בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday21 Adar 57863/10/2026

Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאציע פון העריטידזש זילבער אינעם דאבעליו מאלל אין וומסב''ג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה קנין תורה פון מאנסי, נעכטן אויפדערנאכט בבנין הת"ת בנין ווידער פאלאטשעק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
מאנטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' וואלף מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל. און ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ד'.

ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ארום 3:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל
אויף א פריוואטע פארנעם בלויז פאר די בני המשפחה. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און ס'האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 5:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט. בעל תפילה: נכד רבינו הבה"ח חיים הערש רוקח ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.


פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר אלעזר מערמלשטיין שליט"א און הרה"ח ר' אפרים פישל פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ע אבערלענדער הי"ו און הרה"ח ר' יואל פראמאוויטש הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
- הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א, מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין ווידער פאלאטשעק' ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע''א וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און מעורר געווען צו גיין אין זיינע דרכים בכל פרטי' סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 8:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג ויקה"פ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוחנן מאנן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.

רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט מוהלות.
- סנדק: הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די ברכות, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל וואס האט געטראגן דעם נאמען פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הישיבה, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד"ק טארניפאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל הישיבה.

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, זיידעס, און פאר אלע בחורים.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.

ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביי די שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן לבנו הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א, און נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און פאר די חתן און מחותנים, און פארן זיידן האדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, און פארן פעטער האדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א.

נאך די חופה איז דער רבי צוגעפארן קיין מאנסי צו ישיבה קטנה סניף קנין תורה ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה אין איינע פון די כיתות, און נאך מנחה איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די בחורים, דער רבי איז ארום צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די נייע בנין וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה. דערנאך ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א, און הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ בן הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
- הרה"ח ר' יושע דוב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך האדמו"ר הישועות משה מוויזניץ זצ"ל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תשא - שבת פרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן נפתלי הירצקא בהר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.

ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א.
- כל מקדש: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלמה וואלף שעהנפעלד הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כל העובר על הפקודים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' אלכסנדר לאנדא שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד ליזענסק.
- ברכת המזון: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"א אדר.

- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מרדכי זאב רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזונגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- אז ביום השביעי: הר"ר אשר מענדל רובין שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20.
- ברכות: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו און הרה"ח ר' בערל רובין הי"ו (ב"פ).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד אמרי נועם.
עליות:
- כהן: ר' אהרן בר"י קאהן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: החתן ישעי' יעקב ב"ר יואל בר"ב רובין הי"ו.
- רביעי: ר' משה יוסף ברי"ש פריעדלענדער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' יששכר בער דאווידאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. שביעי: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
- אחרון: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב שטיין הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר - קריאת פרשת פרה: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברח"י פישער הי"ו (וומסב''ג).
- ר' מענדל ברי"ז פריעד הי"ו.
- ר' משה ארי' מייזעלס הי"ו.
- ר' ישי שטיין הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א.
- גלילה: ר' יואל פישער הי"ו.

- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל בר"ב רובין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
- בעל תפילה: הר"ר חיים אלישע גראסמאן שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: הגה"צ ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד קשאנוב וומסב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר אלעזר קליין שליט"א (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה פון פרשת פרה 'זאת חקת התורה' און געטייטשט אז די פרה אדומה איז געקומען אלץ א כפרה פארן חטא העגל, אבער נישט פאר די וואס האבן געדינט דעם עגל בפועל וויבאלד זיי זענען אלע נענש געווארן, נאר דאס איז א כפרה פאר די וואס עס איז געווען ביי זיי שמח בלבו, און ממשיך געווען אז דאס איז א געוואלדיגע לימוד בזמנינו ווען דער עגל הציונית טאנצט און מאכט קונצן טאר מען ח"ו נישט נתפעל ווערן פון זיי און מען דארף גאר שטארק אכטונג געבן זיך נישט לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די נייעס און מתפלל זיין צו הקב"ה אז די ע"ז זאל בטל ווערן, און שטייענדיג יעצט בין גאולה לגאולה זאל מען זוכה זיין צו ביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הגה"צ ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יוקל שלעזינגער הי"ו (לאנדאן).
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' יצחק שמעי' פריעדלענדער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה פאר די נדבנים פון די מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו הק' לינדען שליט"א, פאר הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן אין וומסב"ג פאר הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי אין וומסב"ג, און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע שיעור בהלכות מקוואות ווי דער רבי האט פאר קרוב צו איינס און א האלב שעה אויסגעשמועסט בפרטי פרטים פון א מקוה בהלכה, במציאות, ובהיסטאריע, באגלייט מיט סיפורים פון רבותיה"ק זיע''א בנוגע מקוואות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבני המקוה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א געבענטשטע ה' קייטל פאר אלע נדבנים לשמירה ולהצלחה.

דערנאך איז דער רבי ארויף בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון החתן בן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק וומסב"ג.
דערביי איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו אביו הרה"ר' שמואל חיים, בנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא הי"ו האבן אפגעקויפט דעם שם הבנין פון די מקוה טהרה אין לינדען.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך איבערגעגעבן א מתנה פאר די ראשי עסקני המקוה טהרה האברך ר' משה פרנס הי"ו און האברך ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו און מאציל געווען מברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר ליפא בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר בעריש מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר אברהם דוד שטיין שליט"א.
- ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו.
- ב"ר יצחק הערש פרידריך הי"ו.
- ב"ר שלמה בוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אהרן האלענדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ישעי' דייטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם טובי' גליק הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו און הר"ר ליפא ברמ"א פריעדמאן שליט"א.
- הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' חיים בנציון אונגער שליט"א און אחיו הרה"ג ר' יחזקאל אונגער שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך כי תשא - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- תאומים הנולדים אצל הרה"ג ר' יואל היימאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברח"ל זילבערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט מען געזינגען ניגוני פורים און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון רבותיה"ק זיע''א מימי הפורים, און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און פאר די בעלי ברית ובני משפחתם.

ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד שושן פורים בקרב קהלתינו הק'.

ארום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד שושן פורים, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה בתופים ומחולות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- אשר הניא: הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אב"ד קאמארנא ב"פ.
- שושנת יעקב: הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.

במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען זעקס מאל דברות קודש.
ערשטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט ממשיך געווען מידת קל וואס איז חסד און מיט דעם ממתיק געווען די דינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף 'שבשפלנו זכר לנו' פאר א לענגערע צייט באש קודש.

צווייטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז דורך דעם וואס כלל ישראל פרעגט נישט קיין קשיות אויפן רבש"ע וואס קומט שוין מכח אברהם אבינו וואס האט נישט געפרעגט קיין קשיא אויפן רבש"ע ביי די עקידה, אין דעם זכות פרעגט הקב"ה אויך נישט קיין קשיא אויף אונז און איז משפיע כל טוב.

דריטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און געטייטשט אז דורך דעם שם הויה וואס ווייזט אויף היה הוה ויהיה וואס דאס קומט זאגן אז ביי הקב"ה איז די עבר הוה און עתיד אלעס איינס, איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד פון כלל ישראל און מען גייט ארויס זכאי בדין.

פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב' און געטייטשט אז הקב"ה האט א חיוב פון א בעל לאשה צו כלל ישראל און איז מחויב אלע חיובי בעל לאשה פאר כלל ישראל.

פינעפטע תורה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד אן פרעגן פארוואס איז הקב"ה אויך משפיע כל מיני השפעות אן קיין שאלות, און דער רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען יצחק זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די זעקסטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן טוהן חסד איז עס מעורר א קריאה של חיבה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און מען איז זוכה צו קורא לה והיא בא און עס פעלט זיך חלילה נישט אויס קיין הכישה במקל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט קרויט לכבוד היום, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו מיט דברי בדחנות לכבוד היום.

דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס, מען האט געענדיגט ארום 10:15.

נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הירש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' משה יעקב שאלאמאן הי"ו און חתנו הרה"ח ר' יוסף שלום גאלדבערגער הי"ו היושבים ע"פ בתו אשתו ע"ה, עס איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' אהרן גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגי פורים.
דערנאך ארום 11:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- גלילה הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו.
אום 6:50 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן א טלית שאולה און איז ארויף אויפן באלעמער, וואו מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש. מען האט אנגעהויבן קריאת המגילה אום 7:15 מען האט געענדיגט אום 8:12.

