בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ו ניסן תשפ"ו4/13/2026

בילדער · 3
א קבוצה עסקנים תושבי מאנטיסעלא בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מוצש''ק ווי די עסקנים האבן פארגעשטעלט די פלענער צו בויען הונדערטער דירות פאר די פרייז פון צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 30
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון מר אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן, היינט נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 9
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית און מסיבת לחיים לפני עלי' לציון פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א היינט ביומא דהילולא קדישא כ''ו ניסן אין ביהמ"ד הגדול קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציון הק' פון מר אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן, היינט נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן לעכט און ביי תפילת מעריב לפני התיבה ליל הילולא קדישא כ''ו ניסן פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים בענטשן מטבעות פאר חברי חבורת לגיון של מלך בעניני טעכנעלאגיע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
מוצאי לאור פון ספר 'ומשה היה רועה' הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לרגל דאס איבערדריקן די ספר לכבוד די צוואנציגסטע הילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן לעכט און ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- מערבית: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:15. דער ציבור איז אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
- הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד טאהש.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן פון די בשר הלחיים פון די מתנות כהונה געברענגט דורך די כהן הזוכה הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו ובנו ר' יואל הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, א חרוסת קוגל געמאכט פון די שיירי חרוסת פון די סדרים ביים רבי'ן געברענגט דורך הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.

- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס ניצט תשובה פאר א בן נח.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.

- ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.

יום אחרון של פסח

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
- שחרית: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם ברי"א לעווי הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ב"פ) בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר מאיר הירש הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור כנהוג.

- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נעילת החג

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג.ממען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און א פסח'דיגע טארט געברענגט דורך ר' שלום ברנ"מ ווייס הי"ו, און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט און ניגוני השתוקקות לביאת המשיח.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מה יפו פעמייך בנעלים' און געטייטשט אז בזמן שביהמ"ק היה קיים זענען נתעלה געווארן אלע אידן אפילו די וואס זענען געווען אין א נידריגע מדריגה בבחינת רגליים, בזמן הזה נאך אזא דערהויבענעם יו"ט מיט א הכנה דרבה פון פארדעם, דארף יעדע איד וויסן אז אפילו אויב ער איז א שוואכע איד בבחינת רגליים, איז מען נתקדש און נתרומם געווארן צו א העכערע מדריגה, דורך די קדושה פון די מצות החג וואס מען האט מקיים געווען דעם יו"ט דאס האט אים געהייליגט, ער איז שוין נישט די זעלבע פון בעפאר יו"ט, און די קדושה נעמט מען מיט אויף א גאנץ יאר.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט נאך בחינות און עטליכע טייטשן, אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה אין דעם זכות האט הקב"ה נישט געפרעגט קיין קשיות ביי קריאת ים סוף, דאס זעלבע איז בזמנינו אלה פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות און איז משפיע כל טוב, ובפרט פרנסה און שידוכים וואס איז קשה כקריאת ים סוף, בשעת אידישע קינדער זאגן די שירה זאגט דער רבי פון לובלין זיע''א קומען אראפ משה אהרן און מרים און זאגן מיט מיט אידישע קינדער, ווי שיין און וואויל איז דאס אשרינו ומה טוב חלקינו משה אהרן און מרים זענען געווען דא אין ביהמ"ד ביי די שירה, און אז זיי זענען דא ברענגען זיי אראפ אלע ישועות וואס יעדער דארף, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און כל מילי דמיטב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.

- מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:00. און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות, כנהוג.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די שירת הים בהתעוררות רב ובהתלהבות אש.

עליות.
- כהן: ר' מענדל גרשון ברב"ז שווארטץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יוסף אלי' בר"א ביקעל הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו.

- מוסף: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שמעון דוב פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור פילאפף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן בענטשן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א

פארן זמן הדלקה''נ האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט.

ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש, כנהוג. מערבית: הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט ארום 9:10. דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
- הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א אב"ד טאלטשאווע קר''י.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים האבן אידן באקומען א דין בנים למקום און ביי קריאת ים סוף האבן זיי זוכה געווען צו נאך א העכערע מדריגה פון א דין אשה לבעלה, און אויף דעם האבן כלל ישראל געזינגען א עקסטערע שירה וויבאלד דאס איז טייטש אז עס איז חל די חיובי בעל לאשה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און הקב"ה איז מחיוב אויסצוהיילן, געבן פרנסה, און אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שירה, און אום 1:48 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה און געטאנצן בהתלהבות אש א לענגערע צייט.

- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ד ניסן תשפ"ו4/11/2026

נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת הבת שיחי'
אצל נכדו הרב יואל אשכנזי שליט''א
בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, וחתן הגה''צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 60
מעמד מרומם 'מעמד הפייסות וקיום מצוה מסירת מתנות כהונה ע''י כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א יום ג' דחוה''מ במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דינסטאג - ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

- פתיחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' אברהם יעקב לאנדא הי"ו (לאנדאן).
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי).
- שלישי: בעל ברית נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"צ ר' יחזקאל הלברשטאם שליט"א מקנעהניטש.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.

- מוסף: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הביהמ"ד די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הרה"צ רבי יחזקאל הלברשטאם שליט"א מקנעהניטש בן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א וחתן הגה"צ רבי חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען.

- סנדק: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: הגה"צ ר' חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאכן זיידן מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביים די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א און הרה"צ מקענהניטש שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב אשר הלברשטאם שליט"א בן הרה"צ מקנעהניטש שליט"א.
דערנאך האט דער משמש געמאכט די מי שברך כנהוג.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אז ישיר משה' און געטייטשט אז יציאת מצרים איז געקומען בזכות פון מצות מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג - ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה אלי' ליכטענשטיין הי"ו.
- ב"ר ליפא רובינפעלד הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
- שלישי: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- גלילה: הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' שלמה הערש עקשטיין שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בוענאס איירעס.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).

- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א ביקור חג הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח, דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות איבערן מעמד המרומם מסירת מתנות כהונה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 3:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד נהדר ומרומם 'מעמד הפייסות וקיום מצוה מסירת מתנות כהונה' במעמד אלפי אנ''ש.
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען פילע ניגוני יו''ט וניגוני ביאת המשיח והשתוקקות צו די גאולה השלימה.
דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט די סדר הפייסות און ארויפגעריפן הני תרי כהני הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו אז זיי זאלן זיין די ממונים צו מאכן די גורלות וועלכע כהנים זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די מתנות כהונה פון רבינו שליט"א, הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אנגעהויבן מיטן סדר הפייס, ער האט אויסגערופן בואו והפייסו און אלע כהנים חברי אהבת קדומים ובעלי בתים חשובים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן באנק און זיך אויסגעשטעלט אין א גאנצע רינג, דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א אראפגענומען די שטריימל פון הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו צו ווייזן פון ווי די גורל הייבט זיך אן, און דערנאך צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס כמבואר בחז"ל, דער רבי האט אויסגעקליבן די נומער 180 (י' פעמים ח"י) און הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אדורכגעפירט די פייס צווישן די כהנים מיטן אפציילן יעדעם'ס פינגער און ארומגעגאנגען דעם רינג עטליכע מאל ביז מען האט דערגרייכט דעם באשטימטן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען הרה"ח ר' יעקב יואל כהן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר אברהם כהן שליט"א מנאסויד צו דינען אלץ כהן הזוכה.
דערנאך האט דער צווייטער כהן הרה"ח ר' קאפיל הי"ו אדורכגעפירט דעם צווייטן גורל פאר די כהנים יושבי אוהל, ער איז צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס, און דערנאך אראפגענומען דעם שטריימל פון הר"ר יואל ברמ"י מאשקאוויטש שליט"א און אדורכגעפירט דעם פייס אויפן זעלבן פארנעם מיטן זעלבן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען ר' יואל פריעדמאן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו צו דינען אלץ כהן הזוכה.

במשך דעם מעמד האט דער רבי משמיע געווען 4 מאל דב''ק.
דער רבי האט משמיע געווען די ערשטע דב''ק א ברכת הקודש פאר אלע כהנים וועלכע האבן זוכה געווען אנטיילצונעמען אינעם פייס אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו מקיים זיין די סדר הפייסות אינעם בית המקדש השלישי, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צווייטע דב"ק און אויסגעשמועסט די פרטי המצוה און ארויסגעברענגט אז טראץ לויט כמה שיטות גייט נישט אן בזמן הזה די מצוה פון מתנות כהונה זאגט אבער דער מחבר אז והמחמיר תבא עליו ברכה, און ממשיך געווען מיט א טעם אויף די מצוה אז דאס קומט זאגן אז כלל ישראל זאל געבן די מתנות כהונה פאר הקב"ה וועלכע איז א כהן כביכול, 'זרוע' איז די כלי המעשה, 'לחיים' איז די כח הדיבור און די 'קיבה' איז די כח האכילה, מען דארף אוועקגעבן די גוף פאר הקב"ה, נאר טוהן מיט די האנט מצות ומעש"ט, געבן צדקה, גמילות חסדים, און נאר ניצן דאס מויל אויף דאווענען בכוונה, לערנען בהתמדה, און נאר עסן כשר במהודר צו האבן כח צו עבודת יתברך שמו, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז הקב"ה וועט אונז אויך געבן די "זרוע לחיים וקיבה" 'זרוע' יוסף ה' שנית יד"ו, וירא ישראל את הי"ד הגדולה, און הקב"ה וועט אונז אויסלייזן פון גלות און משפיע זיין פרנסה בהרחבה גדולה מתחת ידו הרחבה והגדולה 'לחיים' ברכת ה' היא תעשיר און הקב"ה וועט יעדעם בענטשן בכל מילי דמיטב, 'קיבה' הקב"ה וועט אויסהיילן אלע חולי ישראל.

