בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday26 Cheshvan 578611/17/2025

Photos · 7
נאך בילדער כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א באזוכט ביי כ''ק הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
מעמד קבלת פנים לכבוד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וכינוס אנ"ש אין ירושלים עיה''ק אינעם שאטער אויף רחוב דורש טוב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי מחותנו כ''ק אדמו"ר מקרעטשניף י''ם שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו"ר מבעלזא שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב בבית האכסניא אין ירושלים עיה''ק אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קרניאל הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
נאך בילדער כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א
- בביקור קודש ומעמד קבלת פנים בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.
- מסיבת קבלת פנים דורך די שרי התורה הרבנים הגאו"צ חברי הביד''צ העדה החרדית ירושלים תובב''א אין לשכת הבד''צ.
- באזוך ביי כ''ק הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביקור ביי כ''ק הגה''צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אין לשכת הבד''צ ביים מסיבת קבלת פנים דורך די שרי התורה הרבנים הגאו"צ חברי הביד''צ העדה החרדית ירושלים תובב''א

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א בביקור קודש ומעמד קבלת פנים בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
רבא דעמי' מדברנא דאומתי' בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען אין ארה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
News
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אין די יעצטיגע מינוטן (4:29 ארטיגע צייט) לאנדעט דער פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין לופט פעלד בארה"ק, לקראת דעם געהויבענעם שבת המרומם באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים ארויפגיין אויפן פריוואטן פליגער קיין ארה"ק.

הנה ימים באים

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
News
שאו שערים ראשיכם והנשאו פתחי עולם ויבוא מלך הכבוד

אין די יעצטיגע מינוטן (2:52 ארטיגע צייט) הייבט זיך דער פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין עהטענס, גריכלאנד, אויפן וועג קיין ארה"ק לקראת דעם געהויבענעם שבת המרומם באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט יעצט 1:45 (ארטיגע צייט) די אכסניא אין עהטענס, גריכלאנד צום עירפארט, ווי דער רבי וועט זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער א וועג פון ארום אנדערט האלבן שעה קיין ארה"ק לקראת דעם געהויבענעם שב''ק באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים עוסק זיין בלימוד התורה נאך תפילת שחרית, און דערנאך ביים מסיבת לחיים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים ארויסקומען פון מקוה היינט אינדערפרי איידער תפילת שחרית אין אטענס גריכנלאנד וועלכע איז געבויט געווארן דורך קרן המקוואות העולמי, און ביי תפילת שחרית אינעם ארטיגן בית חב''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מוצש"ק חיי שרה - זונטאג תולדות


ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרה"ג רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו'.

דער רבי האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 12:00 אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד ווי דער רבי וועט וויילן אויף א קורצע אפשטעל ביז מאנטאג מיטאג ווען דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטן פליגער צום דערהויבענעם מסע הקודש קיין ארה"ק.

ביים אנקומען אויפן פליגער האט גער רבי עוסק געווען בתורה במצות הנוהגים בארה"ק, ווי הפרשת תרומות ומעשרות וכדו', א לענגערע צייט, און דערנאך איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבין דעם קובץ שעשועי אורייתא מיט די הונדערטער תשובות פון די לומדי חבורות יסודי התורה אויף די קשיא וואס רבינו שליט''א האט איבערגעלאזט ביי זיין שיעור כללי ביים היסטארישן סיום חצי ש''ס פארגאנגענעם פרשת לך, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.

ארום 4:00 אזייגער פארטאגס (ניו יארקער צייט) האט דער רבי געדאווענט שחרית אויפן פליגער. בעל תפלה: הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע געפינט זיך בשנת האבל פון אמו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה, נאכן דאווענען האט הרה"צ ר' מענדל שליט"א איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת אינעם קרית ישיבות וויזניץ אין נייעק, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרית ישיבות וויזניץ, און נאך.

