בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh16 Kislev 578612/6/2025

Video
ריקודין ביים סעודת החתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים ערשיינען צום חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Friday15 Kislev 578612/5/2025

Photos · 4
סיום הש"ס בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן נאך די חופה בחצרות קדשינו דורך נכדו הר''ר ליפא אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, ווערט געזעהן הנגיד הנכבד בנש"ק נחום רוקח הי''ו געט מזל טוב פאר רבינו שליט''א, און דער רבי ביים באטראכטן דעם היסטארישן בעכער פון הגה''ק הקדושת לוי זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
הייליגע געהויבענע מינוטען ביי די פייערדיגע מצוה טאנץ ברשפי אש קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
הייליגע מינוטען איידערן געהויבענע מצוה טאנץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
ערשטע בילדער געהויבענע מצוה טאנץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Thursday14 Kislev 578612/4/2025

Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים ערשיינען צום חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
ערשטע בילדער מעמד החופה ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלפי אנ''ש בחצר ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
נאך בילדער מעמד קבלת פנים ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
ערשטע בילדער מעמד קבלת פנים ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים!!!

היום! שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, שמחת נישואי נכדת דור רביעי הראשונה של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נכדתו הבכירה של בנו בכורו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, בת לחתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, מו"ץ בקהילתינו הק'.

עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל
בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל יצ''ו.
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אדמו''ר מקארלסבורג מאנטרעאל.
חתן הגה''צ ר' יושע העשיל וואגשאהל שליט''א אב''ד יאסלא מאנסי, בן הגה''צ ר' שמואל חיים ראובן זצ''ל, בן כ''ק הגה''צ ר' אלטר יעקב יצחק מ'לאנצהוט זצ''ל
וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל יצ''ו.

שיתקיים ברצו"ה במקהלות אלופי אלפי אנשי שלומינו בהיכל ביהמ"ד הגדול וומסב"ג, ואח"כ בגרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
מנחה בשעה 4:30 קבלת פנים בשעה 5:15. ואח"כ מעמד החופה לפני בית מדרשינו הגדול.

שישו ושמחו בשמחת רבינו!!!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday13 Kislev 578612/3/2025

Photos · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, בת הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, וועלכע קומט פאר מארגן דאנערשטאג במקהלות אלפי אנ''ש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Video
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הק' זיע''א לרגל די חתונה הגדולה פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, בת הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, וועלכע קומט פאר מארגן דאנערשטאג במקהלות אלפי אנ''ש אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
דינסטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אהרן דאסקאל הי"ו (לאנדאן).
בעל תפילה: הב' שמואל דוד ב"ר יודל ענגעל הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א וועלכע האט אראפגעלייגט די הכנה דרבה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע געלט פאר אלע קינדער, מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מנאדבורנא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עס האבן אפגעווארט און מקבל געווען רבינו שליט''א בחורי וויזניץ, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט באטראכטן די בוי ארבעט ביי ביהמ"ד הגדול והמפואר דחסידי וויזניץ אין בני ברק.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם דרך הלימוד פונעם חתם סופר ובניו, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך ארום 4:45 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה גדולה מהרי"ט אין זכרון מאיר ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. בעל תפילה: הב' יחזקאל בן הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.

נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א. דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 7:30 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ צווישן אנדערע הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א אינאיינעם מיט הר"ר טובי' פריינד שליט"א מראשי 'מכון פאר מקדושים', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האבן זיי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדרוקטן ספר ישמח ישראל דורך מכון פאר מקדושים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' דוד צבי שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת מנחת יצחק בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה נחשוני שליט"א רב הקהילה החרדית בראשון לציון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה א משלחת דייני קהילת בעלזא בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15. בעל תפילה: הב' שמעון אלעזר ב"ר דוד יואל קליין הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען די זמני כניסה ביז ארום 1:00 אויפדערנאכט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט פילע אנ''ש.
- בעל תפילה: ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בני ברק.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.

נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה ובעניני מזוזות, און הגאון רבי משה שאול שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו ויקהל משה און מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין לשכת רבני העיר בני ברק ביי די רבני העיר הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני כשרות אין די שטאט בני ברק און אלע רבנישע פונקציעס, און איבער די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ וועלכע רבינו שליט"א האט איינגעפירט צו נוצן, און ווי הגאון הרב לאנדא ז"ל איז איין יאר געקומען שניידן אין אמעריקע בטירחא דגופא כדי צו קענען האבן פון די מהודר'דיגע ווייץ וועלכע האבן נישט קיין חששות, און ווי ער האט מקפיד געווען אליינס ארויפצוגיין אויפן קאמביין צום שניט, די רבני העיר האבן מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו, און איינגעלאדנט די רבני העיר צו קומען אויף א באזוך אין קרית יואל זיך אומצוקוקן אויף די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע שטאט, און זיי האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר א נייע ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק אייזיק הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו אין זכרון מאיר ווי עס איז פארגעקומען א קבלת פנים דורך כוללינו כולל עצי חיים לכבוד דעם נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' ישראל אלימלך ב"ר שמעון ראטה הי"ו.

נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שאול יחזקאל שווארטץ הי"ו וועלכע האט באגריסט הגה"צ נשיא הכולל שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א ראש הכולל ודומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיטו נשיא הכולל שליט"א בשם די לומדי הכולל און ארויסגעברענגט די מעלות פון כולל עצי חיים און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ נשיא הכולל שליט"א וועלכע גייט אליינס ארום יעדן טאג נאך געלט פארן כולל, און מאכט זיכער אז די תמיכה קומען אן צייטליך, און פאר די ספעציעלע תמיכה לכבוד יו"ט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און אנגעהויבן זאגענדיג אז שב"ק ווען רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען קען נישט אוועקפארן פון מירון אהן זיך מקבל זיין א קבלה טובה האט ער זיך מקבל געווען צוצולייגן א הוספה צו די תמיכה פאר די לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חיבה יתירה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א צו כולל עצי חיים און זיך באדאנקט פאר די נדבני הכולל פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי וועלכע גיבט זיך אוועק בלב ובנפש פארן כולל, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פאר די רבני ולומדי הכולל, און משמיע געווען א לענגערע שיעור סוגיא ופלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די כולל אינגעלייט ובפרט איבער לערנען פארן דאווענען, און ארויסגעברענגט לשבח פון אחיו הגה"צ שליט"א וועלכע נעמט אויף זיך דעם עול און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פארן כולל במסירות נפלאה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי הלכה, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב בני ברק עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל צום הכנסת ספר תורה, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און זיך עקסטער אפגעשטעלט טאנצן נעבן די קינדער פאר א שטיק צייט, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די שמחת הכנס"ת לע"נ רבותינו הק' זיע''א ולרגל שמחת התחלת כתיבת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני דביקות התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נחמן ברוך שיף שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די נחיצות פון פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און זיך באדאנקט פאר די נגידים און נדבנים פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו פון קר"י חבר וועד קרן הבנין וועלכע ארבעט בלב ובנפש צו שאפן די גרויסע געלטער לפאר ולרומם בית מדרשינו הגדול.

ביים לחיים האט זיך אויך משתתף געווען כ''ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ביים סוף ארויסבאגלייט.

דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש ע"ה ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי בני ברק ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה לויט א ספעציעלע סדר להפקד בדבר ישועה ורחמים.

צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ עטליכע מזקני הרבנים הגאונים ראשי הכולל פון כולל חלקת יעקב ברייש וועלכע האבן איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו קומען אין כולל משמיע זיין א שיעור סוגיא ופלפול און דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ אחד מאנ"ש וועלכע האט אריינגעברענגט פאר רבינו שליט"א א באטל אויל וועלכע איז טבל און עס מזכה געווען פאר רבינו שליט"א אז דער רבי זאל קענען אפשיידן תרומות ומעשרות פון א אייגענע אייגענטום, דער רבי האט עס קונה געווען כהלכה און דערנאך געמאכט א ברכה בשם ומלכות און אפגעשיידט תרומות ומעשרות כהלכה און זיך שטארק באדאנקט פארן געבן די זכיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה עלטערן מאנ"ש וועמענס קינדער זענען אין א סכנה צוליב די ביטערע גזירת הגיוס נאכן באקומען א צו גיוס פון די ציוניסטישע ממשלה, רבינו שליט"א האט משמיע געווען הדרכה און געוואונטשן ברכות קדשו אז מען זאל ניצל ווערן פון די גזירה גרינגערהייט.

 ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפילה: הב' ב"ר אנטשיל אילאוויטש הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 12:30 אזייגער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

זונטאג ויצא - מירון - אור הגנוז - בני ברק
'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק ווייס הי"ו (בני ברק), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.

ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט בית האכסניא אין מירון, ווי אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט אויסגע'שורה'ט תלמידי מוסד חסד לאברהם סניף מירון וואס שטייט בנשיאות האדמורי''ם מסקולען שליט''א, דער רבי האט ווארעם באגריסט די תלמידים און די תלמידים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר הגה"צ ר' רפאל אבוחצירא שליט"א נשיא מוסדות מאיר עיני ישראל בבית מדרשו 'מאור אליעזר' אין מירון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קדושת המקום וקדושת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די ספרים פון זיין זיידן ז"ל וואס ער האט מו"ל געווען און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בידידות רב.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען צום דערנעבנדיגן ישוב אור הגנוז ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד הנשגב פון 'הפרשת תרומות ומעשרות' אינאיינעם מיט שרי התורה חברי הביד"צ וחברי ועד הכשרות של העדה החרדית ירושלים עיה''ק, ביי די אייגנטומערשאפט פונעם אור הגנוז וויין פירמע, וועלכע געפונט זיך אונטער די מהודר'דיגע השגחה פונעם ועד הכשרות שע"י העדה החרדית.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, הגה"צ ר' מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב, און מיט די חברי הבד"ץ העדה החרדית הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול ר' יודא פישער שליט"א, און די רבני ועד הכשרות הרה"ג ר' חיים יודא כהן שליט"א און הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער די פרטים און הלכות פון הפרשות תרומות ומעשרות, און דער רבי האט געמאכט די קנינים זוכה צו זיין אין די שליחות.
דער רבי איז אריין אין א זייטיגער שטיבל און אנגעטוהן א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די פעסער וויין און מפריש געווען מיטן נוסח המקובל א טעפל וויין פאר תרומה, און ברגש קודש געמאכט די ברכה אקב"ו על הפרשת תרומות ומעשרות און געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות בקול חנוק מדמעות.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויף די בימה און געזאגט די נוסחאות המקובל און דערביי געעפענט דעם קראן ארויסצוגיסן די וויין לאיבוד פאר מעשר ראשון ותרומות מעשר כהלכה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ בדמעות שליש אויפן ניגון 'והריקותי לכם ברכה עד בלי די' א לענגערע צייט.
עס האט אויפגעטרעטן הג"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א ספרא דדיינא, און מכבד געווען הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב אויפצוטרעטן, דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם גאנצן שטעטל מיט די באזוך פון רבינו שליט"א און די השפעות קדושות וואס די מצוה וועט איבערלאזן פאר אלע איינוואוינער, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבדי''צ און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצוה וואס ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע סדרה עשר עשרנו לך און איז משפיע השפעות קדושות און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א ברכות לרוב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף די וויין פונעם פאבריק און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די חשיבות פון די מצוה און די זכיה צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הפרשת תרומה צום ערשטן מאל, און געזאגט "עס האט זיך געלוינט די גאנצע שפעזן נאר צו מקיים זיין די איין מצוה!" "איך בין מקנא דעם בעל היקב וועלכע האט די זכיה צו קענען מקיים זיין אזא מצוה, וואס אמאל האט מען געמיינט אז כתיבת ספר תורה איז די טייערסטע מצוה אבער היינט נאכן זען וויפיל וויין מען גיסט אויס זעט מען אז דאס איז סאך טייערער, און דאס איז נישט קיין איינמאליגע זאך נאר דאס איז יעדעס איינציגסטע יאר, טראץ וואס לויט רוב שיטות איז עס בזמן הזה נאר א דרבנן", און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבנים, תושבי העיר און פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע מצות התליות בארץ.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א חבר הביד"צ, א טשעק מיט א ריזן סכום פון א מיליאן דאלאר פאר א חלוקה מיוחדת פון קרן הצלה וואס וועט פארקומען בימי חנוכה הבעל"ט. די פאנטאסטישע נתינה איז געברענגט געווארן לידי רבינו שליט"א דורך הנגידים החשובים מראשי קהלתינו בארה"ב ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו ר' אברהם בראך הי"ו ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ר' יואל עפשטיין הי"ו ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און נאך אנדערע, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק שליט"א האט זיך באדאנקט איבערראשטערהייט און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א און פאר די נגידים החשובים. איידער מ'האט געענדיגט דעם מעמד האט הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א אויף זיינע דרייסטע שריט צוריק צושטעלן דעם מעמד החופה ביי שמחות אנ"ש צום אמאליגן פארצייטישן שטייגער און דער רבי האט געזאגט פארן רבין אז דער פראבלעם איז דא לעצטענס אויך אין אר"י און דורכן רבינס שריט וועט די השפעה זיין אין ארה"ק אויך. מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי האט ממשיך געווען דעם וועג קיין בני ברק.

