▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a
…
דינסטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג', און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון אמירת תהילים ולימוד התורה בימי השובבי"ם. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:20 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה''ח ר' יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט, דערביי האט ער מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת א מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' וועלכע ווערט יעצט געבויעט בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג.
עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נשואין און איבער הרחבת גבולי קהלתינו הק' אין לינדען.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט ארום 8:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת אסתר צו די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקעוויץ טשענסקאוויץ שליט"א צו ליינען די תנאים.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און ר' יצחק הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- ערב קבלן מצד החתן: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:25 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יצחק צבי סופר שליט"א מרבני ראכמיסטריווקא מקבל זיין ברכת הקודש אין באגלייטונג פון בנו הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בעריש שטערן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דערביי האט דער רבי פארטיילט שליח מצוה געלט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידי הישיבה לרגל דאס אפרייזן צו די מקומות הקדושים אין אייראפע.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר ישראל דוד וואגשאהל שליט"א און הרה"ג ר' יצחק אשר ישעי' לייפער שליט"א מחוסט נדבורנא קר"י, אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"א גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף דוב סימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יודא בר"פ שעהר הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין קר"י להחזקת מוסדותיו בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם יושע טעללער הי"ו.
- ב"ר יעקב קאפל סימאן הי"ו.
- ב"ר מאיר פישער הי"ו.
- ב"ר עזריאל שפיטצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלום זאלדאן הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' דוד כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב אפפעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר זוסמאן ראטה הי"ו.
- הרה"ח ר' אלי' ראובן סאפדי הי"ו און הרה"ח ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי מו"ל פונעם גליון 'לחזות בנועם' וועלכע פארשפרייטן די דב"ק פון רבינו שליט"א ביי של''ס מידי שבוע בשבוע, דער רבי האט איבערגעקוקט די גליונות און זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת יתרו - שבת של שמחה - שבת שבע ברכות פון נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א אבד"ק פינטשוב
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי קובע געווען די מזוזות אויף די נייע פארענדיגטע זאלן בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
- החתן יודל ב"ר לייבל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה, און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר מרדכי דוד ראטענבערג שליט"א (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 7:30. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות התורה והחינוך בארגענטינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל ביהמ"ד הגדול, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר שלום וואגשאהל שליט"א (בלומינבערג).
- מנוחה ושמחה: הר"ר ברוך ראטענבערג שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות צריכות כוונה.
- קה אכסוף: הר"ר ישעי' יוסף בעק שליט"א (מאנסי).
- ברכת המזון: האדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- קה רבון עלם: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגערופן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א און די מחותנים צו טאנצן מצוה טאנץ.
- אז ביום השביעי: הר"ר לוי יצחק ראזענבוים שליט"א, און דער רבי האט געטאנצן אין א רינג בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן חתן און מחותנים ובני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25.
- ברכות: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אהרן שפיגעל שליט"א (ב"פ).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הגה"צ ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א אב"ד קראלי פלעטבוש.
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: נכד רבינו החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א.
- שלישי: החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן בהר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב שלמה ב"ר אייזיק הערש ברא"י בערקאוויטש הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מרדכי לייב צוויבל שליט"א.
- ר' חנני' יו"ט ליפא ברא"י דייטש הי"ו.
- ר' יעקב ברש"י גוטמאן הי"ו.
אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבן הנולד אצל ר' הערשל ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
- שביעי: החתן בהר"ר יואל פיש שליט"א.
- אחרון: החתן וואלף ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו.
- מפטיר: החתן שמעון ב"ר חיים אפרים ווייס הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
- מוסף: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף ב"ר אלימלך לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
מיטאג טיש וסעודת שבת שבע ברכות האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש, מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- ברוך ה' יום יום: הר"ר יקותיאל יודא דוד ראזענבוים שליט"א.
- ברוך קל עליון: הר"ר משה לייפער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט אז יתרו האט בשעת די שיעובד מצרים שוין געזען די גאולת מצרים און זיך שוין דעמאלטס געפרייט ע"ש העתיד.
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- ברכות ראשונות: הר"ר מנחם שלמה ראזענבוים שליט"א.
- ברכה אחריתא: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:00.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו.
