שב"ק ביים קידושא רבא לרגל די חנוכת הבית פון בית מדרשינו החדש והמפואר 'בנין בראך' בעדפארד פארק, האט די שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דב"ק דערמאנט די שטארקע פעולות וואס זענען געטון געווארן דורכ'ן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בראך ביים היסטארישן כינוס לשם שמים כינוס כללי במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל זיך מחזק זיין בשיטה הקדושה של רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זיעוכי"א נגע פגעי הציונות, און אויסגערופן פארן יהדות החרדית בארה"ק "משכו ידיכם מעבודה זרה" נישט אטיילצונעמען אינעם בחירות הטמאות" וועלעכע קומט פאר דעי וואך בארה"ק.
בקרב קהלתינו הק' מאנטשעסטער איז היינט פארגעקומען די סיום פון פרקים פון מס' קידושין, בבא קמא, פסחים, דורך תלמידי ישיבה קטנה ממוסדותינו הק' ווי עס האט אויפגעטרעטן כ"ק הגה"צ גאב"ד קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברי אלוקים חיים דורך א לייוו הוק-אפ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע האט משמיע געווען דב"ק דברי הדרכה וברכות קדשו, נאכן מעמד האבן די תלמידי הישיבה וועלעכע האבן געלערנט שעות רצופות פארן "היסטארישן הכנסת ספר תורה" למנחת בכורים פארן רבין ערהאלטן די ספר הק' 'אמרא טבא' פון רבינו שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday5 Nissan 57813/18/2021
Report
פתחו לי שערי צדק
נעכטן ארום 10:10 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין וויליאמסבורג ווי די רבי איז תיכף צוגעפארן צו בית מדרשינו החדש והמפואר 'בעדפארד פארק' בנין בראך, ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, און דערנאך אפגעראכטן די מסיבת לחיים, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שבתי קעסטענבוים שליט"א דיין הביהמ"ד, די רב הקהלה מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, די רב הביהמ"ד הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, דערנאך האט די רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו לכל העם הנאספים און משמיע געווען דברות קודש ארומרעדנדיג -נאך די דברי תורה איבער די געוואלדיגע שמחה של מצוה פון א חנוכת הבית פון א ביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח הנדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך עסקן גדול בקהלתינו הק' וואס דאס איז די "פיפטע" בנין האדיר וואס ער איז מנדב פאר קהלתינו הק' וויליאמסבורג!! -ביהמ"ד אין קרית ברך משה וואדבורן, מחנה צעירים וומ"ס, ביהמ"ד בית מנחם צבי וואלאבאט, ביהמ"ד שכונת קעסקעיד, און יעצט דעם בנין האדיר והמפואר ביהמ"ד בעדפאד פארק- וואס דעי מדת הצדקה גייט שוין צוריק פון זיינע עלטערן הרבני הנגיד ר' שמואל חיים הי"ו און הרבני הנגיד ר' יחזקאל ע"ה די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלשון קדשו "..די גרעסטע און שטערקסטע נדבן דא אין די קהלה איז די נדבן פון דעי ביהמ"ד.." און געווינטשן לענגערע ברכות קדשו פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור, ארום 11:15 האט די רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד לרגל די יארצייט פונעם באבע הרבנית הצדיקת ברכה סימא ע"ה מחברתה הטהורה פון מרנא ורבנא הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
מזמור שיר חנוכת הבית
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday3 Nissan 57813/16/2021
Report
ושמת את שמו אברה"ם ומצאת את לבבו נאמן לפניך
הלא הוא ידידינו הרבני הנגיד הנכבד מו"ה ר' אברהם בראך הי"ו וועלעכע האט זוכה געווען צו אויפשטעלן פאר קהילתינו הק' וויליאמסבורג "4 גיגאנטישע בנינים לתורה ולתפלה" וכעת הגדיל לנו בבניית בית גדול לה' "בית מדרשינו החדש והמפואר בעדפארד פארק -בנין בראך"
אשריך ר' אברהם!! שזכית לילך מחיל אל חיל לבנות ולהקים בתי מדרשים מפוארים ברחבי עיר ואם בישראל וויליאמסבורג לשם ולתפארת קהלתינו הק' בנשיאות עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ויתן לך אלוקים את ברכת אברה"ם
Monday2 Nissan 57813/15/2021
Report
"צהלי ורוני יושבת לעיקוואד כי גדול בקרבך קדוש ישראל -באריכט פונעם באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן אין לעיקוואד לטובת בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה
ארום 4:15 איז די רבי אנגעקומען אין לעיקוואד, ווי די רבי איז צוגעפארן צום שטוב פונעם בעל אכסניא הר"ר יעקב צבי ט"ב, פון דארט איז די רבי געפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל בענדער וועלעכע האט מנדב געווען א שיינע סכום פארן ביהמ"ד הגדול והחדש, מה מקוה מטהר: דערנאך איז פארגעקומען דעם גרויסן מעמד "יציקת הבורות" פארן מקוה אינעם נייעם ביהמ"ד ווי די רבי האט אריינגעגאסן דעם פאדערמענט, ביים מעמד האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסוקלען לעיקוואד שליט"א ווי די רבי האט מכבד געווען צו גיסן פאדערמענט פארן מקוה און דערנאך מכבד געווען רבני עיר לעיקוואד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד בהשתתפות רבני עיר לעיקוואד און א ריזן ציבור אנ"ש, ביים מסיבת לחיים האט צום ערשט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אב"ד ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד, און דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט בגודל קדושת המקוה און געווינטשן ברכות קדשו, דערנאך האט די רבי געדאווענט מנחה בהיכל בית מדרשינו החדש.
