▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
ליל ב' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' משה ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז די שכר פון גיין מיט די ציצית באיתגליא איז אז מען איז זוכה צו נסים גלוים, און וויבאלד די חשמונאים זענען געגאנגען מיט די ציצית אינדרויסן האבן זיי זוכה געווען צו נצחון המלחמה, און פארדעם איז דא אכט טעג חנוכה אנטקעגן די אכט פעדעמער פון די ציצית, און מעורר געווען צו גיין מיט די ציצית באיתגליא און זיך נישט שעמען דערמיט און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו חסדים גלוים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:25.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת דער ציבור האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז אפילו מען זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף די הכנה צו א מצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און אין זכות פון ופינו את היכלך וטהרו את מקדשך וואס איז געווען א הכנה צו הדלקת נר חנוכה אין דעם זכות איז געווען נצחון המלחמה, און פאר דעם איז דא אכט טעג חנוכה, און דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום יו"ט חנוכה וויבאלד ברכת כהנים האט מען זוכה געווען צוליב וואס מען האט געמאכט א הכנה צו מתן תורה, און די השפעות קומען אראפ יו"ט חנוכה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:20.
מאנטאג מקץ - א' דחנוכה
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"י ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ישעי' אשר זעליג סאמעט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת מקץ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלימלך פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.
- ב"ר אברהם אלי' פריעדריך הי"ו.
- ב"ר משה ישראל שווארץ הי"ו.
- ב"ר ניסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת וישב - מבה"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו ב"ב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. און עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר ת"ת משאת בנימין אין קוממיות עטה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' טובי' שעהנפעלד הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וישב יעקב בארץ מגורי אביו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן פראנקל הי"ו (וומסב''ג).
- ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון ב"ב.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי יואל אשכנזי זצ"ל אב"ד זלאטשוב וואס די יארצייט איז געווען ערש"ק כ"ב כסלו.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל וואלף טייטלבוים הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' זלמן לייב אינדיג הי"ו.
עליות.
- כהן: הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
- לוי: הר"ר שלמה לייב גרובער שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
- רביעי: הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו.
- חמישי: ר' משה אהרן בר"י פילאפף הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: ר' מאיר בוכינגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
- מוסף: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
- בעל תפילה: הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוקל ברי"ד הירש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וינס ויצא החוצה' און געטייטשט אז ווען יוסף הצדיק האט געהאט די נסיון איז ער ארויסגעלאפן אין גאס צו מאכן א קידוש השם און זיך מוסר נפש זיין ברבים, און די כח האט ער געהאט אין די זכות פון מצות ציצית וואס ער איז געגאנגען דערמיט בפומבי, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט חנוכה און געזאגט אז דערפאר איז דאס ענין צו צינדן נר חנוכה בשמאול ומזוזה בימין 'ובעה"ב מצויצת באמצע' וויבאלד חנוכה איז א יו"ט געמאכט אריינצוברענגען א כח פון מסירות נפש פאר כבוד שמים.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הר"ר משולם שרגא כ"ץ שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל ווייס הי''ו.
- ב"ר מאיר זאב מענדלאוויטש הי''ו.
- ב"ר יצחק אייזיק שווארץ הי''ו.
- ב"ר יואל ב"ר בערל פאלאטשעק הי''ו.
- ב"ר אליעזר עמרם פריעד הי''ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי יואל אשכנזי זצ"ל אב"ד זלאטשוב, חותן המלך פון הגה''ק בעל קדושת יו"ט זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג וישב - כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם אייזנבאך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סעודה לכבוד כ"א כסלו דורך די אריבער 1,500 תלמידי המתיבתא אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות רבתי לרגל נישואי נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א הכלה בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלטר יצחק שליט"א ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' בקרית יואל.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבח והודאה לכבוד היום, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבה, וועלכע האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבינו שליט"א מיט די תלמידי הישיבה און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א רשימה פון די שעות רצופות וואס די בחורים האבן געלערנט במשך די צוויי וואכן פון די מסע הקודש קיין ארה"ק כבקשת רבינו שליט"א ביים מעמד צאתכם לשלום איידערן אפרייזן קיין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר די בחורים המציונים א פלעשל אויל פון די אויל פון וואס דער רבי האט אפגעשיידט תרומות ומעשרות אין ארה"ק.
הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים געדינט אלץ יו"ר און האט שוין געהאט געגעבן פאר די בחורים א לענגערע קאפיטל אין היסטאריע איבערן רבינ'ס הצלה, האט יעצט ווידער אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
פארן זמן האט מען געבענטשט.
- מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל החתן שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז א ריכטיגע הודאה איז נאר ווען עס איז אויך דא א קבלה טובה על העתיד, און דאס דארף יעדע בחור וויסן כ"א כסלו ווען מען גיבט א שבח והודאה צו הקב"ה אויפן עבר דארף מען מאכן קבלת טובות אויפן עתיד, מיט מער לימוד התורה, מער יגיעת התורה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע זענען ביים נסיעה אין ארה"ק אנגעגאנגען מיט די לימודי הישיבה כסדרן, און מען קען זאגן אז דאס אז די נסיעה איז געווען מיט אזא הצלחה למעלה מן המשוער איז אין זכות פון דעם אז די בחורים זענען געזיצן און עוסק געווען בתורה מיט התמדה און מוסיף געווען מיט לימוד שעות רציפות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און פארציילט עטליכע סיפורים איבער די קשר פון רביה"ק זיע''א מיט די בחורים.
דער רבי האט ממשיך געווען אין געזאגט אז די וואך ביי א שבע ברכות מיט די אינגערע בחורים האט מען דארט אנגעפרעגט א האקעלע שאלה בנוגע צו בחורים זאלן לערנען ליקוטי מהר''ן, און דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס איבער די נושא פון ברסלב ובפרט איבער לערנען ליקוטי מהר"ן און איבער פארן ראש השנה קיין אומאן.
דער רבי האט פארציילט עטליכע סיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איבער די נושא און דעת קדשו אז "הרה"ק רבי נחמן מברסלב זיע''א איז געווען א קדוש עליון און זיין ספר איז אויך הייליג אבער דאס איז נישט געמאכט פאר אונז בחורים, אזוי ווייט אז דאס קען אראפפירן א בחור פון ריכטיגן דעת"... עכל"ק פון רביה"ק זיע''א, און דאס זעלבע מיטן פארן ראש השנה קיין אומאן וואס הגם סאיז אויך דא חסידים ואנשי מעשה ברסלבער חסידים וואס פארן, אבער דאך איז דא א גרויס חלק וואס פארן מיט די מיינונג אז מען קען א גאנץ יאר טוהן וואס מען וויל און מען וועט פארן ראש השנה קיין אומאן און זאגן דעם תיקון הכללי און מיט דעם וועט מען פטור ווערן פון אלעם, דאס איז א סכנה גדולה און נישט געמאכט פאר פשוטי עם, ובפרט אז פילע פארן אהין אראפ צו ווארפן דעם עול און ערנסטקייט פון ראש השנה.
דערביי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א צו איבערגעבן א מעשה כלי ראשון וואס בדידי' הוא עובדא וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט אים געזאגט בנוגע די נושא, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אויפגעפאדערט די בחורים זיך נישט אריינצולייגן אין די זאכן, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א צו איבערגעבן וואס ער געדענקט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט איבער די נושא.
מען האט געענדיגט ארום 6:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ה פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקודש פנימה די תנאים ליינען פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אינעם זאל ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הר"ר ברוך שווארטץ שליט"א און הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
- הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"וו פארקאש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צו די שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד ציעשנוב לכבודו פונעם רב הביהמ"ד הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און עקסטער מיטן חתן.
דערנאך האט מען געבענטשט און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא אשר ב"ר אליעזר ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה יוסף עהרנפעלד הי"ו.
- ב"ר יושע מרדכי דאנציגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אפצונעמען ברכת הקודש לקראת די עפענונג פון א נייע פארברייטערטע אפיס פונעם מרכז אין בני ברק וועלכע וועט בעז"ה געעפנט ווערן תיכף נאך חנוכה אין א נייע גרויסע פלאץ מיט א פארברייטערטע שטאב פון מצילים זיך צו קענען אפגעבן מיט די פארמערטע פראבלעמען וואס די טמא'נע מיליטער מאכט פאר היימישע בחורים, נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א בעת די מסע הקודש אין ארה"ק צו פארברייטערן די פעולות פונעם מרכז בעיר בני ברק צוליב די פארשארפטע מצב פונעם גזירת הגיוס און די גרויסע פארלאנג און נאכפראגע פון די טויזענטער בני ישיבות פון בני ברק.
