בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Elul 57859/8/2025

Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ''ד החדש אלעסק סטאניסלאוו אין לינדען בראשות הרה''צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט בבית מדרשינו החדש אין לינדען יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 20
חומש סעודה פון מוסדותינו הק' אין לינדען יצ''ו, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, היינט פארמיטאג באולם פייוו סטאר אין לינדען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום מסכת קידושין דורך תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 9
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, פארגעקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ''ד אהל פיגא, ובהשתתפות פונעם זיידע כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday12 Elul 57859/5/2025

Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים אין מאנסי ביי הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים אין מאנסי ביי הרה"ג ר' מרדכי זילבערשטיין שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים אין מאנסי ביי ש"ב האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
מעמד 'ברנה יקצרו' דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים אין מוסדות קרית יואל, בבנין הת"ת בנין קליין, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
פרייטאג ערש''ק כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה בר"נ פיש הי"ו.
- ב"ר משה ארי' בראך הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און קינדער, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון די בחור'ישע יארן און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ צום ערשטן שטאק פונעם בנין הת''ת ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'ברנה יקצרו' וסיום חזרת לימודי השנה דורך די תלמידי כתה ה' פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א פארהערט די קינדער אויף די לימודים בשעת דער רבי קוקט זיך צו מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו דאווענען און בענטשן ברכת המזון פון אינעווייניג אין א סידור, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

ארום 1:30 איז דער רבי געפארן קיין מאנסי. צום ערשט האט דער רבי מנחם אבל געווען ש"ב האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מוויזניץ קיימישע ע"ה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית ראחמיסטריווקא און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכת תנחומין.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ג ר' מרדכי זילבערשטיין שליט"א היושב ע"פ אשתו ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר ברא"ש פריעדמאן הי"ו היושב ע"פ בנו ע"ה. פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נעכטן נאך שחרית בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט'ן בר מצוה בחור בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב''פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

איידער תפילת שחרית האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א ראשי הנהלת מוסדותינו הק' פון בארא פארק, און איבערגעגעבן די פריידיגע בשורה אז מוסדותינו הק' האבן ב"ה געזיגט אין געריכט אינעם פשרה'לאזער קאמף להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, און דער ריכטער האט ב"ה געאורטיילט אז צוליב די נייע גינסטיגע געזעץ לטובת החינוך וועלכער איז אדורכגעפירט געווארן דורך עסקני קהלתינו הק' עפ"י הוראת הקודש פון מרן רבינו שליט"א, קען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט נישט פסל'ען מוסדותינו הק' פון ווייטער פאררעכנט ווערן אלץ א לעגאלע מוסד, רבינו שליט"א האט אויסגעשמועסט אלע דעטאלן פונעם פסק און אויסגעדרוקט א שטארקע קורת רוח פון די פריידיגע אנטוויקלונג לטובת אונזער חינוך הטהור מיד ולדורות.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 2:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יצחק העללער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גאטליעב היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' חיים משה גאטליעב ע"ה.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם מרדכי זאב שווארטץ הי"ו און הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שניאור פייבוש וועבערמאן הי"ו.
- ב"ר מרדכי יודא קאהן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:20 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ קרויס הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה ברא"ש מייזעלס הי"ו און הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת ועסקני קהלתינו הק' פון מאנטרעאל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די קאמפיין פאר קהלתינו הק' וועלכע קומט פאר אין קר"י, מען האט איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק' און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday11 Elul 57859/4/2025

Photos · 3
רבינו שליט"א ביי ניחום אבילים פאר די ברודער פון המנוח מוה"ר חיים משה גאטליעב ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Show earlier days