שטייענדיג קנאפע צוויי אהאלב יאר נאכדעם וואס אחינו הטועים כת הגזלנים וועלעכע זענען מוחזק צו גנבנען נכסי ציבור זענען דורכגעפאלן מיט א מיסע מפלה נאכן פראובירן צו גנבנען די בית החיים און איהעל מיטן אוהל הק' פון רבינו משה איש אלוקים ראש הששילתא קדישא מרן הישמח משה זי"ע און דאס געמאלדן אן קיין טראפ בושה אינעם טמאנע צייטונג "דער איד" און ווייניגער ווי אפאר טעג -בעצם יומא דהילולא פון רבינו הק' הייטב לב זי"ע מ"מ פונעם איש אלוקים הישמח משה זי"ע איז דאס צוריקגעוויזן געווארן דורך די ארטיגע באאמטע "בזכותו של אותו זקן" און איז צוריק געקומען צו די אמתע בעלים ממשיכי דרכו הקדוש. און אנשטאט זיי זאלן זיך איינפאקן פאר בושה אויף די נידריגע מעשים גייען זיי ווייטער אן! און יא נעכטן נאכט זענען די כת הגזלנים אנגעקומען מיט געדינגענע שחורים און דורכגעפירט א נידריגע מעשי גזילה און אויפגעבראכן די שלעסער און מזיק געווען חפצי קודש און געמאלדן אן קיין טראפ בושה אז ב"ה סאיז געלונגען! יא די מעשי גניבה איז געלונגען! "מיטן ציעל אז זייערע תמימותדיגע קעלבעלעך וועלן דאס אפקויפן אז מען איבערגענימען די ביה"ח" די עסקני חברי קדישה דקהלתינו הק' זענען מסדר על צד היותר טוב אז די גזלנים זאלן באצאלן אלע שאדען, און אז דאס זאל זיך מער נישט איבערשפילן,
באריכט
היינט נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק אין ביהמ"ד הגדול ווי די רבי האט באשיינט די חומש סעודה במוסדותינו הק' ביי די דב"ק האט די רבי ארומגערעדט "פייערדיגע דברי חיזוק ודברי מחאה" ארויסגעברענגט די שבח פון די הנהלת המוסדות און די עסקנים וואס האלטן אפען די מוסדות און פארדאמט די פראטעסטן אין ב"פ זיך רייצן מיט די גוים בעת מיר זענען אין גלות וואס איז געמאכט געווארן דורך בנין נערים אן קיין שום דעת תורה ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק "..אונז מאך מיר נישט קיין מהומות אין די גאסן און מטאר נישט מאכן קיין מהומות אין די גאסן" ..חלילה וחלילה מיט צושטיין מיט דעם" ..אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים גייט ארויף אויף דעם"
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר בערל קליין -ק"י וב"ר משה גדלי אדלער -מאנסי וב"ר יצחק ווייזער -לעיקוואד נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק א' אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים
בילדער · 4
שמחת קישור החיתון בחצרות קדשינו
באריכט
קול רנה וישועה באהלי צדיקים שמחת קישור החיתון פון די כלה אייניקיל פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט אויפדערנאכט אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן ארום 12:00 איז די רבי אנגעקומען ווי עס זענען האבן זיך באטיילידיגט די מחותנים אבי הכלה שליט"א און הגה"צ ר' מאיר איתמר רוזנבוים -אבי החתן מען האט ארומגערעדט בדברי תורה וחסידות איבער די יוחס פון די חתן כלה, מען האט מקבל קנין געווען, די רבי האט געווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, אויך האט די רבי געווינטשען טעלעפארניש פארן זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשנוף י"ם שליט"א, נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט נגיני שמחה פארן ארויסגיין האט די רבי געווינטשן די כלה ויהו"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל
נייעס
זמן התנאים איז נקבע געווארן אויף דעם מוצ"ש לך לך (יתר הפרטים יפרסמו) שישו ושמחו בשמחת רבינו
נייעס
די שמחת קישור החיתון קימט פאר יעצט אין שטוב פונעם אבי הכלה אין קרית יואל מיט די השתתפות פון די געהויבענע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מאנטאגח' מרחשון תשפ"א10/26/2020
נייעס
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הכלה בת הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א - חדב"ן בן כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א, מיט די חתן בן הרה"צ המשפיע ר' מאיר איתמר רוזנבוים בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשנוף י"ם שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מאדווארי שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל קויפמאן -משמש ק"י ר' יצחק מיטלמאן -ק"י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים הרב יואל קאהן -ק"י הרב אברהם מאיר מארקאוויטש -ק"י באולם בית רחל פאראדייס
בילדער · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו בכורו מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א ביי ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש חבר הנהלת מוסדותינו הק' ב"פ ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד מעמידי התווך של קהלתינו הק' וומ"ס ע"פ אשתו/אמו
פייל
חודש תשרי בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
א' סליחות, תקיעות שופר חודש אלול, התרת נדרים ערב ר"ה, מעריב מוצאי ר"ה, שלשה עשרה מידות, ערב ומוצאי יום הקדוש, עבודת הקודש ביי די נענועים, עריכת השלחנות במשך ימי חוה"מ.
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי ניחום אבלים ביי די קינדער פון הגה"צ אב"ד גלאגוב זצ"ל
נייעס
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר משה מערמעלשטיין -ק"י
די רבי האט געדאווענט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל א' פסוק א' אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים
באריכט
נעכטן ביי די דב"ק ביים מעמד קביעות מזוזה אויפן בנין האדיר בבית רחל "בנין לאה אסתר" האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט "אז קרית יואל איז געבענטשט געווארן מיט אסאך עשירים!" אחד המרבה ואחד הממעיט -סיי די עשירים וואס געבן גרויס געלט און סיי די יונגעלייט, דערציילנדיג מיט גרויס התפעלות אז פארגאנגענעם דאנערשטאג איז אריינגעקומען א אינגערמאן און געגעבן א טשעק פון צען אלפים פארן קרן הבנין!! אינדערצייט וואס ביי אנדערע איז שווער ארויסצונעמען א הונדערטער פון טאש, ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט "איך האב עס באווינדערט" די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו אז עס זאל זיין א שפע פון פרנסה "און דעי אלע וואס געבן זאלן ווייטער קענען געבן און דעי אלע וואס האבן א רצון צו געבן זאלן קענען געבן"
היינט ח' חשון ווערט אפגעצייכנט די 73 יום הבהיר פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א, ה' יאריך ימיו בטוב ובנעימים ויאריך ימיו על ממלאכתו הוא ובניו בקרב ישראל עוד יניבון בשיבה און דער רבי זאל אונז ווייטער קענען פירן על מי מנוחות אן קיין שום שטער און אונז אקעגן פירן משיח צדקינו בב"א.
כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לו!!!!
ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור!!!
נייעס
שב"ק איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' משולם איסר לעווי -ק"י ור' אלכסנדר אשר ווייס -ק"י ור' אפרים משה גראס -ק"י
נייעס
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם הערשקא -ק''י ר' יעקב הערש פרידריך -ק''י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים ר' זלמן לייב גראס -ק''י ר' אברהם מאנדל -ק''י באולם בית רחל פאראדייס