מען האט אריינגעברענגט די מתנות כהונה די זרוע, לחיים, וקיבה און עס אראפגעלייגט על שלחן הטהור פארנט פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דריטע דב"ק בדברי דרוש בעניני כהונה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פערטע דב"ק ברגש גדול אז מען גרייט זיך צו מקיים זיין אזא חשוב'ע מצוה ברוב עם הדרת מלך און מען גיבט אויף דעם א הודאה אויפן עבר און א תפילה אויפן עתיד מען זאל קענען זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצות ה' מתוך שמחה ואהבה ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים מתוך בריאות השלימות, דער רבי האט אויסגערעכנט אלע כ"ד מתנות כהונה וואס זענען אנטקען די כ"ד ספרי תנ"ך, די מצוה פון מסירת זרוע לחיים וקיבה וואס איז די ניינצנטע פון די כ"ד מתנות כהונה איז אנטקען מגילת איכה, און די סגולה פון די מצוה איז מהפך צו זיין די מגילת איכה מען זאל זוכה זיין צו ביאת גואל צדק און עס וועט ווערן א יו"ט, דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע כהנים מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען באקומען אלע כ"ד מתנות, און א ברכה פארן גאנצן ציבור מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די מסירת כ"ד מתנות כהונה בביאת גואל צדק בב"א.

דער רבי אויסגעשמועסט די שאלות בנוגע די ברכות ביי מסירת מתנות כהונה און די ברכת שהחיינו, דער רבי איז ארויס לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו כהלכה.

דער רבי איז צוריק אריינגעקומען און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די מעשי המצוה, די כהנים הזוכים בגורל האבן זיך אוועקגעשטעלט אויף די צוויי זייטן, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט א לשם יחוד און געמאכט די ברכה ברוך מלך העולם אקב"ו להפריש מתנות בלי שם ומלכות, און דערנאך א ברכת שהחיינו בשם ומלכות בהתעוררות רב, די כהנים זיך אראפגעזעצט און דער רבי האט איבערגעגעבן די זרוע פארן כהן הר"ר אברהם כהן שליט"א, די לחיים פארן כהן הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו און די קיבה (אויף וועלכע מען האט נישט געמאכט קיין פייס צוליב וואס מען קען עס נישט עסן) האט דער רבי אויסגעקליבן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף א לענגערע צייט בהתרגשות גדול, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט.

דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א אויסגערופן אז ע"פ בקשת רבינו שליט"א וועלן אלע כהנים זיך אויפשטעלן און זאגן די פרשה פון ברכת כהנים כדי צו בענטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און די כהנים האבן געזאגט די גאנצע פרשה פון וידבר ה' ביז ואני אברכם אויסצומיידן אלע שאלות.
נאך ברכת כהנים האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די כהנים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך זענען אלע אנוועזנדע כהנים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע כהנים א שטיקל פלייש, מען האט געענדיגט ארום 6:15, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי ווארעם באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צושטאנד צו ברענגען די מעמד נהדר, ובפרט פאר הר"ר ברוך שטערן שליט"א מראשי התאחדות אברכים וומסב''ג, הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, און הר"ר מרדכי קטינא שליט"א וועלכע זענען געשטאנען בראש פונעם גאנצן פראצעדור.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פאר מנחה איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד יו"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בשיכון סקווירא ומו"ל גליון הליכות החיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 9:20 מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה בקו"פ פאר אנ''ש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג - ב' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר שמשון גפן הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי גדלי' שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: בעל ברית ר' מאיר זלמן כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' אלי' פארקאש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.
- גלילה: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא בן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.

- מוסף: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קר"י.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זלמן כהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פאר אריבער א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני עירובין, מקוואות, שחיטה, דער רבי האט אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן דרושים - פסח און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה און מעריב ארום 9:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי יצחק שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרב בנימין ארי' גליק שליט"א מראשי מערכת הכשרות פון די OU השגחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ג ניסן תשפ"ו4/10/2026

ווייז פריערדיגע טעג