בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday20 Kislev 578612/10/2025

News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס, ווי עס איז צוגעשטעלט טויזענטער ליינס.
3518887117
6053136528

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
במקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר

ערשטע בילדער פונעם צענטראלע מעמד ההודאה, יעצט ליל כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע
News
בך בטחו אבותינו

מיטוואך וישב כ''א כסלו אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום צענטראלן מעמד ההודאה רבתי כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבער.
3518887117

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו אין קרית יואל לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורכן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש ווי עס זענען געלאדענט געווען די תלמידי ישיבות דרך התורה און שביל התורה וועלכע שטייען בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
משלחת רבני חב"ד בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 3
הגה"צ רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה''ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין ביהמ''ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו אין קרית יואל לכבודו פונעם מחותן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט''א - רב הביהמ''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מאנטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריבערגעקומען בביתו נאוה קודש הויכראנגיגע באאמטע פון די טורמעס אין אמעריקע און פון די לאקאלע אויטיסוויל טורמע אין ניו יארק, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון רבינו שליט"א ביים באזוכן אין די טורמע פארגאנגענעם חודש, נאך א לענגערע באזוך אין קרית יואל, אין מבצר הכוללים, מתיבתא, בית רחל, אשת חיל, און נאך.

ביים באזוך בביתו נאוה קודש האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הקריה וועלכע האט באגריסט די באאמטע און איבערגעגעבן זייערע הרגשים נאכן באזוכן אין אזא שטאט ווי קרית יואל ווי עס וואוינען אזויפיל טויזענטער משפחות אן קיין שום קרימינאלע אקטעוויטעטן, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער הויפט אויפזעער פון די אוטיסוויל טורמע.
דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט פילע ענינים וויאזוי גרינגער צו מאכן פאר אחב"י היושבים בצרה ובשביה, צווישן אנדערע ארויסלאזן אויף שבתים און ימים טובים, געבן פרישע עסן, און נאך פארשידענע ענינים, און דערנאך אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תפיסה באאמטע און פאר אלע חשוב'ע אנוועזנדע עסקנים צווישן אנדערע הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו פון די צדק ארגעניזאציע, הר"ר אברהם יושע פריינד שליט"א מנאסויד, הרה"ח ר' שלמה אבראמאוויטש הי"ו, און זיך שטארק באדאנקט פאר זייערע פעולות ארויסצוהעלפן און גרינגער מאכן פאר די אידן יושבי חושך וצלמות.
דערנאך זענען די לאקאלע טורמע באאמטע פארבליבן פריוואט מיט מרן רבינו שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים, ווי מען האפט צו זען בקרוב פארשידענע פעולות צו גרינגער מאכן פאר אחב"י, און דער רבי האט זיך געזעגנט פון זיי און זיך שטארק באדאנקט.

ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברשא"מ גרובער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י, ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה לכבודו פונעם מחותן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב הביהמ"ד.
דער רבי איז צום ערשט אריין זיך אומקוקן אין די מקוה טהרה נעבן די ביהמ"ד וועלכע שטייט אינטער די שטרענגע השגחה פון די וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ובפיקוח פון הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, און דערנאך אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די חדרי התפילה, היכל התורה, און די מקוה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת השבע ברכות בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, פארן מחותן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, פאר אלע זיידעס און מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און ארומגערעדט בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה אין שפיץ פונעם מחותן שליט"א, און מעורר געווען זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר תושבי קר"י, און עקסטער מעורר געווען די תושבי השכונה צו פארדינגען די דירות נאר פאר היימישע אידן, און מסיים געווען בברכת קדשו. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 8:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני חב"ד וועלכע האבן דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדריקטן ספר התניא השלם, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם נס ההצלה פונעם הייליגן בעל התניא זיע''א וועלכע איז פארגעקומען אין דעם טאג י"ט כסלו און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד חנני' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמעון בראש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר פישל כ''ץ הי"ו.
- ב"ר שמחה מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
- ב"ר זאב אלעזר רייכמאן הי"ו.
- ב"ר שאול יחזקאל גליק הי"ו.
- ב"ר יחיאל אלתר פאללאק הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דעם בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי מתתי' דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק ובעל שו"ת. נתיבות אדם, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון קרוב צו א שעה צייט בדברי תורה והלכה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויס באגלייט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יצחק שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אפרים זעלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:50 האט דער רבי געליינט די תנאים בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יונה זאבעל הי"ו.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום צענטראלן שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו בהשתתפות אלפי אנ''ש, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האט מען געזינגען פילע ניגוני שבח והודאה ושמחה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים פון חברי קהלתינו הק' מיט די גרויסע שמחה בבית רבינו שליט''א און הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך אויפגערופן דעם רב שליט"א.
דער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה לכבוד די שמחה און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי קר"י און די זכי' וואס זיי האבן זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש פון רבינו שליט"א יעדע שבת ובפרט די געהויבענע ימים טובים, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן און פונעם מחותן חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א אז עוד ינוב בשיבה עד ביאת גואל צדק בב"א.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין און משלב געווען יו"ט חנוכה מיט נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט חנוכה הבעל"ט און מעורר געווען צו לערנען ספר בני יששכר אויף חנוכה אלץ הכנה צו חנוכה, 'דער יו"ט איז גאר אנדערש נאכן לערנען אזא הייליגע ספר בני יששכר' דער רבי האט מסיים געווען בשבח צו הקב"ה אויף די גרויסע שמחה פון חתונה מאכן א דור רביעי למז"ט, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור אז יעדער זאל זוכה זיין צו חתונה מאכן א דור רביעי און זיך משתתף זיין בבריאות השלימות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און עס איז פארגעקומען א פאנעל בדברי בדחנות דורך הרה''ח ר' חיים הערש גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' יואל ברוין הי''ו.