רבינו שליט"א האט זיך באדאנקט פאר ר' שמעון שליט"א פאר זיין הילף פאר עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע האבן ב"ה באקומען א פטור דורכ'ן מרכז, און איבערגעשמועסט דעם ביטערן מצב הגיוס, און בפרטיות די מצב פון עטליכע בחורים מאנ"ש וועלכע זענען נאך דערווייל ליידער פארפלאנטערט מיט די טמא'נע מיליטער, און שטארק מאציל געווען מברכת קדשו פאר ר' שמעון שליט"א און פאר אלע מצילים.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו אין קר"י אויף א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האט ר' אברהם יודא הי"ו געוויזן פאר רבינו שליט"א פארשידענע אנטיק ספרים וכתבי ידות וואס ער האט באוצרו, צווישן אנדערע די 'גנזי יהודה' פראיעקט וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די חתונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
אוֹדְךָ בְּקָהָל רָב בְּעַם עָצוּם אֲהַלְלֶךָּ – חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו:
בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם 81'טע יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה מוצש''ק כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן העכער 80 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'גדלו והצליחו' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר
דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.
לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קובץ 'אור מופלא' הערליך צוזאמגענומען מיט מערערע מאמרים און ארטיקלען פונעם גאנצן היסטארישן מסע הקודש פון רבינו שליט''א קיין ארה''ק און דעם געהויבענעם שב''ק באתרא קדישא מירון, און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארה''ק, און ר' מנחם דוד מאשקאוויטש הי''ו, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יואל פישער הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, וועלכע האט בטוב טעם ודעת אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד און אויפגעטרעטן לכבוד היום.
ארום 9:30 האבן אלופי אלפי אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין 'חסדי השם' על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן לכבוד היום חסדי ה', בך בטחו.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף ניגוני הודאה.
אלץ נואם הכבוד האט געדינט הגה"צ רבי מתתי דייטש שליט"א גאב"ד שכונת רמת שלמה בירושלים עיה"ק,
במשך דעם מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו און ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, אזוי אויך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו מפני כבוד המלכות באגריסט די פאליטישע באאמטע וועלכע זענען געקומען ארויס צו ווייזן זייער שעצונג צו קהלתינו הק', צווישן אנדערע די ניו יארק סיטי מעיאר עלעקט זאהאראן מאמדאני, און אזוי אויך פארגעליינט א בריוו פונעם הויכגעשעצטן פרעזידענט טראמפ יר"ה וועלכע איז געשיקט געווארן לכבוד המעמד.
דערנאך איז פארגעקומען א פרעזענטאציע 'שלהבת מירון' דורך הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו ווי ער האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים איבער די 50 העכערער שעות אין אתרא קדישא מירון.
ארום 11:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די דב"ק והדרכת השנה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז ווען מען לויבט הקב"ה מיט א רבים דעמאלטס קען מען לויבן אפילו מען איז נישט ראוי, 'אודה ה' בכל לבב בסוד ישרים ועדה', די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדעם איינעם צו הקב"ה מיט די הצלה פון רביה"ק זיע''א ווען מען זעט די תורה אימפעריע וואס ער האט אויפגעשטעלט איבער די גאנצע וועלט, און אין די זעלבע צייט ליגט א פליכט אויף אונז צו פארברייטערן די אלע פעולות מיטן אויפשטעלן נאך בתי מדרשים, נאך בתי חינוך, מרבה צו זיין מיט גמילות חסדים, און גיין אין זיינע דרכים אין אלע ענינים, שטיצן מוסד הק' קרן הצלה וואס ער האט אויפגעשטעלט בשאירת כוחו, און ארויסגעברענגט לשבח און זיך ווארעם באדאנקט פאר די חשובע נגידים מאנ"ש וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה וואס דער רבי האט איבערגעגעבן פאר די חברי הבד"ץ ביי די נסיעה אין ארה"ק.
אזוי אויך דארף מען זיכער מאכן זיך צו פירן בעניני צניעות אויפן שטערקסטן פארנעם, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע תקנה אין די בית רחל אין וומסב''ג צו איינשטעלן די ספעציעלע צניעות'דיגע בגדים פאר אלע תלמידות.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שווערע מצב פון די טייערע דירות אין וומסב''ג ווי מען צאלט ריזיגע סכומים פאר א קליינע דירה, און דאס איז חוץ די רוחניות'דיגע פראבלעמען, עס איז געקומען די צייט זיך אוועקצוציען צו אנדערע מקומות! און עס ליגט א פליכט אויף די עלטערן צו מחזק זיין די קינדער זיך אוועקצוציען פון וומסב''ג, און דערביי שטארק מחזק געווען די תקנה פון די דירות פרייזן אין קר"י און שטארק אויפגעפאדערט אז קיינער זאל נישט צאלן מער ווי דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער אין קרית יואל המורחבת, און געזאגט אז ווען מען מופט אריבער צו קרית יואל המורחבת זאל מען נעמען אין אכט די טייערע סקול טעקסעס מיט די אנדערע טעקסעס וואס קומט צו, וואס די מעקלערס פארציילן דאס נישט.
