בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ו2/16/2026

ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל 'לב אהרן' אין מאנטשעסטער אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית לפני התיבה און ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, בביהמ''ד עצי התמרים אינעם שוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 24
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פוקד זיין ביי די ציונים הקדושים פון רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א בעיר האבות סיגוט יע"א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מאנטאג תרומה 4:18 נאכמיטאג אין מאנטשעסטער די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א האט יעצט געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, ווי רבינו שליט''א איז אפגעוואפט געווארן דורך א גרויסער ציבור אנ''ש אין שפיץ פון הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.

רבינו שליט''א וועט צופארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא ווי רבינו שליט''א וועט דאווענען מנחה.

פארנאכטס וועט פארקומען דעם גרויסן מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים שלחן הטהור וסעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, במקום שהתפללו אבותינו ורבותינו בביהמ"ד עצי התמרים אינעם שוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מאנטאג תרומה 3:30 אין באניע רומעניע, די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א האט זיך אין די יעצטיגע מינוטן געהויבן - א וועג פון צוויי א האלב שעה - אויפן וועג קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
ועלו מושעים בהר ציון

מאנטאג אינדערפרי 7:10 בעיר האבות סיגוט יצ''ו (12:10 ניו יארק'ע צייט) כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אן אין ביה''ח אין סיגוט פוקד זיין די ציוני רבותינו הק' זיע''א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א.

מען קען מיט האלטן א הוקאפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבער
3518887117

▫️ סאטמארע נייעס 🌴▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגכ"ח שבט תשפ"ו2/15/2026

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה אין עיר האבות סיגוט יע"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
קה זכות אבות יגן עלינו

זונטאג תרומה אום 6:00 (11:00 ניו יארקער צייט) איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם טיטער-בארא עירפארט, און אויפן פריוואטן פליגער אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
בריך מתייך לשלם!

זונטאג תרומה אום 3:30 נאכמיטאג (ארטיגע זייגער) האט נארוואס געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם עירפארט אין שטאט באניע, רומעניע.

רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן מיט א קאר א שעה וועג צום עיר האבות סיגוט, דער רבי איז ערווארטעט אהנצוקומען קיין סיגוט בערך 5 אזייגער נאכמיטאג און דאווענען מנחה אין ביהמ"ד עצי התמרים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך מוצש''ק משפטים אום 12:40 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פונעם טיטער-בארא עירפארט, די פליגער וועט לאנדען אין שטאט באניע, רומעניע מארגן נאכמיטאג 3:00 ארטיגע זייגער (8:00 אינדערפרי ניו יארקער צייט).

זונטאג נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אנקומען אין עיר האבות סיגוט ווי דער רבי וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בעצם יומא דהילולא כ''ט שבט.

מאנטאג וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער צום מעמד חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש 'היכל לב אהרן'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ו2/13/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:20 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל ברי"י פריינד הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל ורמ"י הישיבה, פארן בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'נתקשה משה במחצית השקל הראה לו הקב"ה מטבע של אש' און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט א מצוה מיט א ברען ובהתלהבות אש האט עס א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה, און מעורר געווען די בחורים צו דאווענען מיט א ברען און טוהן אלע מצוות בהתלהבות אש, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דאנערשטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו.
- ב"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 3:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד יום האיחוד" פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם ארון הקודש, מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר די מנהלים אפצושיקן צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ארה"ק און אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 5:20.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יואל צבי הירשפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צוליב א משפחה ביקור חולים באזוך, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע.

דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק ווי פילע בחורים ווערן ארעסטירט וועכענטליך, און מאמענטאל געפינען זיך קרוב צו הונדערט טויזענט! בחורים און אינגעלייט אין א מצב פון משתמטים און קענען האבן פראבלעמען טאג טעגליך, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די וואס ווילן מאכן פשרות בנוגע די גזירה וואס דאס ברענגט אריין א קאלטקייט און א הכשר ביי די שוואכערע בחורים, און דאס ברענגט אז ליידער שטעלן זיך פילע בחורים פון אלע קרייזן צום טמא'נע מיליטער ה"י, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דינסטאג אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרבנים הגאונים שליט"א בני הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ר"י הרמה לאנדאן.

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שבתי ראזענוואסער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד ברוך ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חאלאקע אינגל און פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו.
- הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג