▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a
…
פרייטאג שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף שבת בצל הקודש אריבער שלום נעמען.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
- בעל תפילה: ר' הערשל ב"ר יואל עקשטיין הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב גראס הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: הר"ר אברהם מאיר עקשטיין שליט"א (קר"י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן כתב סופר זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דעם טאג י"ט טבת.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן בני יששכר זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן דעם טאג י"ח טבת.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז די ארטיגער ציבור אריבער שלום נעמען, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער קורא שם זיין נאך צדיקים.
פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו.
נאך מעריב האט זיך אין ביהמ"ד פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די היסטאריע פון ניטל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שי שלום וואלבערג הי"ו.
- בעל תפילה: ר' הערש לייב פויגעל הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
- כהן: ר' יודא שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יעקב אהרן לעווי הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ני"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א ראה"כ סעמיהאי, בן הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א וחתן האדמו"ר מראצפערט שליט"א.
- סנדק: רבינו שליט"א.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק סעמיהאי שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, ויקרא שמו בישראל: לוי יצחק, ע"ש הרה"צ רבי לוי יצחק לייפער זצ"ל מטעמעשוואר, שווער פון האדמו"ר מראצפערט שליט''א.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום א מסיבת לחיים בהיכלי הפאליש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל ברית און פאר אלע זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטער-בארא לופטפעלד, ווי דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן אום 2:23 אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן דאנערשטאג בשלח הבעל"ט.
אויפן וועג האט דער רבי עוסק געווען בתורה אין מס' בבא קמא, צוליב א אומגעראכטענע סיבה איז געווען א פארשפעטיגונג און דער פליגער האט הערשט געלאדענט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד אום 5:35 ארטיגע זייגער (8:35 ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אנ''ש וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה.
דער רבי האט תיכף געדאווענט מנחה אין א זייטיגע שטוב אינעם לופטפעלד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י).
נאך מעריב איז דער רבי צוגעפארן לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף קליין הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם חיים היימאן הי"ו.
- ב"ר ארי' שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ח פסוק ט'.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום מסיבת לחיים רבתי לרגל שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א און הרה"ג ר' שרגא פייוול זינגער שליט"א רב דביהמ"ד תפארת שמואל אלכסנדר וומסב''ג.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ביי א שידוך וואונטשט מען מזל טוב 'טוב' איז בגי' י"ז דאס זעלבע ווי דער שם אהו"ה וואס קומט פונעם פסוק ו'אבא ה'יום א'ל ה'עין, און איז דער שם פון קפיצת הדרך, ביי א שידוך דארף מען האבן קפיצת הדרך, און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים אז מען זאל 'שנעל' א חתן ווערן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען בבנין הת"ת 'בנין קליין' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 500 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל.
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטראנקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות, פאר די אייניקלעך, און פאר אלע מלמדים און קינדער, און משמיע געווען קורצע דב''ק וברכה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס הי"ו בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים לבית צאנז און דזיקוב, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז די קאר.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:45 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית חיים דוד דקהלתינו הק' בשכונת פרי מגדים אין קרית יואל המורחבת צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פונעם דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר בנו הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, פארן חתן און די מחותן, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בשבח פון די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד און מעורר געווען איבער די אחריות וואס ליגט אויף יעדעם בפרטיות צו זיכער מאכן אז די ביהמ"ד בלייבט א ערליכע חסידיש'ע ביהמ"ד סיי שבת און סיי אינדערוואכן ווי עס פאסט פאר א סאטמאר'ע ביהמ"ד, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן, און דערנאך אין א לענגערע ידידות'דיגע טאנץ מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 7:10.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל טובי' ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים יעקב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' אלי' מאיר טרעגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף דברי חיים און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א גרויסן סכום לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר מנהל הישיבה הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א און פאר די חברי וועד הרחבת גבולי העיר.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל בנציון ווערצבערגער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר מאיר זאלדאן שליט"א און הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
- הרה"ח ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
נאך די תנאים'ס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט בביתו נאוה קודש ביי די נייע זאל וועלכע ווערט געבויעט צו קענען מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין צוגאב צו די יעצטיגע צוויי תנאים זאלן.
עס איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן יעקב ב"ר אברהם קליין הי"ו.
- החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א אויפגעטרעטן לטובת די יערליכע מעמבערשיפ קאמפיין פון קהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אהל תורה ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 6:45. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחי יעקב בארץ מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון בל ייחל.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' אלימלך פריעדמאן הי"ו (אינדיענא).
- ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק הארי' דבי עילאי זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"ז טבת.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הר"ר מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו.