- ברכהמ''ז: דער זיידע הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:15 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מעמדי סעודות ומסיבות הודאה
בקרב קהלותינו הקדושות בארה''ק ת"ו
לרגל יום ההצלה כ''א כסלו הבעל"ט

ירושלים - בני ברק - בית שמש

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 34
שמחת שבע ברכות רבתי אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו, לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Tuesday19 Kislev 578612/9/2025

Photos · 23
דינער השנתי 'הנני בני' לטובת וועלט'ס גרעסטע מוסדות 'מוסדות קרית יואל', דעם מוצש''ק אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום, במעמד אלפי תושבי העיר קר''י בראשות מרא דאתרא ונשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 17
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מצוה טאנץ פון די זיידעס האדמו"ר מקארסלבורג מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ ר' יחזקאל שרגא גלאנץ שליט"א מבארדיוב, הגה''צ אב''ד יאסלא שליט''א, אבי החתן און אבי הכלה שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 11
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 7
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מצוה טאנץ פון די עלטער זיידעס הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א און הגה''צ גאב''ד גרינוויל שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- רבינו שליט''א ביים טאנצן מיטן חתן, הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, אבי הכלה ובני משפחתו און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- מצוה טאנץ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 10
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- ניגוני התעוררות ואמירת לחיים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 12
שמחת נישואי הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, יום ה' וישלח במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.
- ברכהמ''ז, בדחנא דמלכא ביים אויסרופן צו מצוה טאנץ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
שב''ק פרשת וישלח - שבת שבע ברכות פון נכדת דור רביעי הבכירה פון רבינו שליט''א, החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א בקרב קהלתינו הק' אין וומסב''ג

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר ליפא ברח"א טייטלבוים הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר אייכנשטיין שליט"א ממנהלי מוסדותינו הק' לרגל דעם דינער השנתי פון מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע קומט פאר ווי יאר יערליך כ"א כסלו.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו (קר"י). מען האט געענדיגט ארום 6:40. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל הביהמ"ד, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' מאיר שנעבאלג שליט"א אב"ד האניפאלי.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יש לי רב אחי יהי לך אשר לך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטרעאל שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א.
- קה רבון עלם: הרה"ג רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי ארומגערעדט און אויסגעשמועסט איבער רבותיה"ק העצי התמרים זיע''א וועלכע האבן געהאט די זכי' זיך צו משתתף זיין ביי די שמחת החתונה פון א דור רביעי.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי:
- ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.
- ר' מרדכי הערש ליכטענשטיין הי"ו.
- ר' יצחק פאגעל הי"ו.
- ר' אברהם ברי"י קליין הי"ו.
- ר' יצחק איידליס הי"ו.
- ר' יעקב יודא ווייס הי"ו.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א מיט פאסיגע חרוזים צו די געהויבענע מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן.

- אז ביום השביעי: הר"ר מאיר דוד גלאנץ שליט"א (מאנסי), און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און די מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20.
- ברכות: הרה"ח ר' הערשל שרייבער הי"ו (לאנדאן).
- פסוקי דזמרה: דער מחותן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט בנו הגה"צ אבד''ק שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הר"ר פישל בר''פ סופר שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן).
- בעל קורא: הרה"ג ר' יואל ראזענפעלד שליט"א.
עליות.
- כהן: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר ליפא טייטלבוים הי"ו - באווארפען.
- חמישי: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' נפתלי חיים שיף הי"ו
- ר' יונה פריעדמאן הי"ו.
- ר' ישי שעהר הי"ו.
- ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו.

- שביעי: החתן נכד רבינו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.
- הוספות: הגה"צ אב"ד יאסלא שליט"א.
- הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- אחרון: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו (ב"פ).
- הגבה: הר"ר ישכר יאקאב שליט"א מנהל מוסדותינו ירושלים.
- גלילה: הרה"ח ר' הערשל ווייס הי"ו (אנטווערפען).

- מוסף: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו (אנטווערפען).
מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נתן בנימין ראטה הי"ו (ירושלים).
- בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר"י.
- לוי: הרה"ח ר' אלי' משה ראטה הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישלח יעקב מלאכים' און געטייטשט אז יעדע איד האט אמאל א התעוררות תשובה אבער נישט יעדער האט די זכי' צו בלייבן מיט די התעוררות, 'מי יעלה בהר ה' ומי יקום במקום קדשו', די עצה איז עוסק צו זיין בתורה און טוהן מצות וואס זענען מסוגל צו מבטל זיין די כח היצר, מצות מילה איז מסוגל להחליש כח התאוה, און מצות תפילין איז מסוגל לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבינו, און אזוי קען מען בלייבן מיט די התעוררות תשובה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט זינגען ניגוני שמחה והודאה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א, מו"ץ.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם. מען האט געענדיגט ארום 7:10 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

ארום 8:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר''י איז דער רבי צום ערשט אריבער צום נייעם 'מיטב' לאקאציע אויף סאטמאר דרייוו וועלכע פארקויפט אלע גראסערי פראדוקטן פאר קאסט פרייז פאר כלי קודש ולומדי הכולל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי האט דער רבי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל צאהלער הי"ו - רוח החיים ופטרון פונעם געשעפט איבער די ריזיגע סכום וואס די גראסערי האט שוין געשפארט פאר תושבי קר"י, און עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נפתלי הערש צאהלער הי"ו און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום יערליכע דינער 'הנני בני' פון מוסדות אין קרית יואל וועלכע איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום.
דער יושב ראש הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און אויסגערופן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מיט דעם דבר המוסדות, דערנאך האט הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו משמיע געווען דברי בדחנות לרגל די שמחה בבית רבינו שליט"א מיט די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די הרגשים פון די דערהויבענע נסיעה און שב"ק באתרא קדישא מירון דעם פארגאנגענעם שבת תולדות מיט א געוואלדיגע הצלחה און ארויסגעברענגט לשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבענקייט נאר צו רבי שמעון און צוריק און עוסק געווען בתורה אויף די וועגן, און עס איז זיכער אז עס איז געווען א כבוד שמים און א כבוד פאר רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, ווי רוב פון די מיטפארער זענען יוצאי תלמידים פון די מוסדות הק' אין קר"י און דאס איז א שבח פאר די מוסדות אז עס קומען ארויס פון דא אזעלכע חשוב'ע אינגעלייט.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון די מוסדות און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה ובפרט צו קענען בויען די צוויי נייע בנינים וואס מען בויעט יעצט פאר די ת"ת און בית רחל, און מעורר געווען צו פירן א אידישע שטוב ווי עס פאסט פאר א תושב קר"י ובפרט מעורר געווען בנוגע ליין מאטריאל און געזאגט אז מען זאל נאר ארייננעמען אין שטוב ליין מאטריאל מיט אן השגחה און פארציילט א מעשה ווי רביה"ק זיע''א האט פארשיקט א בחור פון די ישיבה פארן טרעפן ביי אים א נישט אויסגעהאלטענע ביכל, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים נחום לייפער שליט"א.
- ב"ר נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו.
- ב"ר בערל מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יוסף יושע גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעל ברית בחדרו הפרטי.

קול צהלה ורינה שפתינו אז תרננה - שישו ושמחו בשמחת רבינו

שמחת החתונה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

בת לנכדו הרה''ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו בן הגה''צ מבארדיוב שליט''א, חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א.
עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל בן הגה"צ ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א אבד"ק שערי תפילה קרית יואל יצ''ו.
בן הגה''צ יחיאל אשר פאנעט שליט''א אדמו''ר מקארלסבורג מאנטרעאל.
חתן הגה''צ ר' יושע העשיל וואגשאהל שליט''א אב''ד יאסלא מאנסי, בן הגה''צ ר' שמואל חיים ראובן זצ''ל, בן כ''ק הגה''צ ר' אלטר יעקב יצחק מ'לאנצהוט זצ''ל
וחתן הגה"צ ר' מנשה מאיער שליט"א אב"ד גרינוויל יצ''ו.