ארום 7:00 איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש נדבן המקוה, צום באנקעט וסעודה לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די נגידים ותומכים, ביים באנקעט האבן אויפגעטרעטן יו"ר המעמד הר"ר יעקב הערש טייטלבוים, הרה"ח ר' יואל רייזמאן מראה"ק, און הרה"ח ר' יעקב יוסף שפיצער, וועלעכע האבן ארויסגעברענגט די חביבות פון אנ"ש תושבי לעיקוואד צום בית מדרשינו הגדול והחדש, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פאנעט מדעעש לעיקוואד און הגה"צ אדמו"ר מספינקא לעיקוואד שליט"א און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבה דלעיקוואד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש בדברי תורה און ארומגערעדט פון די חשיבות פון האבן א מקום תורה ותפלה און לענגערע דברי שבח פון די נדיבי בעם און די ראשי הקהלה ובפרט פונעם נדבן המקוה הרבני הנגיד ר' סנדר מארקאוויטש הי"ו נאך די דב"ק האט די רבי פארטיילט פאר די נדיבי בעם א "הגדה לב אהרן" און אריינגעשריבן בחתימת יד קדשו.
במשך די באנקעט האבן רייכע בעלי מנגנים משמיע געווען זמירות שירות ותשבחות צווישן זיי די בעל מנגן פון א"י הרב ישראל אדלער, "ביים רייכע באנקעט איז געשאפן געווארן פאר די השלמת בנין הביהמ"ד הגדול החדש והמפואר די אסטרנאמישע סכום פון אריבער צוויי מיליאן דאללאר" גדול יהיה כבוד הבית הזה!!
נאכן באנקעט איז די רבי אריין אינעם ספרים שטוב פון הנגיד ר' סנדר ווי סאיז פארגעקומען די חתימת שטרות פון הרבני הנגיד ר' סנדר -נדבן המקוה און הרבני הנגיד ר' יחזקאל לידער וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם חדר שני, און הרבני הנגיד ר' אליהו קליין וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם נר למאר אינעם גאנצן ביהמ"ד, דערנאך האט די רבי געדאווענט מעריב און זיך אומגעקיקט אויפן מקוה אינעם שטוב פון הנגיד ר' סנדר.
דערנאך האט די רבי אפגעשטאט א באזוך ביי הגה"צ ר' משה פאנעט שליט"א מדעעש לעיקוואד ווי עס האט זיך באטייליגט הגה"צ רב ודומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א, און דערנאך אפגעשטאט א באזוך ביי הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבה דלעיקוואד, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמוסן, פון דארט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו בקרית יואל.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
מקוה ישראל מושיעו בעת צרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
נעכטן האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א טעלעפארניש מנחם אבל געווען בני כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג זצ"ל ומלפנים דומ"ץ דקהלתינו בארא פארק.
אזוי אויך האבן אין די לעצטערע טעג מנחם אבל געווען מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, כ"ק הגה"צ אב"ד דקהלתינו 15 שליט"א, הגאון האדיר דומ"ץ ק"י שליט"א, חתנו הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א, בני וחתני רבינו.