- לוי: הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הגה"צ אב"ד קראלי פלעטבוש שליט"א.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויספר משה לחותנו' און געטייטשט אז פון יעדע מצוה ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים טוהן נאך מצוות און די זעלבע חלילה ביי א עבירה, און אפילו מען זאגט געווענטליך אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה דאס איז נאר ביי סתם עבירות, אבער ביי עניני קדושה ווי די מחשבה איז אויך א עבירה ווערט אויך באשאפן א מלאך פון א מחשבה, אבער ביי יעדע קרעכץ און מחשבת חרטה ווערן די מלאכים הרעים פעלער'דיג, און ממשיך געווען מיט דברי התעוררות זאגענדיג אז מען שטייט שוין ביי די לעצטע וואך פון די ימי השובבי"ם און אז מען מאכט זיך א חשבון הנפש וואס מען האט אויפגעטוהן אין די פארגאנגענע וואכן איז די מצב גאר ביטער, אבער דאך דארף מען געדענקן אז מען דארף איינרייסן און בעטן אז מען זאל זוכה זיין צו א אמת'דיגע מחשבת חרטה און נאכדעם וועט שוין הקב"ה צוהעלפן און מבטל זיין אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיינע עבירות און זיי לאזן אים נישט תשובה טוהן און נאך וואס זיי וועלן בטל ווערן וועט מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם ישי בערקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל מאיר ווייס הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:30.
ארום 9:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ ביי רבינו שליט"א מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש צו די שבע ברכות צוגעשטעלט דורכן רבי'ן שליט"א ווי עס זענען געלאדענט געווארן די בחורים חברי חבורת קדושת יו"ט שע"י ישיבות קטנות פון וומסב''ג וועלכע איז נתייסד געווארן דורך הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א צו לערנען ספרי חסידות מידי שבוע בשבוע ובפרט פאר די ימים טובים.
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה, און מען האט געזינגען די זמירות למלוה מלכה, און ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
נאך די פיש איז פארגעקומען א מעמד שאלות ותשובות ווי הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומסב''ג האט פארגעשטעלט פילע שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעגעבן בנוגע פילע ענינים בנוגע מנהגי ישראל, חסידות, לימודים, און נאך, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת פאר א לענגערע צייט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני נשואין, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די בחורים בדברי הכנה ליו"ט פורים און צווישן אנדערע אויסגעשמועסט די כח פון נגינה און ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די היינטיגע ניגונים אויף וואס מען טאנצט ביי חתונות און מעורר געווען אוועקצושטיין פון די היינטיגע ניגונים און מסיים געווען בברכת קדשו.
- ברכהמ''ז: דער מחותן הגה"צ אבד"ק פינטשוב שליט"א.
- שבע ברכות: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברד"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה אליקים בריעה ראטה הי"ו.
- ב"ר חיים שמואל ישראל עסטרייכער הי"ו.
- ב"ר גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר טובי' ליפא גראס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר צבי יודא אינדיג הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל פריינד הי"ו.
- ב"ר משה יואל גרין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק א'. דערביי האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברי הספד אויף ידידו הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ר"י הרמה לאנדאן ונשיא ארגון אדמת קודש להצלת קברי ישראל באייראפע, וועלכע איז נסתלק געווארן דעם מיטוואך.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרבני הנגיד ר' ישראל דוב גאלדבערגער ע"ה.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' עמרם בר"ד קאהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ישראל קטינא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מנחם מנלי בראך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל מאיר פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר ישראל צאהלער הי"ו.
- ב"ר יצחק פאגעל הי"ו.
- ב"ר ברוך ארי' פאגעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אהרן יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו היושבים ע"פ אמו/אחותו אלמנת הרה"ח ר' דוד שווארטץ ע"ה.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביי די שמחת החתונה פון דור רביעי נכדת גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הכלה בת הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכן חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארן חתן, מחותנים, און פאר אלע זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און זיך דערביי ווארעם באגריסט מיט הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"א ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך רייך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמחה בר"י קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל שרגא יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אהרן שלמה אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו.
- הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' קלמן עקשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א שלום נעמען פון רבינו שליט"א נאכן זיך צוריקקערן פון מנוחת הנפש אין אריזאנע, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער דיין שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט''א לרגל די שמחת החתונה וועלכע איז פארגעקומען דעם מאנטאג העעל"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין היכל תהילות יהוסף בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברי"ל לאזאר הי"ו.
- ב"ר יואל בר"י קאהן הי"ו.
- ב"ר חיים הערש ברש"ע מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע עקשטיין הי"ו (קר"י) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין די מצה בעקערי דקהלתינו הק' אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן סדר האפי' און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו מנהל בית האופה איבער די פילע חומרות והידורים וואס מ'האט איינגעפירט עפ"י הוראת רבינו די לעצטערע יארן, און דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות און דערנאך מפריש געווען חלה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע לומדישע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול, דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע טישן און זיך אומגעקוקט אויף די הונדערטער לומדי הכולל מיט א שטארקע קורת רוח, און דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' אלימלך ברמ"ל לאנדא הי"ו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
מאנטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר יחזקאל שווימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א.
