בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday18 Tishrei 578610/10/2025

Video
חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין

מעמד 'שמחת בית השואבה' רבתי יעצט ליל אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, אנגעהויבן ביים שלחן הטהור בסוכה הגדולה און איז נמשך געווארן בהיכלי ביהמ''ד הגדול דקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Thursday17 Tishrei 578610/9/2025

Photos · 6
הגה''צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט''א אבד"ק נייטרא מאנסי אויף א ביקור חג היינט ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, בסוכה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א היינט בעבודת הקודש ביי די נענועים.
קרעדיט: י שטיין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Monday14 Tishrei 578610/6/2025

Photos · 19
נייע פריוואטע סוכה פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, וועט באניצט ווערן צום ערשטן מאל, הערליך דעקארירט לכבוד יום טוב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
בנין החדש והמפואר לחינוך הבנות שע"י מוסדותינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מאנטאג ברכה - ערב סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברי"ש פאללאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי מנחם גרין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק קאזניצער מגיד זיע''א. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט מען אריבערגעברענגט בחדרו הפרטי די ערבות פאר די ד' מינים ווי דער רבי האט פאר א לענגערע צייט איבערגעקוקט און געקליבן די ערבות לכבוד יו"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג ברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף יואל יושע בלומענטאהל הי"ו.
- ב"ר אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ז גאלדשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב יוסף ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

און די פארמיטאג שעות ארום 12:45 האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל אויף גאנץ מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, און מרביצי תורה, און פאר אלע בחורים.

ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקנים פון מערכת 'ורוממתנו' וועלכע געבן זיך אפ צו פארשפרייטן די אויסצוגן פון די דב"ק פון רבינו שליט"א במשך די פארלאפענע יאר צייט ובפרט פאר די ימים טובים אריינצוברענגען א חשק און א שמחה אין א מצוה וכו', דער רבי האט איבערגעקוקט די קונטרס פון די אויסצוגן פונעם פארלאפענעם יאר און די קונטרס וועלכע קומט ארויס לכבוד שמחת תורה מיט די דב"ק פון פארגאנגענעם שמחת תורה תשפ"ה, און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקנים מ'זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מנחת שבתי פון הרה"ק רבי שבתי שעפטיל ווייס זצ"ל - אבד"ק שימאני וועלכע איז יעצט געדריקט געווארן דורך די אייניקלעך נאכן טרעפן די כתב יד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק משימאני זצ"ל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.

שפעט ביינאכט בביתו נאוה קודש איז דער רבי איבערגעגאנגן די רשימות פון אלע צדקות וואס ווערט אין די טעג ארויסגעשיקט בשליחתו פאר פארשידענע נצרכים לכבוד יו"ט.

עקסטער האט דער רבי באקומען א פונקטליכע רעפעראט פונעם קאמפיין וואס דער רבי האט געבעטן פון די תלמידי הישיבה צו שאפן גרויס געלט לעניי ארה"ק לקראת הנסיעה הגדולה אנהויב חודש כסלו אהנגעפירט דורכן געטרייען הויז בחור הב' החשוב שניאור זלמן עקשטיין ני"ו , דער רבי איז איבערגעגאנגן די פרטים פונעם קאמפיין ווי ס'האלט לע"ע, און געגעבן חיזוק מ'זאל אהנגיין ביתר שאת צו שאפן גרעסערע סכומים לטובת עניי אר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
קבלת שבת: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:45. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה און מיט די אויסלענדישע בחורים געסט פון ארה"ק און אייראפע, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' נפתלי אלימלך ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הר"ר שמואל לעוו שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל לאנדאן.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, מנהל ישיבה סניף דרך התורה ודומ''ץ בית מדרשינו בשכונת זרע קודש.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יואל ניימאן שליט"א, מנהל ישיבה סניף שביל התורה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יערוף כמטר לקחי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו - לאנדאן.
- ברכת המזון: הר"ר שמואל לעוו שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק קאזניצער מגיד זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ערב סוכות.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו - לאנדאן.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץַ נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר שמואל לעוו שליט"א.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו - לאנדאן.
- לוי: ר' יואל עזרא לעווי הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' יעקב משה פאלאטשעק הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' יושע ברי"ש פריעדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
- אחרון: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- גלילה: ר' יוסף ברמ"א פריינד הי"ו - לאנדאן.

מוסף: הר"ר יושע עסטרייכער שליט"א - לאנדאן. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו - לאנדאן. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

די סעודה האט דער רבי געפראוועט אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אויסלענדישע בחורים פון ארה"ק און אייראפע און די אויסשטעטישע בחורים פון ישיבה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, הגבהת הכוס: ר' יוסף ברמ"א פריינד הי"ו.
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת ויו"ט, און מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' אלי' לאנדא הי"ו.
- ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יערוף כמטר לקחי' און געטייטשט אז דורכן טוהן תשובה מיראה יום כיפור גיבט הקב"ה א מתנה תשובה מאהבה אום יו"ט סוכות.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:05.
- מנחה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו - לאנדאן.
- כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אלימלך פאגעל הי"ו - מאנטרעאל.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען
- אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יערוף כמטר לקחי' און געטייטשט אז יום טוב סוכות איז משפיע אז די חסדים וואס איז פארשריבן געווארן יום כיפור זאל זיין אפן און מען זאל זען די חסדים, און מסיים געווען מיט ברוב ברכות עס זאל אראפקומען חסדים שהכל שמחין בה און עס זאל זיין א ריכטיגע זמן שמחתינו פאר כלל ישראל.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:10.

נאך הבדלה האט דער רבי א לענגערע צייט געקליבן לולבים און הדסים בביתו נאוה קודש לכבוד יו"ט סוכות.

ארום 11:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש שטערן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם חוה"מ סוכות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, און הרה"ח ר' בעריש הי"ו איז געגאנגען גלילה, און דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק האזינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן עקיבא ניישטאדט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלכסנדר האלענדער הי"ו.
- ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
- ב"ר ישעי' גוטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days