דערביי האט דער רבי מעורר געווען אז די שטאט קרית יואל און די זעלבע קרית יואל המורחבת האט רביה"ק בעל הנס זיע''א אויפגעשטעלט אז מען זאל האבן א אפגעטיילטע פלאץ פון אנדערע דעות בעניני השקפה און עס ליגט א פליכט אויף אונז דאס אפצוהיטן, און עס טוט זייער וויי אז עס זענען דא מענטשן וואס טוהן פעולות אהינצוברענגען פרעמדע קהילות וואס פארמאגן א אנדערע השקפה ווי אונז בעניני התבדלות פון טומאת הציונית, און זיי זאלן וויסן אז רביה"ק זיע''א איז זייער מקפיד אויף דעם ויהא זהיר בגחלתן.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, בשבח פון די נוסעים וועלכע זענען געפארן מיט א דערהויבנקייט און ערנסטקייט, און א גרויסע טייל זענען געפארן נאר צו רבי שמעון און אהיים, און נישט געפארן אויף קיין שום אנדערע פלעצער, דאס איז נראה וניכר אז דאס איז פירות פון תלמידיו פון רביה"ק זיע''א וואס פירן זיך מיט די שיטה הק' פון ויואל משה און עס איז געווען א שטארקע כבוד פאר רביה"ק זיע''א און פאר די שיטה הק'. און ממשיך געווען איבער די חשיבות פון קהילתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק כולו נאה וכולו יאה, און איבער די גזירות הגיוס וואס מען האט מיטגעהאלטן פערזענליך די ביטערע מצב, די איינציגסטע אדרעס ווי מען ווענדט זיך איז מרכז עזרה ויועץ און מען וואונטשט זיי גרויס הצלחה ביי זייערע פעולות לטובה, און שטארק ארויסגעטרעטן קעגן די וואס ארבעטן צו מאכן פשרות, מען האנדלט מיט אידישע נפשות, זה חי וזה ימות, און עס ליגט א פליכט אויסצושרייען א זעקה גדולה ומרה און מען האפט און מען בעט זיי ח"ו נישט צו מאכן קיין פשרות מען איז מתפלל אבינו מלכינו הפר עצת אויבינו.
אזוי אויך האט דער רבי מיטגעטיילט זיין פערזענליכע עדות איבער די אמעריקאנע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל ווי זיי דרייען זיך אויף די גאסן בייטאג און ביינאכט און דאס קומט פון א תוצאה פון אוועקשיקן די בחורים יונגערהייט צו אנדערע ישיבות וואס דאס ברענגט אז ווען מען ווערט עלטער פארט מען לערנען אין ארץ ישראל, והחכם עיניו בראשו.
דערנאך האט דער רבי גערעדט בשבח מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און פון די הנהלת המוסדות וועלכע שטייען בראש און שאפן די גרויסע געלטער, און דערמאנט לשבח די חשובע משפחת ריספלער החשובה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען אויפצובויען די נייע בנין הבית רחל וואס איז שוין דער דריטער בנין וואס זיי זענען מנדב און דער רבי האט זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השבע ברכות בבית רבינו - שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל.
ברכהמ''ז: הגה"צ גאב"ד שכונת רמת שלמה שליט"א, און מיט די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:50 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון דוב בראנסדארפער הי"ו.
- ב"ר יואל פעקעטע הי"ו.
- ב"ר יואל בר"א ווייס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זיע''א
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק פאגעל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 3:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אראפ אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די תלמידי ישיבות דרך התורה און שביל התורה וועלכע שטייען בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די שבע ברכות, במשך די שבע ברכות האבן די מנהלים הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א און הר"ר יואל ניימאן שליט"א פארגעשטעלט פארשידענע שאלות פאר רבינו שליט"א בעניני השקפה און חסידות וואס זענען נוגע פאר בחורים און דער רבי האט משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת, דערנאך האט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס אלץ א טאטע פון א בחור אין איינע פון די ישיבות האט ער א ספעציעלע הכרת הטוב פארן רב שליט"א וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די ישיבה, טראץ וואס דער רב שליט"א איז א פארנומענע מענטש און האט מוסדות אין ישיבות פון טויזענטער קינדער און בחורים אין וומסב''ג אבער דאך גיבט דער רב אוועק אזויפיל צייט און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פאר די ישיבות להרמת קרן התורה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק א דרוש בעניני נשואין, און ממשיך געווען מיט הדרכה ומוסר בנוגע לימוד התורה, יגיעת התורה, עבודת התפילה, נזהר זיין במידת האמת, ערליכע ניגונים, און נאך פארשידענע ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט הר"ר שלום יעקב וואזנער שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
- ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- ברכות ראשונות: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א.
- ברכה אחריתא: הר"ר יואל ניימאן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️