ביים אויספאסטן בביתו נאוה קודש האט דער רבי טועם געווען פון קינדל, נאנט און המן טאשן כנהוג אום פורים.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט.
במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע לעבעדיגע ניגונים, און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- אשר הניא: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
- שושנת יעקב: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.

ערשטע דב''ק אויפן מדרש 'כיון שמת משה במדבר לפיכך יתלו את המן' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו, מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע התלהבות.

צווייטע דב"ק אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אז כלל ישראל האט אין אלע מצבים במשך די לאנגע ביטערע גלות אלץ געדאנקט הקב"ה אויף אשר בחר בנו מכל העמים טראץ די שווערע צרות וואס מען איז אריבער אין אלע דורות.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א מיט דברי בדחנות און חרוזים לכבוד פורים, מען האט ממשיך געווען צו זינגען אם על המלך טוב און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

דריטע דב"ק אויפן פסוק 'על כן קראו לימים האלו הפורים' און געטייטשט אז אסתר המלכה האט מעורר געווען מידת קל און מיט דעם ממתיק געווען די דינים.

דערנאך האבן די גבאים פון חבורת 'לגיון של מלך' איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ספר מיט די נעמען פון די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת טובות בנוגע טעכנעלאגיע, דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם האט געזינגען ניגוני התעוררות.

- ברכת המזון: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.

דינסטאג כי תשא - יום הפורים

דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 10:00.
- בעל תפילה: ר' צבי אלימלך פריעד הי"ו.
- פתיחה: הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: ר' ישי גאלדבערגער הי"ו.
- גלילה: נכד רבינו הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.

נאכן ליינען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן תפילין דר"ת.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען און איז ארויף אויפן באלעמער וואו מ'האט אויסגעשפרייט די מגילה כאיגרת.
דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען דעם מנהג פון מחצית השקל, און דערנאך געזאגט דעם לשם יחוד און געזאגט די ברכות באש קודש און אנגעהויבן ליינען די מגילה מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:20.

אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.

אנגעהויבן פון 3:15 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים ביז אום 5:30, ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע רייעס פון הונדערטער אנ"ש זקנים עם נערים, רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א.

ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום סעודת משתה היין אין ביהמ"ד הגדול, און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום.
נאך די כזית חלה האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען דעם ערשטן כוס וויין לכבוד היום און געוואונטשן לחיים, און נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן דעם צווייטן כוס וויין.
אין די זופ איז געווען קרעפלעך כנהוג, און נאך די זופ האט דער רבי געטרינקען דעם דריטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים, ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג, און נאך די פלייש און קוגל האט דער רבי געטרינקען דעם פערטן כוס וויין און געוואונטשן לחיים.

במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות, וניגוני שמחה וחדוה בשעת דער רבי הייבט דעם ציבור און זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן אין פייערדיגע ריקודים, און מעודד געווען דעם גאנצן ציבור.

במשך דעם טיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען 8 מאל דב''ק.
ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און געטייטשט אז יעדער איד איז מתפלל אז מען זאל ניצל ווערן פונעם יצר הרע און מען בעט 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות עצומות פאר א לענגערע צייט, און ממשיך געווען זאגענדיג עת צרה הוא ליעקב, א ישועה וואס קומט פון די צד הקדושה האט א קיום, משא"כ אויב עס קומט פון די צד הטומאה איז עס נאר א צייטווייליגע זאך, אזוי ווי מען זעט יעצט בחוש ביי די מלחמה דורך די מדינה הטמאה ווי מען זאגט יעדע מאל אז יעצט האט מען שוין מנצח געווען די שונאים אבער יעדע פאר חדשים ווערט די סכנה פון פריש, און דער רבי האט געזאגט אז די אידן אין ארה"ק געפינען זיך אין אן עת צרה און לעבן אין א פחד סיי פון די רודפים און סיי פון די מצילים און מען איז מתפלל אז זיי זאלן ניצל ווערן דורך הקב"ה אליינס.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען והוא שעמדה און ה' הוא מלכינו און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

צווייטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט אין די סוגיא פון נחלת יעקב ועשיו בשני עולמות און ממשיך געווען אז מען זעט אין די מגילה אז אסתר המלכה איז אריין בחצר המלך הפנימית און המן איז אריין בחצר החיצונה, דאס איז די חילוק פון א איד און א גוי, ביי א איד איז דער עיקר דאס פנימיות, דער לבוש שפיגלט אפ די פנימיות פון א מענטש און מען זעט לויט'ן לבוש פון א מענטש וואס דער מענטש איז, סיי א גאנץ יאר און אזוי אויך וויאזוי מען פארשטעלט זיך פורים, און מעורר געווען ארומרעדענדיג בגנות איבער די היינטיגע בעקיטשעס און לבושים וואס ווערט מער און מער מאדערן.

דריטע תורה אויפן פסוק 'ובבואה לפני המלך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.

דער רבי האט פארגעזינגען אדון עולם בהשתפכות הנפש, און אין עוד מלבדו און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.

פערטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי' און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון אחדות קען מען פועלן אלע ישועות און דאס איז געווען אסתר המלכה'ס בקשה לך כנוס את כל היהודים און אזוי האט מען אויסגעפועלט דעם נס פורים.

דער רבי האט פארגעזינגען דעם ניגון המקובל "לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער" צוויי מאל.

פינעפטע תורה אויפן פסוק 'אם על המלך טוב' און ארויסגעברענגט אז צו מכניע זיין דעם כח פון די קליפות קען מען אדער מיט מסירת נפש אדער דורך מצות מילה, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון כלל ישראל אז טראץ דעם לאנגן ביטערן גלות וואס מען גייט אריבער, שרייט מען אויס ראש השנה המלך און אשר בחר בנו מכל עם און מען איז ממליך הקב"ה אויף אונז מיט מסירת נפש, דאס איז א מליצה ישרה פאר כלל ישראל אינעם יום הדין.

דער רבי האט פארגעזינגען 'האדרת והאמונה' און געפרעגט פון זקני אנשי שלומינו ווער עס געדענקט ווען מען האט דאס געזינגען ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א.
דערנאך האט דער רבי מקיים געווען דעם מנהג פון זקינו בעל עצי חיים זיע''א צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אינעם רויעך, דער רבי האט געזאגט א טעם דערויף וויבאלד שריפת הקליפות וואס ענדיגט זיך ערב פסח הייבט זיך אן ביום הפורים.

דער רבי האט פארייכערט א ציגאר, און דערנאך איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו עס איבערצוגעבן פאר אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זעקסטע תורה אז כלל ישראל האט סיי א אנדערע נשמה ווי א גוי און סיי א אנדערע גוף פון א גוי וויבאלד עס איז פארבינדן מיט די גווילים פון א ספר תורה, במילא אפילו אויב די דאקטורים זאגן אויף א מחלה אז עס איז נישט דא קיין רפואה אויף דעם, איז דאס נאר ביי די גוים אבער ביי אידן איז יא דא א רפואה אויף אלע מחלות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה פאר אלע חולי ישראל.

זיבעטע תורה אויפן מאמר חז"ל 'עיניהם של עניים נשואות למקרא מגילה' און געזאגט אז דאס איז אנטקעגן די ע' פון וכל אשר לרעך פון די עשרת הדברות, און מאריך געווען בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע פארטיילן שטריימלעך פאר אידן, און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען 'יעקב' זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'קופת אבני חסד'.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די אכטע דב"ק און ארויסגעברענגט אז צדקה איז מטהר דעם אויר און אזוי איז דא קבלת התפילות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויף 'אחכה לו' פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט קרויט כנהוג, דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש און פארגעזינגען דעם ניגון המקובל פונעם הייליגן קדושת לוי זיע''א 'רבש"ע לאמיר מאכן א בייט'.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- אשר הניא: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
- שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א,
דערנאך האט הרה"ג ר' מאיר אליעזר שליט"א ממשיך געווען מיט דברי התעוררות בעניני קרי"ש בזמנה וכתיקונה.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג כי תשא - תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אלימלך פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו''ץ בקהלתינו ב"פ.

דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday20 Adar 57863/9/2026

Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארלערנען דעם ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, היינט פארמיטאג בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Show earlier days