אזוי אויך האבן טעלעפארניש מנחם אבל געווען כ"ק הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, כ"ק הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, הגה"צ אב"ד דקהלתינו לאנדאן שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, הגה"צ ר' מענדל ווצ"ב שליט"א דומ"ץ דקהלתינו מאטריאל, און נאך פולע דייני קהלתינו הקדושה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ברוך המקדש שמו ברבים
אין די צייט וואס אלע ישיבות זענען שוין פארשלאסן פאר די ימי בין הזמנים טיט אבער די קול תורה ווייטער פארזעצן אין די ישיבה קטנות פון מוסדותינו הקדושים בפקודת הקודש פונעם נשיא הישיבות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נישט מבטל תורה זיין.
היינט ר"ח ניסן האט די רבי געדאוונט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בקרית יואל ווי נאכן דאווענען ביי די דב"ק ביים מסיבת לחיים האט די רבי משמיע געווען שטארקע דברי שבח דאס אנהאלטן דעם זמן ביז ז' ניסן און ווי מען זעט אז אנדערע ישיבות האבן דאס נאכגעמאכט.
"ממנו ילמדו וכן יעשו"!!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday1 Nissan 57813/14/2021
Report
פארגאנגענעם דאנערשטאג ויקה"פ איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה צווישן אלע מורי הוראה דקהלתינו הק' בראשות הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט אויסגעשמוסט אלע הלכות אין בעפארברייטונג צום יו"ט פסח ובפרט די מערערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת,
עס קומט נאך וואס פארגאנגענעם מיטוואך איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה צווישן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און הגה"צ הדומ"ץ שליט"א בביתו נאוה קודש צו אויסארבעטן די אלע קאמפלעצירטע שאלות הנוגעים למעשה. די פונקטליכע הוראות הנוגע לציבור וועט געמאלדן ווערן אין באזונדערע מודעות.
פירות פון שווערע הארעוואניע דורך די געטרייע מצילי "מרכז עזרה ויעוץ" -היסטארישע דעגרייכונג איז נאך א רינגעלע אין לאנגע ליסטע פון ווייטגרייכנדעאויפטוען דורך די 'שילוחי כלל ישראל' וועלעכע זענען משים לילות כימים צו העלפן אחב"י בעת צר, און זיי ראטעווען פון די ציוניסטישע נעגל, "אשריכם מצילי ישראל!!!"
כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א זיך ספעציעל פארבינדן מיטן ראש המצילים הר"ר שמעון שישא שליט"א איבער די לעצטע אנטוויקלונגען, ספעציעל איבער די שטארקע פארשווערונגען לעצטנס אין נושא פון פטורים, און געשעפט שטארקע קורת רוח הערענדיג איבער פעולות חובקות וועלעכע ווערט אריינגעלייגט דורך די מצילי המרכז למען הצלחתן של ישראל, און מאציל געווען שטארקע ברכות קדשו שתשרה שכינה במעשי ידם צו קענען פארזיכערן אז קיין שום נפש מישראל פאלט חלילה נישט אריין אינעם מקור הכפירה והזוהמה, "ברכות צדיק יחולו על ראשם"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
היינט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צו "ר' ישעילע'ס קאך-מרבה לשובע" אין קרית יואל, וועלעכע שטעלט צו פרישטאג און מיטאג בחנם בנדבת הגה"צ אב"ד טאלטשאווא ק"י שליט"א, ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ די נדבן אב"ד טאלטשאווא דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק שטארקע דברי שבח און זיך אויסגעדריקט "אז סאיז א שמירה אויף דער גאנצע שטאט" אין דעי שווערע זמנים ווען מדארף רחמי שמים, סהאט זיך פארצויגן א שיינע שמוס, און דערנאך האט די רבי געווינטשן לענגערע ברכות קדשו פאר הגה"צ די נדבן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh29 Adar 57813/13/2021
Report
ויואל משה אמת ותורתו אמת
דעם שב"ק פאר קריאת התורה האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א משמיע געווען קורצע דב"ק דברי מחאה אויף די בחירות הטמאות וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך בארה"ק צום פערדן מאל, די רבי האט גערופן יעדן וואס האט א זיק יראת שמים נישט אטיילצונעמען אין די בחירות הטמאות.
אין די זעלבע צייט קומט פאר די גרויסארטיגע פראיעקט "וזאת התורה" ארום קהלות הק' בארה"ק זיך אנצישליסן אין ראמען פון חבורת 'שמעו דבר ה' צו חזרן דעם קלארן בירור טעמי האיסור פון השתתפות בבחירות דורך לימוד ספר הק' "ויואל משה"