בחדרו הפרטי זענען אריין בקו''פ הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים קר"י אינאיינעם מיט עטליכע מנהלים פון די ישיבות קטנות און האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די קבלת טובות פון הונדערטער בחורי ישיבה קטנה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט א לענגערע צייט איבערגעקוקט די קבלת טובות מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
שמחת החתונה פון הכלה נכדת דור רביעי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
בת לנכדו הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, וחתן האדמו"ר ממאשלוי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.
עב"ג החתן הרב יעקב יצחק ראטענבערג שליט"א בן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אבד"ק פינטשוב.
ארום 2:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 5:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו.
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן פארן חתן, מחותנים, פאר די חשובע זיידעס, און דערמאנט די עלטער זיידעס הגה"צ ב"פ רב שליט"א לרפו"ש, און כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה.
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון ווי דער רבי האט געבענטשט די חתן.
ארום 6:55 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען מחותנו האדמו"ר ממאשלוי שליט"א
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א.
- ברכות ראשונות: כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
- ברכה אחריתא: האדמו"ר מדאמבראווא שליט"א, עלטער פעטער פון די חתן.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א און הרה"ג ר' אברהם חיים מאטצען שליט"א.
- עדי יחוד: הר"ר הערשל טעללער שליט"א און הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
נאך די חופה האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און דערנאך צוגעגאנגען אנוואונטשן פאר די עלטער זיידעס גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א לרפו"ש, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכע זענען געזיצן אין די קאר נעבן די חופה.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל תהילות יהוסף,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאך די חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה בהיכל ביהמ''ד הגדול בראשות הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די זיידעס און מחותנים שליט"א ווי מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שמחה והודאה און דער רב שליט''א איז ארומגעגאנגן צווישן ציבור אפנעמען מזל טוב און געטאנצן מיט די זקני אנ''ש און אהבת קדומים.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת החתונה אינעם זאל בהשתתפות אלופי אלפי אנ''ש, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה.
ארום 9:30 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.
ביי די סעודה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם החשובים קרובי המשפחה.
- כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א.
- כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אקוויין שליט"א,
דער רבי האט זיי מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 10:15, און אהיים לביתו נאוה קודש
בביתו נאוה קודש זענען אריבערגעקומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און הרה''צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' מאיר ראטענבערג שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רבי זלמן לייב וואגשאהל שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וואודיסלוב זצ"ל.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יעקב אלחנן ראטענבערג שליט"א אבד"ק וואודיסלוב.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות בהשתפכות הנפש ובבכיות של שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש ובהרגש קודש א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, מיט נכדו המחותן הר''ר חיים הערש שליט"א אינאיינעם מיטן חתן, און ארויס אין א עקסטערע ריקוד מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך מיט בני משפחתו און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דערנאך האט מען אויסגערופן דער זיידע הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רב שליט"א האט אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך געטאנצן מיט אביו מרן רבינו שליט"א און מיט בני משפחתו פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, הגה"צ רבי וועלוול אנטפאנג שליט"א. און די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א. דערביי האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט אלע מחותנים און זיידעס שליט"א באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יקותיאל יודא מאלח הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בן הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
- ב"ר יושע העשיל שארף הי"ו.
- ב"ר יואל קאהן הי"ו.
- ב"ר דוד יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יצחק שרגא האלצמאן הי"ו.
- ב"ר שלמה אלי' מאלח הי"ו.
- ב"ר יהודה ווייס הי"ו.
- ב"ר עמרם נויאוויטש הי"ו.
- ב"ר זאב שערצער הי"ו.
- ב"ר דוד לעווי הי"ו.
- ב"ר שאול בראך הי"ו.
- ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
- ב"ר שמואל גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים וועלכע זענען געשטאנען בראש פון די גרויסע מלוה מלכה וועלכע איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת פאר די תלמידי המתיבתא זיך צו מחזק זיין בנוגע צמצום הוצאות החתונה ובפרט בנוגע די מוזיק צו ניצן נאר 'די דזשעי' מוזיק, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פון די עסקנים און שטארק מחזק געווען די בחורים עסקנים צו קענען אויפטון ווי מער צו שפארן אידישע געלטער און מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אשר ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברח"א ליכטמאן הי"ו און הר"ר יחיאל מיכל טרעגער שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מרדכי ווייסבערג הי"ו און הרה"ח ר' משה אלי' באנדא הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 9:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמסיטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א חתן/בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנ''ש.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום, אויף די טישן זענען געליגן פילע פראכטפולע אויסשטעלונגען פון פארשידענע מיני פירות לכבוד היום.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און מען האט ממשיך געווען בנגינה, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוגים און מען האט פארטיילט שיריים.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען פינף מאל דב"ק.