דער פליגער פון רבינו שליט"א האט געלאנדעט אין לופטפעלד אין אטענס גריכנלאנד ארום 3:55 (8:55 ניו יארקע זייגער).

ביים אפשטייגן פון פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין עירפארט. בעל תפלה: הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לבית האכסניא אין אטענס א וועג פון ארום א האלבע שעה.

ארום 7:30 (12:30 ניו יארקע זייגער) האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפלה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס הי"ו (בני ברק).

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויס אויף א שפאציר מיט געציילטע מקורבים אויף די געסלך ארום דעם האטעל ווי דער רבי האלט זיך אויף, שפאצירענדיג האט דער רבי דערציילט אביסל איבער היסטארישע תקופות פון מלכות יון בקורות עם ישראל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת חיי שרה - מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה ב"ר יואל מאלח הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 6:45. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: נכדו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשכר שאמרה רבקה אלך זכה ישראל שיצא ממצרים' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו (וומסב''ג).
- ברכת המזון: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון.
- קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא ברא"ש גלאנץ הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב''ג)
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני מירון לרגל די מסע הקודש קיין ארה"ק און שב''ק באתרא קדישא מירון.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:25.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יונה ראזענפעלד הי"ו - ירושלים.
עליות.
- כהן: החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - וומסב''ג.
- שלישי: החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- חמישי: ר' יואל זאב נפתלי ניימאן הי"ו ק דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
- אחרון: החתן יודל ב"ר יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בשיכון סקווירא.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'וה' ברך את אברהם בכל' און געטייטשט אז הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו איז מצרף די מעשי המצוה פון א פשוט'ע איד מיט די מחשבת המצוה פון די צדיקים און אינאיינעם ווערט עס א שלימות'דיגע מצוה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען "א גוטע וואך מ'זאל פארן לחיים ולשלום געזינטערהייט מ'האף מיר צו זיין צוריק אויף שב"ק פרשת ויצא", דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע הקודש קיין ארה"ק און שב''ק באתרא קדישא מירון. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday25 Cheshvan 578611/16/2025

News
עהטענס, גריכלאנד - זונטאג פ' תולדות 3:56pm

די פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט יעצט געלאנדעט אינעם Eleftherios Venizelos עירפארט, רבינו שליט"א וועט וויילן אין עהטענס איבערנאכט און ממשיך זיין צומארגנס, מאנטאג מיטאג צייט, מיט די נסיעה קיין ארה"ק, אינטערוועגנס צום געהויבענעם שבת באתרא קדישא מירון.

בזמן שהצדיק בעיר היא הודה היא זיוה היא הדרה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photo
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אינטערוועגנס צום געהויבענעם שבת באתרא קדישא מירון, איז מעיין אינעם קונטרס 'שעשועי אורייתא' וואס אנהאלט הונדערטער תירוצים אויפן רבינ'ס קשיא, וואס דער רבי האט איבערגעלאזט ביים היסטארישן שיעור ביים סיום חצי ש"ס ביום א' פ' לך העעל"ט.

לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה
!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
News
מוצאי שבת קודש 12:03am

אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פליגער פון רבינו שליט"א פונעם נוארק לופטפעלד אויפן וועג גריכלאנד און פון דארט אי"ה קיין ארה"ק לעשות את השבת באתרא קדישא מירון.

לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Shabbos Kodesh24 Cheshvan 578611/15/2025

Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען אין נוארק לופטפעלד אויפן וועג צום מסע הקודש קיין ארה''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

מוצש''ק 9:15 - כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט יעצט קרית יואל אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד, פון ווי די פליגער וועט זיך הייבן אויפן וועג קיין עטהענס גריכנלאנד ארום 11:45, די רבי וועט אי"ה אנקומען זונטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ארטיגע זייגער, און וועט זיך דארט אויפהאלטן ביז ארום מאנטאג מיטאג צייט פון ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער א וועג פון ארום 2 שעה קיין ארה"ק צום מסע הקודש און שב''ק באתרא קדישא מירון.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל!!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Show earlier days