בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday18 Elul 57859/11/2025

Photos · 3
א קבוצה עסקנים פון יוסטאן טעקסאס וועלכע פירן אן מיט די הכנסת אורחים לטובת חולי ישראל אין די ארטיגע שפיטעלער, בקודש פנימה ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש, אין באגלייטונג פונעם דינאמישער עסקן למען חולי ישראל ר' מאיר וואלף מענדלאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת כי תבא שנת תשפ"ה לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
עשר תעשר את כל תבואת זרעך (ד).
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
📄 כי תבוא תשפ''ה 8.7 MB
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלערנען די לעצטע סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא סניף ברך משה, און דערנאך ביים מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מנחם מענדל לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

דער רבי איז ארויף לביתו נאוה קודש וואו ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די מתפללי ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהלתינו הק' לרגל דאס התמנות פון הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א - אלץ דומ"ץ הביהמ"ד. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די סוגיא פארלערנען פון רבינו שליט"א מיט פערציג יאר צוריק, און איבער מנהגי אמירת סליחות ביי די תלמידי בעש"ט הק', מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א שלא יצא מכשול מתחת ידיו און דערנאך אנגעוואונטשן פאר בני משפחתו און פאר די הנהלת וגבאי הביהמ"ד.

דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה סניף קדושת יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן היינט נאכמיטאג אויף די מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.

ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז געווען זמני כניסה מיוחד פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.

די זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 1:20 אויפדערנאכט בחדר הפרטי אין ביהמ"ד הגדול. תיכף ביים אנקומען איז אריבערגעקומען כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די סערדאהעלי ישיבה, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.

עס האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו, רבני העיר, ראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט. צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה, הגאון ר' יוסף מאיער שליט"א ר"י מאור התורה, הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן שליט"א - ראש ישיבת באבוב.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו.

ארום 8:45 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו פאר א קורצע הפסקה. און תיכף צוריק געקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור. ארום 1:20 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ראובן מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דער רבי האט געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בר"א שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו, און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע בחורים ספר כתבי יואל.

דערנאך איז דער רבי אראפ צום אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די מקוה און די היכל התורה און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, איבער די פלענער פון די פארשריט להרחבת גבולי הקדושה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 1:35 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. נאכן סוגיא שיעור האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט געזאגט אז בעז"ה האפט מען צו פארן דעם קומענדיגן פרשת תולדות קיין ארה"ק צו מחזק זיין אנשי שלומינו און קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה"ק, אזוי אויך האפט מען צו זיין אויף שב"ק אין מירון וואס איז גאר א דערהויבענע זאך, און דער שבת מירון פון פרשת פקודי תשע"ו ליגט נאך אין די ביינער ביז היינט. דערביי האט דער רבי געבעטן די בחורים און אזוי אויך חתנים וועלכע זענען נאך בין כותלי הישיבה, נישט מיטצופארן קיין ארץ ישראל נאך וואס עס גייט זיין אנהייב זמן און עס קען צוברעכן די סדרי הישיבה, און דער רבי האט דערביי געבעטן די בחורים אז אזוי ווי עס איז דא אסאך עניי ארץ ישראל און מען פארט דאך זיי צו מחזק זיין דערפאר בעט מען די בחורים אז מען זאל גיין נאך געלט במשך די ימי בין הזמנים און שאפן גרעסערע געלטער צו קענען פארטיילן אין ארה"ק פאר אנ"ש עניי אר"י, און דער רבי האט פארענדיגט זאגענדיג אז די אלע בחורים וואס וועלן אריינברענגען סכומים הגונים וועט מען מיטנעמען זייער קוויטל להיפקד בדבר ישועה ורחמים ביים ציון פון תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין מירון, וכדי הוא רבי שמעון לסמוך עליו.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.

פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, וואס איז געווען פון 4:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

ארום 7:15 איז געווען א קורצע הפסק ווען דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו מנאמני רבינו שליט"א, און מפאר געווען בראש שמחת השבע ברכות פון בנו החתן ני"ו למז"ט. עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בזכרונות מימי קדם און פון הרה"ק רבי משה'לע שיניאווער זיע"א, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, די מחותנים, און די חשובע זיידעס שיחיו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט - וומסב"ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגי אבילות בשנת האבל. האדמו"ר מקרעטשניף שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת חבורת יסודי התורה לרגל דעם קאמפיין מרבה צו זיין לומדי החבורה לקראת דעם סיום רבתי פון חצי ש"ס וועלכע קומט פאהר ברצו"ה קומענדיגע חודש חשון הבעל"ט, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די רשימת הלומדים און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון די חבורה און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יונה פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט, און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע"א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. און דאן האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג' דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש בהשתתפות הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר ועד הכשרות קרית יואל און די רבני ועד הכשרות, ווי מען האט דן געווען פארשידענע לעצטערע שאלות וואס איז עומד על הפרק אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעטוהן די שאלות בעומקה של הלכה אינאיינעם מיטן דיין שליט"א און געגעבן הוראות קדשו אין די אלע ענינים כדי נאכצוקומען די העכסטע כשרות סטאנדארטן.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פופטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל אלטר וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברז"ל קאפפעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' מאיר טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט, און געזאגט קדיש נאך עלינו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זיע"א.

ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף שפילמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ברצ"ד רובין הי"ו און הרה"ח ר' חיים ישראל ווידער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת גרובער לע"נ אביהם הרה"ח ר' שמואל אברהם מאיר ע"ה און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג א' סליחות אין מאנטריאל, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט''א ראש ישיבות באבוב בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, לברך ולהתברך לקראת הימי הרחמים והרצון היינט בעת די זמני כניסה אין ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, לברך ולהתברך לקראת הימי הרחמים והרצון היינט בעת די זמני כניסה אין ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, לברך ולהתברך לקראת הימי הרחמים והרצון היינט בעת די זמני כניסה אין ב"פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday17 Elul 57859/10/2025

Photos · 3
א קבוצה בחורים מתלמידי ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט נאך שחרית אין וומסב''ג, לקראת זייער נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע היינט נאכמיטאג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין וומסב''ג, היינט נאך תפילת שחרית, לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א אלץ דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך דקהלתינו הק' וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Notice
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אויף א באזוך בקו"פ, בביתו נאוה קודש בעת די זמני כניסה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 2
הנהלת חבורת יסודי התורה בקודש פנימה נעכטן דינסטאג, לרגל די קאמפיין מרבה צו זיין לומדי החבורה לקראת דעם סיום רבתי חצי ש"ס, וועלכע קומט פאר קומענדיגע חודש חשון הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday16 Elul 57859/9/2025

Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו מנאמני רבינו שליט"א, היינט בביתו אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים משמיע זיין דב''ק היינט נאכן סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא, בנוגע די בעפארשטייענדע דערהויבענע נסיעה קיין ארה"ק אנהויב ווינטער און דעם געהויבענעם שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט באתרא קדישא מירון יצ"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלימלך לעווי הי"ו.
- ב"ר מנחם מענדל גרויז הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים 'תפילין כהלכה דרייוו' דורך 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקרית יואל ווי מען האט געקענט פארבן די תפילין, פאררעכטן די קשר, וכו', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פעולות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקני האיגוד.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעפארן קיין לינדען, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 2:10 צו די פייוו סטאר זאל ווי עס איז פארגעקומען די חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין לינדען, מיט די באטייליגונג פון די עלטערן און זיידעס פון די קינדער.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהילתינו לינדען, דערנאך האבן די קינדער געזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה, דאן זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די שמחה אז אין לינדען זענען דא אזויפיל תינוקת של בית רבן וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און געזאגט אז בעז"ה איז דא א שטארקע עתיד אין לינדען ווי עס וועלן נתחנך ווערן הונדערטער קינדער כ"י, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא עלטערן און זיידעס, מלמדים און די הנהלת המוסדות, און עקסטער פאר הנהלת מוסדותינו הק' פון ב"פ וועלכע שטייען צו די הילף פאר די מוסדות. מען האט געענדיגט ארום 2:50.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו וואו פילע אנשי שלומינו תושבי העיר זענען אריין בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון.
זמני כניסה איז געווען פון 3:00 אזייגער ביז 5:45.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד החדש 'אלעסק סטאניסלאוו' בראשות הרה''צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א וועלכע איז געעפענט געווארן פארגאנגענעם שב"ק, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי די בוי ארבעט בבית מדרשינו המפואר וועלכע האלט אין אירע לעצטע בוי פאזעס, דער רבי איז אריין אינעם ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און פון הנהלת קהלתינו הק' איבער די פלענער צו באנייען די ביהמ"ד אויף ראש השנה הבעל"ט און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

