בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגא' ניסן תשפ"א3/14/2021

נייעס
היינט ר"ח ניסן געפאלט אויס די יארצייט פון הרבנית הצדיקת רחל בת מרן רביה"ק יואל ע"ה, היות שלא הניחה זרע של קיימא ווערן אנ"ש געבעטן צו לערנען משניות, צינדן ליכט, און זאגן תהילים לעילו נשמתה.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.
נייעס
מה מקוה מטהר: היינט קומט פאר די מעמד "יציקת הבורות" פאר די מקוה בבית מדרשינו הגדול החדש והמפואר בלעיקוואד בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך די רייכע באנקעט וסעודה לכבוד ר"ח פאר די נגידי בעם אין שפיץ פונעם רבין בבית הרבני הגיד ר' סנדר מארקאוויטש נדבן המקוה המפוארה,

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה
באריכט
פארגאנגענעם דאנערשטאג ויקה"פ איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה צווישן אלע מורי הוראה דקהלתינו הק' בראשות הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט אויסגעשמוסט אלע הלכות אין בעפארברייטונג צום יו"ט פסח ובפרט די מערערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת,

עס קומט נאך וואס פארגאנגענעם מיטוואך איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה צווישן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און הגה"צ הדומ"ץ שליט"א בביתו נאוה קודש צו אויסארבעטן די אלע קאמפלעצירטע שאלות הנוגעים למעשה.
די פונקטליכע הוראות הנוגע לציבור וועט געמאלדן ווערן אין באזונדערע מודעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

היסטארישע דערלייכטערונג פאר ארעסטירטע דורך ציוני'סטישן מילטער, מילטער וועט נישט ערלויבט ווערן צו האלטן ארעסטאנט לענגער ווי א טאג צייט בעפאר משפט!!

פירות פון שווערע הארעוואניע דורך די געטרייע מצילי "מרכז עזרה ויעוץ" -היסטארישע דעגרייכונג איז נאך א רינגעלע אין לאנגע ליסטע פון ווייטגרייכנדעאויפטוען דורך די 'שילוחי כלל ישראל' וועלעכע זענען משים לילות כימים צו העלפן אחב"י בעת צר, און זיי ראטעווען פון די ציוניסטישע נעגל, "אשריכם מצילי ישראל!!!"

כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א זיך ספעציעל פארבינדן מיטן ראש המצילים הר"ר שמעון שישא שליט"א איבער די לעצטע אנטוויקלונגען, ספעציעל איבער די שטארקע פארשווערונגען לעצטנס אין נושא פון פטורים, און געשעפט שטארקע קורת רוח הערענדיג איבער פעולות חובקות וועלעכע ווערט אריינגעלייגט דורך די מצילי המרכז למען הצלחתן של ישראל, און מאציל געווען שטארקע ברכות קדשו שתשרה שכינה במעשי ידם צו קענען פארזיכערן אז קיין שום נפש מישראל פאלט חלילה נישט אריין אינעם מקור הכפירה והזוהמה, "ברכות צדיק יחולו על ראשם"

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צו "ר' ישעילע'ס קאך-מרבה לשובע" אין קרית יואל, וועלעכע שטעלט צו פרישטאג און מיטאג בחנם בנדבת הגה"צ אב"ד טאלטשאווא ק"י שליט"א, ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ די נדבן אב"ד טאלטשאווא דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי שבח און זיך אויסגעדריקט "אז סאיז א שמירה אויף דער גאנצע שטאט" אין דעי שווערע זמנים ווען מדארף רחמי שמים, סהאט זיך פארצויגן א שיינע שמוס, און דערנאך האט די רבי געווינטשן לענגערע ברכות קדשו פאר הגה"צ די נדבן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ט אדר תשפ"א3/13/2021

באריכט
ויואל משה אמת ותורתו אמת

דעם שב"ק פאר קריאת התורה האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען קורצע דב"ק דברי מחאה אויף די בחירות הטמאות וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך בארה"ק צום פערדן מאל, די רבי האט גערופן יעדן וואס האט א זיק יראת שמים נישט אטיילצונעמען אין די בחירות הטמאות.

אין די זעלבע צייט קומט פאר די גרויסארטיגע פראיעקט "וזאת התורה" ארום קהלות הק' בארה"ק זיך אנצישליסן אין ראמען פון חבורת 'שמעו דבר ה' צו חזרן דעם קלארן בירור טעמי האיסור פון השתתפות בבחירות דורך לימוד ספר הק' "ויואל משה"

לכי בנים שמע"ו לי, זאת התורה לא תהא מחולפת

פרייטאגכ"ח אדר תשפ"א3/12/2021

נייעס
דעי וואך ליל שב"ק וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מעריך זיין שלחנו הטהור ווי עס וועלן מיט-עסן תלמידי ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק.
נייעס
קהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק באוויינט די פטורה פון כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק.

דאנערשטאגכ"ז אדר תשפ"א3/11/2021

ווידיאו
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי מנחם אבל זיין היינט בני כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, -אינאיינעם מיט כ"ק אדמורי"ם מוויען וסקולען מאנסי שליט"א.
מודעה
"וועד הכשרות" דקהלתינו הק' מאנטריאל
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי אפיית מצות לקראת יו"ט פסח הבעל"ט אינעם 'בית האופה המהודרת' בקהלתינו הק' ק"י -אינאיינעם מיט תלמידיו תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר.
נייעס
יעצט נאך שחרית בהיכל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר וועט פארקומען די מסיבת לחיים לרגל 'סיום הזמן' אין שפיץ פונעם ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט משמיע זיין דב"ק ודברי הדרכה פאר די ימי בין הזמנים, דערנאך וועט די רבי פארלערנען די 5'טע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון תרומת חמץ. מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ פון לחיים ודב"ק און פונעם סוגיא שיעור אויף קול סאטאמאר.
נייעס
נעכטן אין וויליאמסבורג האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משתתף געווען ביים צענטראלן שבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אין ביהמ"ד הגדול וויען, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמוס, דערנאך האט די רבי געווינטשן לחיים וברכות קדשו און געטאנצן מיט די חתן און זיידעס.
ווייז פריערדיגע טעג