בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday27 Tishrei 578610/19/2025

Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מחאה אדירה אין מאנהעטן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday25 Tishrei 578610/17/2025

Video
נאך פונעם דערהויבענעם שלחן הטהור 'נעילת החג' בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Thursday24 Tishrei 578610/16/2025

Photos · 10
ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באגלייטן מוצאי שמחת תורה ומעמד ברכת הקודש ע''פ רחבת ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל, במעמד אלופי אלפי ישראל אנשים נשים וטף.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי מעריב און הבדלה מוצאי יו''ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 30
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים עריכת שלחן הטהור ומעמד נעילת החג מוצאי יו"ט שמחת תורה במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 17
יום הושענא רבה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל.
- הלל ונענועים
- דרשת הושענא רבה
- הושענות וקריאת התורה
- שלחן הטהור

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
ליל הושענא רבה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל.
- תפילת מעריב בביתו נאוה קודש
- משנה תורה
- שלחן הטהור
- אמירת כל ספר תהילים

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
פייער פלאקער ביי קהלא קדישא רבבות אלפי אנשי שלומינו, מוצאי יו"ט בשעת דעם מעמד ברכת הקודש בצילא קדישא, לקראת השב"ק פ' תולדות באתרא קדישא מירון הבעל"ט

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
הושענא למען דתך!

כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א איז מכריז דעם מלחמה לה' בעמלק קעגן די מדינה הציונות און גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, אנהויב פונעם שולחן הטהור בעת נעילת החג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

אשרי עין ראתה כל אלה
- ערשטע בליק אלופי אלפי אנ''ש מיט פייערליכע ריקודין ביים מעמד ברכת הקודש פארענט פון ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע דערהויבענע יו''ט בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׂמָחוּ וִישָׁרִים יַעֲלזוּ וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ!!

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

ערשטע בליק פונעם שלחן הטהור 'נעילת החג' נאך די געהויבענע ימי שמחת תורה בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט די השתתפות פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר מכל רחבי תבל, בעיר עוז לנו קרית יואל בצילא קדישא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Monday21 Tishrei 578610/13/2025

Video
אלופי אלפי ישראל פילן איבער היכלי ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו אין אלע אירע פליגלען ביי די פייערדיגע דרשת הושענא רבה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וועלכע האט מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
געהויבענע מינוטען ביי די נענועים און דרשה ביום הושענא רבה פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Sunday20 Tishrei 578610/12/2025

News
ליל הושענא רבא


צוליב די רעגן וועט זיך רבינו שליט"א וואשן צו די סעודת יו"ט אין די סוכה בביתו נאוה קודש.

נאך משנה תורה וועט פארקומען 'בהיכל הביהמ"ד' דער המשך שלחן הטהור לכבוד הושענא רבא ווי מען וועט זינגען ניגוני התעוררות און דער רבי וועט משמיע זיין דב"ק לכבוד היום, כנהוג.

ארום 1:00 אזייגער וועט דער רבי אריינקומען אין ביהמ"ד צו אמירת תהילים ברב עם.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצאי יו"ט סוכות, ליל אושפיזא דיעקב, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא אין די סוכה הגדולה ארום 11:30. דער רבי האט געזאגט דעם סדר האושפיזין כנהוג, און זיך געוואשן צו די סעודה, מען האט אויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין, מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:

- הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אדמו"ר מדינוב מאנסי.
- הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דביהמ"ד יראי השם בשכונת ברוך טעם קר"י.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה ווייזט אויפן גלות און די ד' מינים איז משפיע שמחה, און פארדעם טראגט מען אריין די ד' מינים אין די סוכה צו ווייזן אז אפילו אין גלות דארף מען אויך זיין בשמחה, וויבאלד הקב"ה געפונט זיך מיט אונז אין גלות, אזוי ווי הרה"ק החוזה מלובלין זיע"א האט געענטפערט פארן הייליגן ישמח משה זיע"א אויף די קשיא פארוואס חסידים זענען אלץ בשמחה און זענען נישט מיצר ודואג אויפן חורבן ביהמ"ק, האט ער געענטפערט אז עס דארף זיין אבלו בלבו וצהלתו בפניו וויבאלד דער מלך מלכי המלכים געפונט זיך בתוכינו.