- ערשטע דב"ק: מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט ווען עס איז פערציג טעג פאר בריאת העולם לר' יהושע, דורך מאכן די ברכות איז נישטא די טענה פון די מלאכים פון דינא דבר מצרא וויבאלד עס איז דא א פסידא פארן מוכר אז מלאכים קענען נישט מאכן קיין ברכות ווערט בטל זייער טענה. און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה.
- צווייטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות חמשה עשר בשבט, אין דעם טאג איז עלתה במחשבה פון הקב"ה צו באשאפן די וועלט כדי די אידן זאלן קענען מקבל זיין די תורה, איז מען מרבה בפירות וואס ווייזט אויף מצוות דרבנן, איז נישט דא א טענה אז עס איז געווען בכפי' וויבאלד משה רבינו האט מוסיף געווען יום אחד מדעתו, דער רבי האט מוסיף געווען אז לפי רוב שיטות זענען די מצוות דרבנן יא כעין דאורייתא במילא מוז מען זאגן אז די פירות זענען די מילי דחסידא און מנהגי ישראל, און דורכ'ן מקיים זיין מנהגי ישראל ווערט בטל די טענה אז מתן תורה איז געווען בכפי'.
דער רבי האט דערמאנט וואס מען האט גערעדט ליל שב"ק פרשת תולדות העעל"ט באתרא קדישא מירון איבער זאגן די פרשת הקטורת יעדן טאג פאר שחרית, ביי חסידישע אידן איז מען מקפיד צו זאגן קרבנות פאר מנחה אויך, עס איז נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן נאר א מנהג ישראל וואס ווערט כעברענגט אין שו"ע, כהנה וכהנה איז דא יעדן טאג פילע מנהגי ישראל, גיין אין מקוה, וכו', אזוי אויך איז דא פילע חסידישע לא תעשה'ס, ס'דא זאכן וואס א חסידישע איד טוט נישט סיי בנוגע די כלים, מלבושים, און נאך פילע ענינים, און חמשה עשר בשבט איז די טאג וואס מען דארף זיך מקבל זיין איינצוהאלטן אלע מנהגי ישראל און נישט מזלזל זיין אין קיין שום חסידישע ענין, און אזוי אויך מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיטן לערנען ספר הק' קדושת לוי וואס גיבט אריין א חיות אין א איד. און מען האט ממשיך געווען צו זינגען.
- דריטע דב"ק: נאך א טעם פארוואס מען איז מרבה בפירות, עס איז דא נאך א טעם פארוואס עס איז דא א פסידא פאר הקב"ה אויב ער גיבט די תורה פאר די מלאכים, ווען א איד טוט תשובה מאהבה ווערן די זדונות זכיות און הקב"ה האט א שטארקע הנאה פון דעם, און דאס קען א מלאך נישט באווייזן, די תורה ומצוות זענען די עץ החיים און די זכיות וואס ווערט באשאפן פון די עבירות זענען די פירות, חמשה עשר בשבט וואס געפאלט אויס סוף פון די ימי השובבי"ם וואס די טעג זענען מסוגל פאר תשובה ותיקון המעשים און מען האט שוין באשאפן אסאך זכיות אין די פארגאנגענע וואכן, עסט מען פירות צו מרמז זיין די פירות וואס מען האט באשאפן און צוליב דעם האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, דער רבי האט פארענדיגט 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שערי שמחה' וויבאלד דורך די זכיות איז מען משפיע שמחה וישועות, און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין מרבה צו זיין בפירות און עפענען די שערי שמחה פאר יעדעם איינעם בכלליות ובפרטיות.
דער רבי האט טועם געווען פון די אתרוג, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
- פערטע דב"ק: נאכגעזאגט פון בני יששכר אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א גוטע אתרוג, א אתרוג איז עצו ופריו שוין דאס קומט צו זאגן אז חמשה עשר בשבט דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל זיין עצו ופריו שוין, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליך מען זאל זען תענוג ונחת עד סוף כל הדורות. מען האט געזינגען ויהי זרעי מיט גרויס התעוררות א לענגערע צייט.
- פופטע דב"ק, חמשה עשר בשבט איז ראש השנה לאילנות, ביי בריאת העולם האבן די דשאים געמאכט א ק"ו פון די אילנות אז זיי דארפן אויך וואקסן למינו, ביי יצחק אבינו שטייט אז ער ווערט געבענטשט דורך א ק"ו, מה דאך ישמעאל האט כל טוב איז דאך זיכער אז יצחק דארף האבן, און דאס איז אפילו ווען מען איז נישט אין אזא גוטע מצב ברוחניות, אבער ערגער ווי ישמעאל איז מען נישט, במילא חמשה עשר ווען עס איז ראש השנה לאילנות ווען די דשאים האבן געמאכט א ק"ו פון די אילנות מאכט מען אויך די ק"ו יצחק פון ישמעאל און עס ווערט נשפע פרנסה בהרחבה גדולה פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:10, נאך א קורצע צייט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️