ביים אנקומען אין קר''י ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יקותיאל ישעי' גראס הי"ו און הרה"ח ר' ישראל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל ברש"א ברוינער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אברהם גראס הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' אריאל יואל כאירה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצאי שב"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת פדיון הבן פון נכדו בן הנולד אצל הרב ישראל דושינסקיא שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און די זיידעס און מחותנים שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און די זמירות מלוה מלכה.
אלץ כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' פנחס כ"ץ שליט"א ר"י דושינסקיא ב"פ, און עס אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס און מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א פדיון הבן אום חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די ימי הרחמים והרצון וויבאלד עס איז מעורר די גאולה השלימה וואס וועט אויך זיין דורך הקב"ה אליינס און נישט דורך א שליח ווי ביי די פריעדיגע גאולות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' כ''י פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים, די בחורים האבן צוזאמען געמאכט די סיום און מען האט געזאגט קדיש, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות. און מען האט פארגעזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט אז ווען מען טאנצט לכבוד התורה ווערט מען נקנה צו הקב"ה מיט קנין הגבהה און מען ווערט א עבד להקב"ה, און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט און די שמחה ווען אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און מסיים געווען בדברי ברכה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר ברך משה - חידושי סוגיות. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
- החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
- החתן אשר לעמיל ב"ר שלמה מאשקאוויטש הי"ו.
- החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד מאיר שווארץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:25. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו, יו"ר הנהלת המוסדות בית שמש.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא תלבש שעטנז' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב יואל מייזליש שליט"א - מאנסי, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס זיע"א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק י"ג אלול.

- קה רבון עלם: הר''ר אליעזר יודא מאליק שליט"א רב דביהמ"ד טורי זהב אליק וומסב''ג.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומסב''ג.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ.

עליות:
- כהן: החתן בן הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א.
- לוי: החתן שמעי' ברוך ב"ר זלמן יוסף גאלד הי"ו - באווארפען.
- שלישי: החתן שמואל יודא בהר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א - באווארפען.
- רביעי: החתן ישכר דוב ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו - באווארפען.
- חמישי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל מרים נאך די באבע אשת חבר הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זצ"ל.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברוך כלב פאללאק הי"ו.
- ר' דוד ארי' שווארטץ הי"ו - תאומות.
- ר' דוד מאיר שווארטץ הי"ו.
- ר' בנימין ברמ"י שאלאמאן הי"ו.
- ר' יעקב העניך שעהר הי"ו.
- ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו.
- ר' שמעון בר"ה גאלדבערגער הי"ו.

- שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- החתן חיים אליעזר ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- החתן יעקב ב"ר דוד לייב גליק הי"ו.
- הרה"ג ר' יוסף טובי' הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ליטאוויסק באיסט סייד.
- הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
- החתן אשר לעמיל בן הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
- החתן אברהם אלי' ב"ר אלעזר ניסן פרידריך הי"ו.
- החתן משה אהרן דוד בן הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א.
- החתן אלימלך ב"ר יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו.
- החתן שאול משה ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו - מאנסי.
- הגבה: הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אלכסנדר מיללער הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד'. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כי ה' אלקיך מתהלך בקרך מחניך' און געטייטשט אז ווען עס קומט אראפ פרישע דורות איז מען מצרף זיין די מצות פון די דורות העתידים במילא איז נח לו לאדם שנברא, די שמחה איז א גוטע הכנה פאר חודש אלול מען זאל ארויסגיין זכאי בדין, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:05.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
מנחה: הרה"ח ר' שלמה הערש קארנבלי הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו.
- כהן: הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
- לוי: הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש.
- שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה דוד רייך הי"ו - וומסב''ג.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי ה' מתהלך בקרב מחניך ל'הצילך ו'לתת א'ויביך ל'פניך' וואס די ר"ת איז אלול, און געטייטשט אז דורך צדקה איז דא השראת השכינה, ווען הקב"ה געפינט זיך דא קוקט ער אריין אין אידישע הערצער און זעט די צרות און פראבלעמען פון יעדעם איינעם, אפילו אויב איז מען אין א מצב פון 'סגר עליהם המדבר' די כח הדיבור איז פארשלאסן און די תפילות גייען נישט ארויף, דאך איז הקב"ה ממלא די בקשות וויבאלד הקב"ה קוקט אליינס אריין אין יעדענ'ס הארץ.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף טובי' הורוויץ שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' עמרם טירנויער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:10.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days