דער רבי איז אנגעקומען קיין בני ברק ארום 5:00 און תיכף צוגעפארן צום בנין המפואר והחדש בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין בית חינןך לבנות מיט קענטיגע התפעלות, און ארויף אויפן צווייטן שטאק ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו (קר"י), און נאך מנחה האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדבני בוני הבנין. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג און הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו לכבודו פון אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו נדבן שם הבנין.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די שמחה פון באנייען דעם בנין נאך קרוב צו צוועלעף יאר הארוואניע, און ארומגערעדט איבער די שאיפה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א צו בויען א בנין פאר די מיידל שולע אין בני ברק, און ווי שטארק רביה"ק זיע''א האט זיך געזארגט פארדעם עד כדי כך אז ערב יום הקדוש האט ער צוזאמגעשטעלט געלט פארדעם, און עס איז זיכער אז רביה"ק זיע''א איז מכיר טובה פאר אלע נדבנים און וועט משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם בכל ענינים.
נאך די דב"ק זענען אלע נדבני ובוני הבנין איינציגווייז אריבער געגאנגען אפנעמען א פערזענליכע ברכת הקודש פון מרן רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין המפואר והחדש, אינאיינעם מיט'ן סיום כתיבת האותיות, אינעם גיגאנטישן שאטער שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו.
עס האבן זיך משתתף געווען פילע אדמור"י ורבני העיר בני ברק צווישן אנדערע.
- האדמורי"ם ממאחניווקא בעלזא, דעעש, נאדבורנא, בוהוש, סלאנים, שבט הלוי, חוג חתם סופר, זלאטשוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביטשקוב, ספינקא ב"ב, צאנז זמיגראד, סערעדנא, האסוקוב.
- הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק.
- הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק.
- הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים.
- הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב.
- הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.

דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט געעפענט דעם מעמד און אויסגערופן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק בקר"י, וועלכע האט אראפגעלייגט די השתלשלות פון די הקמת ובניית הבנין בית החינוך לבנות "בית פיגא", דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו מנדבני הבנין וואס האט יעצט אויך מנדב געווען דעם מעמד חנוכת הבית לע"נ אביו ז"ל, און האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים בשם די נדבני ובוני הבנין, און דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק וועלכע האט מקבל פנים געווען כ"ק רבינו שליט"א בשם די הלות הקודש אין בני ברק און האט מאריך געווען בשבח קהלתינו הק' אין בני ברק.

דערנאך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן דורך חברי קהלתינו הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות התורה א לענגערע צייט, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און נאך די דברי אגדה ומוסר על פרשת השבוע מעורר געווען בעניני צניעות ביי נשים, און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין בני ברק וועלכע האט זיך פארברייטערט בכמות ובאיכות ובפרט מיטן נייעם בנין פאר חינוך הבנות, און דערמאנט לשבח די חשוב'ע נדבנים ובראשם הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און אויסגעשריגן די ווייטאג אז יש אומרים אז דא אין בני ברק וועבן זיך פלענער צו מאכן פשרות אין דעם ענין רח"ל, חלילה וחלילה צו מפקיר זיין אידישע נפשות צום מיליטער וואס כל באי' לא ישובין, און גערעדט איבער די קליפות הציונית און מעורר געווען נאר צו רעדן אין די אידישע שפראך.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמועות טובות וואס מען הערט כסדר פון קהלתינו הק', און מעורר געווען צו זיין מעלין בקודש און מוסיף זיין כוחות און אלע ענינים און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי הדרכה, ביים סוף האט דער רבי דערמאנט די חשובע אורחים פון חו"ל וועלכע האבן באזוכט מוסדותינו הק' מען זאל ווייטער שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה צו קענען אויסהאלטן די גרויסע הוצאות און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע האט גענומען אויף זיך די עול צו אויסצאלן די כלי קודש פאר יו"ט פסח און פאר יו"ט סוכות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מגדולי נדבני הס"ת, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי איז אריין בבית מדרשינו הגדול אין שיכון צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאזשעף הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אריין אין א כיתה אינעם בנין התלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה מיט נגידים לטובת בנין בית מדרשינו הגדול ות''ת אין בני ברק, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר מאיר הירש הי"ו, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין הרה"ח ר' יואל ב"ר שמשון שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג און הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו חבר וועד קרן הבנין פון בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די נחיצות פון איבערבויען און פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און געבעטן די חשובע נגידים צו זיכער מאכן אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות.

שפעט ביינאכט בבית האכסניא איז דער רבי איבערגעגאנגען די רשימות פון אלע כלי קודש און יושבי אוהל פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים, בני ברק, בית שמש, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור, לערערינס און די הונדערטער אברכי הכולל, און מסדר געווען די צדקות פון עניי ארץ ישראל וואס דער רבי האט מיטגעברענגט וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די שלוחי רבינו תלמידי המתיבתא, וואס איז אויסגעטיילט געווארען אין די פאלגענדע צוויי טעג דינסטאג און מיטוואך וואס איז אהנגעקומען צום ריזן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days