- אז ביום השביעי: ר' יואל משה יאקאב הי"ו (בית שמש).
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
- לוי: החתן אהרן ב"ר יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו.
- שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
- רביעי: החתן יוסף מרדכי בן הר"ר שמואל דוד גאנדעל שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב צבי ב"ר יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' ישראל הורוויץ הי"ו.
- ר' שלמה מנשה ביטמאן הי"ו.
- ר' יעקב קאפל פרידריך הי"ו.
- ר' ליפא אקערמאן הי"ו.
- שביעי: החתן יעקב ב"ר אברהם קליין הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן בנציון דוד בהר"ר הערשל קאהן שליט"א - באווארפען.
- החתן יחזקאל שרגא ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען.
- החתן יודא אלימלך ב"ר חיים קארנבלי הי"ו.
- החתן אליקים ב"ר אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן ב"ר משה וואלף זאבעל הי"ו.
- אחרון - חזק: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
- גלילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
- מוסף: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א ראה"כ בראד וומסב''ג.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' געציל האבערמאן הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל ראזענבערג הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' מתתי' קאהן הי"ו.
- לוי: הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' ישראל מאיר קאפפעל הי"ו (לאנדאן).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'האספו ואגידה לכם' און געטייטשט אז ווען א איד טוהט תשובה איז עס בעליו עמו העלפט הקב"ה שלעפן דעם שווערע פעקל דעם שווערע יצר הרע און איז מקיים מצות פריקה וטעינה, היינט צוטאגס אין אזא שוואכע דור ווען מען קען אפילו נישט צוקומען צו קיין תשובה כפתחו של מחט העלפט אפילו מען איז נאר מתפלל צו הקב"ה הייסט שוין א תשובה מועטת און הקב"ה העלפט דעם מענטש צו קענען תשובה טוהן בשלימות, און מאריך געווען בדברי התעוררות צו די ימי השובבי"ם זיך מאכן א חשבון הנפש און מרבה זיין בתפילה ואמירת תהילים.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל וואס דער רבי וועט אי"ה מאנטאג אפרייזן אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאלעפארניע. מען האט געענדיגט ארום 7:40.
ארום 9:30 זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה סניף השיב משה און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א גרויסן סכום לטובת קרן קרית יואל, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות פון די נייע זאלן וועלכע ווערט געבויעט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. צו קענען מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר ביליגע פרייזן אין צוגאב צו די יעצטיגע צוויי תנאים זאלן, די חברי וועד החתונה תקנות האבן געוויזן פאר רבינו שליט"א די דעטאלירטע פלענער פון די נייע זאלן און א קאך ווי מען וועט קאכן די סעודות פאר פילע זאלן אין די בתי מדרשים איבער די שטאט וועלכע שטעלן זיך צו די 'מכובד סטאנדארטן' צו קענען פראווען די שמחת שבת שבע ברכות אויף א ביליגן פארנעם, און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די ריזיגע סכומים וואס די יעצטיגע תנאים זאלן האבן שוין געשפארט פאר אידן בעת שמחתם.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ירושלים עיה"ק וועלכע האט געוויילט אויף שבת בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל שמחת נשואי נכד הרבני הנגיד הנכבד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, החתן בן לבנו הרה"ח ר' יואל קאפפעל הי"ו, דערביי האט הרה"ח ר' זלמן לייב הי"ו איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א ריזן סכום לטובת בנין הגדול והמפואר שע"י קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק ההולך ונבנה בס"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער אין בית רחל אודיטאריום צום סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה', עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' אהרן ארי' אייזענבערג הי"ו, און עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט נכד רבינו הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א רב דביהמ''ד קול אליהו געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה, און אלע קינדער האבן געזאגט אינאיינעם די הדרן און מען האט געזאגט קדיש.
דערנאך האבן די קינדער זיך אויפגעשטעלט טאנצן און דער רבי האט זיך צוגעקוקט א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן מנהל הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א און פאר אלע מלמדים, און דערנאך פארטיילט כתבים פאר די אייניקלעך.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פאר קרית יואל ווען אזויפיל קינדער זענען מסיים סדרים משניות און מחזק געווען אלע קינדער צו לערנען א סדר נאך א סדר ביז מען איז מסיים גאנץ ששה סדרי משנה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
פון דארט ארום 11:40 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית ברוך צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות לכבוד די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק א דרוש בעניני נשואין און ממשיך געווען בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד און פון בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן אז ער זאל קענען משפיע זיין פאר די מתפללי הביהמ"ד דורכ'ן זאגן תורה כצוואת הרה"ק הייטב לב זיע"א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️