בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday13 Tishrei 578610/5/2025

Report
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו

מיטוואך ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:10, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.

דערנאך ארום 7:10 איז דער רבי אריבער צום נייעם כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 אין שכונת זרע קודש, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די שוחטים און איינגעשטעלטע, און אהיים לביתו נאוה קודש.


ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג. און דערנאך אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן בעל ברית ובני משפחתם.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.

אינטערוועגנס האט רבינו שליט''א אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.

נאכמיטאג ארום 1:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן אז גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט במה אקדם 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים האבן די אידן נישט געהאט קיין זכותים האט הקב"ה מצרף געווען מתן תורה און אזוי האבן די אידן געקענט געראטעוועט ווערן, די שם הוי"ה ווייזט אויף היה הוה ויהיה און דאס איז מרמז אז הקב"ה רעכנט די טוב העתיד פון א יעדע איד און אזוי גייט מען ארויס זכאי בדין, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 3:15.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.

נאכן בענטשן דעם ציבור אום 4:10 איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום. ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש די יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.

דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.

רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.

בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 7:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', און געטייטשט אז מיט די כח פון מצות מילה קען מען זוכה זיין צו תשובה מיט בלויז א דיבור אבער די דיבור דארף זיין מיט א אמת.
נאך א בחינה, אז יעדע איד דארף זיך מתבונן זיין צו מיט זיינע מעשים בויעט ער די ביהמ"ק השלישי אדער ער מאכט חלילה חרוב וואס די צדיקים הקודמים האבן געבויעט מיט זייערע מעשים טובים, און יעצט ווען די צדיקים געפינען זיך דא אין ביהמ"ד דארף מען האבן א שטארקע בושה פאר זיי אויב מען האט חלילה חרוב געמאכט זייערע פעולות אויפצובויען דעם ביהמ"ק.

נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.

נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען און געזאגט אז מיט יעדע מצוה באשאפט מען א מלאך טוב וואס העלפט טוהן נאך מצות און מיט יעדע עבירה באשאפט מען ח''ו א מלאך רע וואס העלפט טוהן נאך עבירות אבער מיט די כח פון לימוד התורה קען מען מבטל זיין די שלעכטע מלאכים, און דער רבי האט געבעטן פון די תורה הק' אז זי זאל זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל וואס איז די איינציגסטע פאלק וואס איז מקיים מצות ומעשים טובים און איז עוסק בתורה און יעדע איד איז זיך מקבל צו מוסיף זיין בלימוד התורה לפי מדרגתו, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און מסיים געווען מיט א גמטריא המחזיר שכינתו לציון 'שכינתו' איז בגי' תשפ"ו און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין במהרה צו המחזיר שכינתו לציון.


ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ צוויי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד ביז אריין אינעם נייעם צוגעלייגטן עקסטענשאן - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.

אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א מאיהעל און הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו.

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מערבית בהתעוררות רב.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א, מו"ץ.
- הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א, מו"ץ.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין.
- הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן.
- הרה''ג ר' יודא בער טעללער שליט"א.

נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט:
- הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א, מו"ץ.
- הר"ר משה אלי' גראס שליט"א.

- הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א, מו"ץ.
- נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
- הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א.
- שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הר"ר ישעי' ליכטענשטיין שליט"א.

מען האט געענדיגט ארום 11:20. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'א גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכל העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.

ונתנה תוקף קדושת היום

יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:55.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.

- פתיחת הארון הקודש: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו.
- אנעים זמירות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.
וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק.
- שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.
- הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו.
- הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.

- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעורורות רב.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' אלכסנדר גוטמאן הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שמואל מאיר מערץ הי"ו.
- ר' אלי' שמחה רעטעק הי"ו.

- הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - מאנטרעאל.
- מפטיר: הרה"ח ר' יחיאל מיכל פריינד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 12:40, עס איז געווען פויזע. און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברד"א קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ארום 1:20 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה אברהם פרענקל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דערנאך איז געווען יזכור.

אום 1:45 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און מזמור לדוד הבו לה'. קדיש איז געווען 1:50.

טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו.
- הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א.
- הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' בנציון בר"א בראך הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם שלמה כהנא הי"ו.
- הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו.

הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
- די ערשטע כורעים: משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- די צווייטע כורעים: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו (ב"פ).
- די דריטע כורעים: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
- די פערטע כורעים: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו.

מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:40.

- צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א, מו"ץ.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם ברז"ל גליק הי"ו.

- לוי: הרה"ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי"ו.
- שלישי - מפטיר יונה: רבינו שליט"א.
דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן ווי יאר יערליך בשותפות דורך הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי"ו.
- פתיחת הארון ביי מנחה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי).
מען האט געדאווענט שנעל כנהוג. נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי. מען האט געענדיגט ארום 6:05.

תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.

נאך קדיש תתקבל ארום 7:55 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.

רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און געמאכט א ברכת על הגפן.
דערנאך ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוטע חודש און א גוט געבענטשט יאר.
נאך קידוש לבנה צוריק אריין אין היכל און אויסגעפאסט, מען האט געזינגען ניגוני יו''ט דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו הילד בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דעם קאפל און די ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.


ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

ארום 11:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום.
ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר בגשמיות א גוט געבענטשט יאר ברוחניות, און ממשיך געווען איבער די מחלוקת פונעם קאזניצער מגיד זיע''א מיטן חוזה מלובלין זיע''א צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות אדער קודם רוחניות, און דער רבי האט געזאגט אז הקב"ה איז א כל יכול און קען משפיע זיין גשמיות מיט רוחניות צוזאמען.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן האדרת ואמונה בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א מרבני קהלתינו.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז בזכות פון יעקב אבינו וועלכע האט מקבל געווען די קידושין פאר כלל ישראל ביי מתן תורה האבן אידן א דין פון אשה לבעלה צו הקב"ה, און די הלכה איז אז ווען א פרוי צוברעכט א זאך אין שטוב איז מען פטור, במילא ווען א איד טוט ח"ו אן עבירה און איז פוגם בעולמות העליונים איז מען פטור, אזוי אויך איז הקב"ה מחיוב צוצושטעלן אלע חיובי בעל לאשה, און דער רבי האט צוגעלייגט זאגענדיג אז פון יעקב אבינו זעט מען אז הקב"ה דארף קודם משפיע זיין גשמיות און נאכדעם רוחניות, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר גאנץ כלל ישראל.

מען האט ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט און א גוט שבת.

מען האט געענדיגט ארום 12:50, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים נייעם בנין הבית רחל אויף בעדפארד ביי קיעפ ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולע בנין וועלכע ווערט פארענדיגט אין די יעצטיגע וואכן במלא הדרו.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הסוכות שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת בענין:
אזמין לסעודתי אושפיזין עילאין
במשנת התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
ובענין:
קריאת שמו של העולה לתורה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

בענין:
בירור עשיית דירתו עראי וסוכתו קבע
מאת הג"ר יואל שווארטץ שליט"א.

ועוד מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 156 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 סוכות תשפ''ו (1)25.7 MB

Friday11 Tishrei 578610/3/2025

Video
נאך פון די הייליגע געהויבענע מאמענטן ביים שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א במקהלות אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 13
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש במקהלות אלפי אנ''ש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - תפילת מעריב, קידוש לבנה, הבדלה מוצאי יום הקדוש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - רבינו שליט"א ביים צינדן די 'יזכור לעכט' ערב יום הקדוש לעת כניסת היום בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - רבינו שליט"א ביים צינדן די יום כיפור לעכט און ביי תפילת מנחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - אלפי אנ''ש ביים אריבערגיין לברך ולהתברך ערב יום הקדוש בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
יום הקדוש תשפ''ו בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' וומסב''ג - שלחן הטהור ערב יום הקדוש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday9 Tishrei 578610/1/2025

Photos · 10
מנהג כפרות, שחיטת הכפרה, ומצוות כיסוי הדם ע"י כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א נאכן מקיים זיין מנהג כפרות היינט ערב יום הקדוש בבית השחיטה המהודרת בקרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ווי דערביי האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געגעבן לקח כנהוג אום ערב יום כיפור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
אנשי שלומינו ביים אריבערגיין לברך ולהתברך ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ערב יום הקדוש היינט נאך אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א באזוכט ביים מנהג כפרות אינעם נייעם לאקציע אין קרית יואל ביים בוטשער אויפ'ן 208 אין שכונת זרע קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביים מנהג כפרות אינעם נייעם לאקציע אין קרית יואל ביים בוטשער אויפ'ן 208 אין שכונת זרע קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - תשליך.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 8
שלש עשרה מידות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אמירת ספר תהילים, ווידוי הגדול, וקריאת הקרבנות, ברוב עם אין ביהמ''ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
דינסטאג האזינו - שלש עשרה מידות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר אום 5:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45. און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הר"ר משה ישכר פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און געזאגט די קדישים ביים דאווענען לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אמירת כל ספר תהילים. בעל תפלה: הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו. נאך תהילים האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדהל''ק. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
נאך תהילים האט דער רבי געזאגט דעם וידוי הגדול פון רבינו ניסים מיט שטארקע בכיות א לענגערע צייט, דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:10

