיכף אחר ברכת המזון, בערך בשעה 3:30. - זמירות לשלו"ס בהיכל ביהמ"ד: בערך 7:45. - שקיעה: 8:10. - זמן מוצ"ש: 9:22. - מעריב ואמירת מגילת איכה: 10:00.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
מיטוואך פרשת דברים
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הבה"ח ישראל ארי' בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די קרומע שיטה פון די מזרח'יסטן זיך צו גרייטן צו ביאת המשיח דורכן פראקטיצירן צו טוהן די עבודה אין ביהמ"ק, בעת זיי זענען די וואס זענען מעכב ביאת המשיח.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הב' יוסף מנחם ב"ר אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב"ג).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30. בעל תפילה: ר' יצחק שמואל שווארטץ הי"ו (קר"י).
דאנארשטאג פרשת דברים
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. בעל תפילה: הב' עזריאל ב"ר מאיר וועזעל הי"ו (קר"י). - פתיחה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א (קר"י). - בעל קורא: רבינו שליט"א. - ראשון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - שני: הרה"ח ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו (קר"י). - שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו (קר"י). און דער רבי האט זיך באדאנקט. - הגבה: הב' יצחק דניאל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו. - גלילה: הב' יואל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:25.
פרייטאג ערש"ק פרשת דברים
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר א בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי מרדכי מנאדבורנא זיע"א.
זונטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו (קר"י). נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעזעגנט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און הב' אשר לעמיל בהר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י), האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
מאנטאג פרשת דברים
אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין איידליס הי"ו (וומסב"ג). - בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י). - פתיחה: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו (וומסב"ג). - בעל קורא: ר' חיים מענדל אקער הי"ו (קר"י).
- כהן: ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו (קר"י). - לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י). - שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר בנימין איידליס הי"ו. - הגבה: רבינו שליט"א. - גלילה: ר' בנימין איידליס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יארצייטן פון אהרן הכהן און קרייזער רב זצ"ל וועלכע זענען אויסגעפאלן שב"ק ר"ח אב. דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער וויאזוי מען דארף אויסנוצן די היינטיגע טעכנעלאגיע לטובה.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען טעלעפאניש הגאון דומ"ץ קר"י שליט"א וועלכע זיצט שבעה ע"פ אחיו הרה"ח ר' יושע אהרן בערקאוויטש ע"ה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 14
קומם קהל עדתינו בזכות אדונינו בר יוחאי
ערשטע זיצונג דורך הנהלות הקהילות בארה"ק ירושלים, בני ברק, בית שמש יצ"ו, אין בעפארברייטונג צום היסטארישן מסע המרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגן שבת תולדות הבעל"ט.
די פארגאנגענע וואך לסדר 'אלה מסעי בני ישראל' איז אריין אין שפאנונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט בס"ד אויף פרשת תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען ס'איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך דאהי אין ארה"ק, הרבני החסיד הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו איש אמונים לימין כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו הרבני החסיד מו"ה שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב, ער איז שוין יארן לאנג מראשי העסקנים אלע נסיעות פון רבינו שליט"א. און האבן אפגעהאלטן אסיפות מיט די לאקאלע עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש, און געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער אין אתרא קדישא מירון יצ"ו וועלכע וועלן בעז"ה אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש בצלא דמהימנותא במקהלות אלופי אלפי ישראל כ"י מארץ ומגולה.
תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד דאהי אין אר"י מאנטאג פארנאכטס זענען די געסט אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים בארה"ק, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן קיין ב"ב ווי ס'איז פארגעקומען די ערשטע זיצונג מיט די ראשי העסקנים דקהלתינו וועלכע האבן אנגעפירט דעם פאריגען אומפארגעסליכע שבת פקודי אין מירון, מ'איז אריבער אויף אלע פרטי פרטים וואס צו ערווארטן אויף דעם געפלאנטן שבת בס"ד.