נאכמיטאג ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:00 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה, אויפן וועג צו מנחה איז דער רבי אדורך אינעם היכל התורה און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים מיט א שטארקע קורת רוח.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

דערנאך ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.

ביים קבלת פנים האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ''ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א און כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וומסב''ג שליט"א.
במשך דעם קבלת פנים האט דער רבי תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א לטובת כולל עצי חיים לצדקת רבי מאיר בעל הנס בארה"ק, און אזוי אויך פאר די גבאים פון כולל שומרי החומות.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, ובקול חנוק בדמעות ארויסגעברענגט רגשי לבבו ושבח והודיה אז מען האט די זכיה צו פירן אונטער די חופה א דור רביעי, און אנגעוואונטשן אז ברכת צדיק יחילו על ראשינו און אלע צדיקים פון עולם העליון וואס קומען אראפ צום שמחת החתונה ובראשם מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א זאלן אראפברענגען אלע גוטע השפעות בכל ענינים פארן גאנצן ציבור, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו שכונת זרע קודש קר"י ומנהל ישיבה דרך התורה, און הרה''ג ר' יואל ניימאן שליט"א -מנהל ישיבה שביל התורה.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא.

ארום 6:50 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א.
- עדי קידושין: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים וומסב''ג, און הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומסב''ג.
- עדי יחוד: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א און הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.

נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
נאך מעריב איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים לרגל סיום הש"ס פון נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ס'איז פארמירט געווארן א הערליכער שמועס מיט די בני המשפחה בקורות גדולי ישראל, מען האט געזינגען ניגוני תורה, הרב ליפא שליט"א האט געמאכט דעם סיום און געזאגט די הדרן, און דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר נכדו, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר חמיו הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און אויך אנגעוואונטשן פאר הנגיד הנכבד בנש"ק נחום רוקח הי''ו וועלכער איז געקומען וואונטשן ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה, און דערביי זיך באניצט מיטן בעכער פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א געשיקט דורך הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו מגדולי עסקני החינוך בניו יארק, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פונעם בעכער און פון פארשידענע חתונות בבית סיגוט.

נאך די סעודת החתונה וועלכע איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים שליט"א איז דער גאנצער ציבור אריבער צום גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס ווי עס איז פארגעקומען די סעודת החתונה דורך רבינו שליט''א און די ריקודין של שמחה און די געהויבענע מצוה טאנץ.

קול רינה וישועה באהלי צדיקים

ארום 9:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת החתונה אינעם זאל בהשתתפות אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה.

ארום 9:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן, אויך איז דער רבי ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט בנו הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און נכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א.

ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי"ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ לאנדאן שליט"א, דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
אויך האבן זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה רבני קהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און פילע אדמור"י ורבני עיר וומסב''ג צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מסקולען וומסב''ג שליט"א, כ''ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הגאון רבי מענדל זילבער שליט"א אבד"ק בני משה פריימאן.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 10:50, און אריין לחדרו הפרטי אינעם זאל.

ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש ובבכיות של שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, דער רבי האט תורם געווען צדקה פאר פאר די גבאים פון כולל חיבת ירושלים. און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש ובהרגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און מיט נכדו אבי הכלה הרה"ג ר' יואל שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכדעם האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די עלטער זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א און הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.

דערנאך האט מען אויסגערופן דער זיידע הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך געטאנצן מיט אביו מרן רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטרעאל שליט"א, הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א, הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א, און די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א.
דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שמואל דוד גאנדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' בנימין מתתי' הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' מאיר אברהם עיבר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"ח גאלדשטיין הי"ו.
- ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה שלום פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בחדרו הפרטי.

נאך שחרית ארום 12:50 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:35.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

אין די נאכמיטאג שעות האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט''א כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ווי ער האט אנגעוואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יחזקאל שרגא בר"ב ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' הלל כהנא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל שלום שאפער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 1:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ רבי הערשל פיש שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא, על פטירת אשתו הרבנית ע"ה.

ארום 10:00 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א און הר''ר אלי' באש שליט''א.
- הרה"ח ר' יואל ב"ר בנציון בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' עמרם בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days