ברכת המזון: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

דאנערשטאג, יום א' דחול המועד סוכות

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד בר"ע אונגאר הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים באש קודש און דערנאך פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו, לאנדאן.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו, וויען.
- שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הבה"ח יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ארום 5:15 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הלכה'דיגע שמועס פון קרוב צו א שעה איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות וועלכע איז אינטערגעקומען במשך דעם יום טוב, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אין די שפעטע נאכמיטאג שעות ארום 6:15 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד יו"ט, וסיום מס' ברכות במחזור שני פון מסגרת תורתך שעשועי. דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד די געהויבענע 'צווייטע טעג יו"ט', און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק און בפרט פון בית מדרשינו הגדול וועלכע איז פארברייטערט געווארן סיי בכמות און סיי באיכות און פארענדיגט מיט ברכות לרוב און אויסגעדרוקט זיין תשוקה זיך צו טרעפן בקרוב מיט אנ"ש פערזענדליך פנים אל פנים, און מסיים געווען ברב ברכות.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:40 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ליל ב' דחול המועד סוכות, אושפיזא דמשה רעיא מהימנא

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

שפעטער ארום 11:05 איז דכר רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט געזאגט דעם סדר אושפיזין כנהוג, און זיך געוואשן צו די סעודה. מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
- הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים.
- הרה"ג ר' חיים אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויאמר בנערינו ובזקיננו נלך כי חג ה' לנו' און ארויסגעברענגט אז יעדער איד דארף טאקע זיין א עניו אבער יעדער דארף אויך האבן אביסל פון די מידת הגאוה ביי עבדות השם,
סוכה איז משפיע דעת מען זאל קענען מבחין זיין ווען צו זיין א עניו און ווען א בעל גאוה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי חיזוק איבער די חשיבות פון יעדע מצוה פון א איד, יעדע תפילה, יעדע חסד, יעדע פעולה אין עבודת השם, און ח"ו אז א איד זאל טראכטן אז מיין עבודה איז גארנישט ווערד, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען אנא עבדא דקדשא בריך הוא און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט גרויס התלהבות פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 12:55 און דער רבי איז אריבער לחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 1:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודין פאר א לענגערע צייט, ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.

פרייטאג ערש"ק, יום ב' דחול המועד סוכות

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים באש קודש, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו, וומסב"ג.
- כהן: הרה"ג ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב"ג
- לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
- שלישי: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער פרישע געסט פון אייראפע וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט להסתופף בצל הקודש.
- הגבה: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
- גלילה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א, ירושלים.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ו לפ"ק 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי געבינדן דעם לולב כנהוג. ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
מערבית: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה.
דער רבי האט געזאגט דעם נוסח סדר האושפיזין און געמאכט קידוש ברגש קודש,
הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו. די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצות סוכה' און ארויסגעברענגט אז וויבאלד אידן האבן א דין פון בנים למקום האט מען געקענט הנאה האבן פון די ענני הכבוד אין זיצן בצל קל און צוליב דעם מאכט מען א זכר צו די ענני הכבוד.

ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראה"ק.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:00 אזייגער.

יום א' של חג הסוכות

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 10:05.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.
- הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו דומ"ץ בביד"ץ התאקה"ח לאנדאן.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ אנטווערפען.
- כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו, מאנטריאל.
- שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' זלמן לייב בר"מ שווארטץ הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
- גלילה: הר"ר יואל ברמ"ח ווייס שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו, וומסב"ג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק הארטשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ' און געטייטשט בענין פון תוספות שבת דאורייתא,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.

ליל ב' של חג הסוכות

ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, בעל תפילה: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א. ארום 7:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב, מערבית: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו"ט און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:00 אזייגער האט דער מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה פארענט פון ביהמ"ד הגדול. דערנאך ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט האט געזאגט דעם נוסח סדר האושפיזין כנהוג און געמאכט קידוש ברגש קודש, הגבהת הכוס: הר"ר יחזקאל לאנדא שליט"א, לאנדאן.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און ארויסגעברענגט אז מצות סוכה און די ד' מינים זענען מסוגל אריינצוברענגען דעם מידת האמת אין א איד, און מידת האמת איז משפיע אלע השפעות טובות. נאך די תורה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד יו"ט א לענגערע צייט, ברכת המזון: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א. נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:00 אזייגער.

יום ב' של חג הסוכות

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום שחרית ארום 10:10. ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, יוצר, והלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש ביי די נענועים פאר א לענגערע צייט באש קודש, און נאך הלל פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס התעוררות.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, לאנדאן.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ.
- כהן: הרה"ח ר' נחמן כהנא הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו, מאנטריאל.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הערשל פריעד הי"ו, וומסב"ג
מען האט געענדיגט ארום 2:10.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה', און ארויסגעברענגט אז וויבאלד מצות סוכה און ד' מינים זענען משפיע מידת האמת פארדעם ניצט תשובה פאר הקב"ה. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ארום 7:20, בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו. ביים זמן ר"ת ארום 7:40 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין שליט"א.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, מען האט געענדיגט ארום 8:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 36
ימי חוה''מ בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Show earlier days