צומארג'נס דינסטאג פון גאנץ פריה אהן איז מען געווען אין אתרא קדישא מירון און געזיצן מיט די גרויסע ארגאניזירער אויף אלע פלענער און חלקי השב"ק על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאוניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק אז ס'זאל קלאפן בס"ד אויף הונדערט פראצענט עצהיו"ט.
עקסטערע האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, און אזוי אלע דערפלעך ארום, צו פלאנירן דאס אוישטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, כדי צו קענען אקאמאדירן אזא ציבור אידן בליעה"ר, וועלכע אנטשפרעכט צו זיין אין א בחינה פון א קיבוץ גליות פון שווערע טויזנטער אלופי אלפי ישראל מכל קצוי תבל ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די עבודת הקודש פון אויסשטעלן אזא שבת אין מירון היינט צו טאג, איז פיל פיל שווערער בדמי"ם תרתי משמע, צוליב די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו', וואס כמובן ברענגט דאס מיט זיך אויך העכערע קאסטן און מער קאמפלעצירטע ארבעט.
אינטער א ברענעדיגן זון און שווערע היצן פון אריבער 105 דעגרי [לויט ווי מ'רעכנט אין אמעריקע] וואס הערשט אין די טעג אין מירון, זענען די עסקנים אינאיינעם מיט די געסט און ארגעניזירער געשטאנען אויף די שטחים אויסצפלאנירן אלע אפציעס, צו פראבירן אהערצושטעלן די געהויבענע מעמדים במשך דעם שב"ק, די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, וכו' אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך.
שפעט אויפדערנאכט - אבער נישט איידער א הייסע תפילה ביים ציון הק' אין די מערה אויף א הצלחה'דיגן שבת - זענען די געסט צוריקגעפארן קיין ב"ב צו זיצן אן אסיפה מיט די ארטיגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסארטיגער מעמד חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם בנין מפואר, די בית חינוך לבנות וואס איז געבויעט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, און ווערט נארוואס פארענדיגט בס"ד במלוא הדרו.
צומארגנ'ס מיטוואך צופרי זענען די געסט אריבער געקומען קיין ירושלים עיה"ק און געזעצן א לענגערע אסיפה מיט די היגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט בעיר הקודש ת"ו, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גראנדיעזער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול אינעם בנין המפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' וואס ווערט געבויעט מיט גרויס אימפעט לשם ולתפארת.
דערנאך אין די מיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דאהי אין ירושלים א צענטראלע אסיפה פון די הנהלת קהילות ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, ווי עס זענען אויך געקומען צו פארן די ראשי הנהלה פון בני ברק און בית שמש, וואו מ'האט בעצה אחת דורכגעשמועסט די דעטאלן איבער דעם מסע הקודש און דער שבת המרומם.
אורחינו הדגול הרב ר' נפתלי הירצקא הי"ו האט אויפגעטרעטן לכבוד הנאספים די געטרייע חברי ההנהלות פון אלע שטעט, און מיט פאסיגע רעיונות משבח געווען די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק וועלכע זענען מפורסם בקרב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיט זייער מסירות ונאמנות בלב ונפש לכל קדשי קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט אז ס'זאל זיין א ברייטע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים כאיש אחד ובלב אחד ווי יעדער וועט אויספירן זיין חלק צום מאקסימום
סוקסעס, וואס וועט זיכער ברענגען די ערווארטעטע הצלחה אויפן געהויבענעם שב"ק און בכלל די גאנצע געהויבענע נסיעה, לרומם קרן התורה והחסידות.
לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Monday3 Menachem Av 57857/28/2025
Report
שבת קודש פרשת מטו"מ, שבת ר"ח מנחם אב, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.