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צו די לעיק אויף די קוויקוועי גאס צו אמירת תשליך ברוב עם, און געזאגט די סדר אמירת תשליך בהשתפכות הנפש, און מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט קדיש לרגל די יומדהל''ק. און ארום 7:50 געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday8 Tishrei 57869/30/2025

Photos · 14
שמחת הברית מילה לנכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד בית חיים יעקב שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מאנטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.

- פתיחה: ר' מרדכי עפשטיין הי"ו.
- כהן: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו.
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: רבינו שליט"א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע געסט פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש.
- הגבה: נכד רבינו הב' חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א. ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'ישעיהו' נאך הרה"ק בעל מעשי למלך מווייטצען זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי התאחדות אברכים דקהלתינו הק' אין וומסב"ג מקבל זיין ברכת הקודש לרגל התחלת חבורת לימוד ירושלמי מיוחד דוקא פאר די וועלכע האבן שוין מסיים געווען ש"ס במסגרת חבורת תורתך שעשועי, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די חבורה און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען דער סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד צד דרום, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן חדב"ן הגה"צ שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק מכ'ל חטאתיכ'ם לפנ'י ה' וואס די ס"ת איז 'מילה' און געטייטשט אז בזכות מילה ניצט תשובה, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א מיט הרה"ק בעל מעשי למלך זצ"ל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בשכונת ברך משה המורחבת ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימים הנוראים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:20 און מעריב ארום 11:15, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און נאך מעריב געזאגט קדיש לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפלה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פאר שחרית האט דער רבי געלייגט סכך אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, צום ערשטן מאל אין דעם נייעם ספרים שטוב, און געזאגט לשם צל סוכה, דער רבי האט איבערגעגעבן פארשידענע הוראות און זיך באדאנקט פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש אהערצושטעלן די סוכה.

ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
- ב"ר חיים הערש שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב בנימין שטעסל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א נייע פראכטפולע זילבערנע האניג האלטער לכבוד יו"ט, דער רבי האט זיך באדאנקט און אים געגעבן געבענטשטע האניג און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו בונה ומקים שכונת ויואל משה ונדבן ביהמ"ד בית מנחם זאב האט מנדב געווען דעם סכום פון א מיליאן דאלער צו פארברייטערן די ביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הערליכע שכונה, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן, פאר נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב הביהמ"ד, און פאר די הנהלת ומתפללי הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יעקב הערש ווערטהיימער הי"ו האט מנדב געווען א סכום הגון פארן ועד קרן הבנין אין ביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל שפיטצער הי"ו.
- הרה"ח ר' זלמן ווידער הי"ו און הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א צו די שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות סוכה און מנהגים פון עשרת ימי תשובה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך געליינט קרי"ש, און אויפן וועג ארויס ארום 12:10 אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת וילך - שבת שובה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים. מען האט געענדיגט ארום 9:00. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו.
- מנוחה ושמחה: הר"ר שמחה בונם רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגטתורה אויפן פסוק 'וילך משה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג שלש עשרה מידות.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר אלע אייניקלעך און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 1:20.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. שחרית: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

עליות.
- כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
- לוי: ר' יוסף ברש"ל גרובער הי"ו.
- שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
- רביעי: ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: הב' הבר מצוה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מאיר ערנטאהל הי"ו (אנטווערפען). מען האט געענדיגט ארום 12:20.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15.
- מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יודא גאלדבערגער שליט"א (מאנסי).
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און געטייטשט אז כדי עס זאל זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט איז גענוג אז עס איז דא קחו עמכם דברים, א דיבור של תפילה, א דיבור של חרטה ותשובה צו הקב"ה, און מאריך געווען בדברי התעוררות זאגענדיג אז שטייענדיג בין כסא לעשור איז יעצט די צייט צו מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days