ערש"ק נאך די מקוה האבן די פאלגענדע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין די ישיבה:
- הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. - בנו הב' שמואל ני"ו. - הב' חיים זאנוויל ב"ר שלמה דוד ווייס ני"ו. - הב' יואל ברוך ב"ר משה כ"ץ ני"ו. - הב' יואל זאב נפתלי ב"ר שאול נח ניימאן ני"ו. - הב' זלמן לייב ב"ר ישראל שלום אונגאר ני"ו. - הב' משה ארי' ב"ר אברהם יושע גראס ני"ו. - הב' יעקב אליעזר ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ ני"ו. - הב' יושע ב"ר אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו. - הב' משה ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו. - הב' משה הערש ב"ר שלמה הערשקאוויטש הי"ו.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש ארום 8:50, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז - מנהל הישיבה. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און חשובע געסט מאנשי שלומינו און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א, ר"מ בישיבה. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון נראה ונדחה אינו חוזר ונראה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע גאנז הי"ו (לעיקוואד). ברכת המזון: הרה"ג ר' קלמן הלברשטאם שליט"א. דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון קרייזער רב הרה"ק רבי אהרן הלברשטאם זצ"ל, וואס די יארצייט איז געפאלן בו ביום שב"ק ר"ח אב.
קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטריאל). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הר"ר ישראל העניך שעהר שליט"א (קר"י). מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
וביום השבת
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. ברכות: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, (וומסב"ג). פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און אמירת הלל ברגש ובנעימה.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו ( קר"י). הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). - פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו (קר"י). - בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו. - כהן: הרה"ח ר' שלום שווארטץ הי"ו (מאנטריאל). - לוי: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר"י). - שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. - רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). - חמישי: הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ( קר"י), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו (קר"י). - הוספות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. - הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו. - הרה"ח ר' יצחק ענגלענדער הי"ו (קר"י). - הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו (וומסב"ג) - הבה"ח משה אהרן בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א (קר"י). - הר"ר בעריש גראס שליט"א. - הב' שמשון זעליג ב"ר יושע פישער הי"ו. - הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו (קר"י). - הב' אברהם ב"ר יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) - הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו - (קר"י). - הרה"ח ר' יעקב מאיר ווייס הי"ו. (קר"י) - הבה"ח משה ב"ר הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב"ג). - הרה"ח ר' יוחנן גאנז הי"ו (לעיקוואד). - אחרון: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו (קר"י). - הגבה אויפן ערשטן ספר: הבה"ח מאיר בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - גלילה: הב' יוסף ברוך בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - מפטיר ר"ח: הרה"ח ר' ישעי' דייטש הי"ו (מאנטריאל). מ'האט געזאגט די הפטורה פון השמים כסאי כנהוג. - הגבה: הב' יצחק בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז. - גלילה: הב' אברהם שמואל ב"ר ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו (קר"י).
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף לכבוד שבת ר"ח. פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שלמה סעקולא שליט"א, ר"מ בישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דער נאך די סעודא עתיקא קדישא איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:30, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
דער רבי האט טועם געווען חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים, דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו. ברוך קל עליון: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א. ברכו נפשי לכבוד ר"ח: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו פשענו ומרינו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה. ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:15.
רעוא דרעווין
שב"ק פארנאכטס איז דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50. בעל תפילה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.
- הוצאה והכנסה: ר' קלמן אליעזר ברמ"ש קויפמאן הי"ו - מאנסי. - כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י). - לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). - שלישי: ר' בערל ב"ר יודל פערלשטיין הי"ו (ב"פ).
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב"פ), און דער רבי האט זיך באדאנקט. - גלילה: הב' אלכסנדר משה ב"ר דוד ברא"י ווייס הי"ו (מאנסי).
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש. מען האט אויפגעגעבן מילכיגס כנהוג צו עסן מילכיגס ביי שלו"ס איינמאל א יאר בימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דער טעם דערפון און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
- אודה הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א. - שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו.
ביי די תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אלה מסעי בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז דורך דעם דיבור פון הקב"ה פון 'ושבת עד ה' אלקיך' און 'ובחרת בחיים' דאס גיבט די שטארקייט פאר א יעדן איד צו קענען תשובה טוהן און דער דיבור איז א נצחי און האלט אן אפילו היינטיגע צייטן אז יעדער איד זאל קענען תשובה טוהן.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו (וומסב"ג). - קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס. צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:25.