בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Monday26 Nissan 57864/13/2026

Report
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- מערבית: הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 9:15. דער ציבור איז אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
- הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד טאהש.
נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן פון די בשר הלחיים פון די מתנות כהונה געברענגט דורך די כהן הזוכה הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו ובנו ר' יואל הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, א חרוסת קוגל געמאכט פון די שיירי חרוסת פון די סדרים ביים רבי'ן געברענגט דורך הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.

- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דר' ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס ניצט תשובה פאר א בן נח.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.

- ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.

יום אחרון של פסח

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
- שחרית: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א - מו"ץ.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם ברי"א לעווי הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הר"ר מרדכי זאב דושינסקיא שליט"א (ב"פ) בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ב"ר מאיר הירש הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מרדכי בער מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור כנהוג.

- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 2:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

נעילת החג

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג.ממען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און א פסח'דיגע טארט געברענגט דורך ר' שלום ברנ"מ ווייס הי"ו, און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט און ניגוני השתוקקות לביאת המשיח.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מה יפו פעמייך בנעלים' און געטייטשט אז בזמן שביהמ"ק היה קיים זענען נתעלה געווארן אלע אידן אפילו די וואס זענען געווען אין א נידריגע מדריגה בבחינת רגליים, בזמן הזה נאך אזא דערהויבענעם יו"ט מיט א הכנה דרבה פון פארדעם, דארף יעדע איד וויסן אז אפילו אויב ער איז א שוואכע איד בבחינת רגליים, איז מען נתקדש און נתרומם געווארן צו א העכערע מדריגה, דורך די קדושה פון די מצות החג וואס מען האט מקיים געווען דעם יו"ט דאס האט אים געהייליגט, ער איז שוין נישט די זעלבע פון בעפאר יו"ט, און די קדושה נעמט מען מיט אויף א גאנץ יאר.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט נאך בחינות און עטליכע טייטשן, אין דעם זכות וואס אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות ביי די עקידה אין דעם זכות האט הקב"ה נישט געפרעגט קיין קשיות ביי קריאת ים סוף, דאס זעלבע איז בזמנינו אלה פרעגט הקב"ה נישט קיין קשיות און איז משפיע כל טוב, ובפרט פרנסה און שידוכים וואס איז קשה כקריאת ים סוף, בשעת אידישע קינדער זאגן די שירה זאגט דער רבי פון לובלין זיע''א קומען אראפ משה אהרן און מרים און זאגן מיט מיט אידישע קינדער, ווי שיין און וואויל איז דאס אשרינו ומה טוב חלקינו משה אהרן און מרים זענען געווען דא אין ביהמ"ד ביי די שירה, און אז זיי זענען דא ברענגען זיי אראפ אלע ישועות וואס יעדער דארף, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און כל מילי דמיטב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.

- מעריב מוצאי יו''ט: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזונטן זומער. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:00. און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, שחרית והלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות, כנהוג.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' חיים ראובן שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די שירת הים בהתעוררות רב ובהתלהבות אש.

עליות.
- כהן: ר' מענדל גרשון ברב"ז שווארטץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יוסף אלי' בר"א ביקעל הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו.

- מוסף: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שמעון דוב פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אביגדור פילאפף הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן בענטשן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים האחרונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א

פארן זמן הדלקה''נ האט דער רבי געצינדן א יזכור לעכט.

ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש, כנהוג. מערבית: הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד. מען האט געענדיגט ארום 9:10. דער ציבור איז אריבער וואונטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
- הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א אב"ד טאלטשאווע קר''י.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז ביי יציאת מצרים האבן אידן באקומען א דין בנים למקום און ביי קריאת ים סוף האבן זיי זוכה געווען צו נאך א העכערע מדריגה פון א דין אשה לבעלה, און אויף דעם האבן כלל ישראל געזינגען א עקסטערע שירה וויבאלד דאס איז טייטש אז עס איז חל די חיובי בעל לאשה פון הקב"ה צו כלל ישראל, און הקב"ה איז מחיוב אויסצוהיילן, געבן פרנסה, און אויסלייזן פונעם ביטערן גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שירה, און אום 1:48 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה און געטאנצן בהתלהבות אש א לענגערע צייט.

- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh24 Nissan 57864/11/2026

Report
דינסטאג - ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

- פתיחה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' אברהם יעקב לאנדא הי"ו (לאנדאן).
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי).
- שלישי: בעל ברית נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"צ ר' יחזקאל הלברשטאם שליט"א מקנעהניטש.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"י מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א.
- גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.

- מוסף: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בהיכל הביהמ"ד די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וחתן הרה"צ רבי יחזקאל הלברשטאם שליט"א מקנעהניטש בן הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א וחתן הגה"צ רבי חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען.

- סנדק: הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א.
- מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- סנדק מעומד: הגה"צ ר' חיים אליעזר מייזליש שליט"א מווייטצען.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאכן זיידן מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביים די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק טארטיקוב שליט"א און הרה"צ מקענהניטש שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב אשר הלברשטאם שליט"א בן הרה"צ מקנעהניטש שליט"א.
דערנאך האט דער משמש געמאכט די מי שברך כנהוג.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'אז ישיר משה' און געטייטשט אז יציאת מצרים איז געקומען בזכות פון מצות מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג - ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר משה אלי' ליכטענשטיין הי"ו.
- ב"ר ליפא רובינפעלד הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
- שלישי: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- גלילה: הר"ר דוד ליכטענשטיין שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ג ר' שלמה הערש עקשטיין שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בוענאס איירעס.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).

- מוסף: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א ביקור חג הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח, דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות איבערן מעמד המרומם מסירת מתנות כהונה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 3:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום מעמד נהדר ומרומם 'מעמד הפייסות וקיום מצוה מסירת מתנות כהונה' במעמד אלפי אנ''ש.
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען פילע ניגוני יו''ט וניגוני ביאת המשיח והשתוקקות צו די גאולה השלימה.
דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט די סדר הפייסות און ארויפגעריפן הני תרי כהני הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו אז זיי זאלן זיין די ממונים צו מאכן די גורלות וועלכע כהנים זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין די מתנות כהונה פון רבינו שליט"א, הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אנגעהויבן מיטן סדר הפייס, ער האט אויסגערופן בואו והפייסו און אלע כהנים חברי אהבת קדומים ובעלי בתים חשובים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן באנק און זיך אויסגעשטעלט אין א גאנצע רינג, דערנאך האט הר"ר אלי' שלמה שליט"א אראפגענומען די שטריימל פון הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו צו ווייזן פון ווי די גורל הייבט זיך אן, און דערנאך צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס כמבואר בחז"ל, דער רבי האט אויסגעקליבן די נומער 180 (י' פעמים ח"י) און הר"ר אלי' שלמה שליט"א האט אדורכגעפירט די פייס צווישן די כהנים מיטן אפציילן יעדעם'ס פינגער און ארומגעגאנגען דעם רינג עטליכע מאל ביז מען האט דערגרייכט דעם באשטימטן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען הרה"ח ר' יעקב יואל כהן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הר"ר אברהם כהן שליט"א מנאסויד צו דינען אלץ כהן הזוכה.
דערנאך האט דער צווייטער כהן הרה"ח ר' קאפיל הי"ו אדורכגעפירט דעם צווייטן גורל פאר די כהנים יושבי אוהל, ער איז צוגעגאנגען צו רבינו שליט"א צו באקומען א נומער פארן פייס, און דערנאך אראפגענומען דעם שטריימל פון הר"ר יואל ברמ"י מאשקאוויטש שליט"א און אדורכגעפירט דעם פייס אויפן זעלבן פארנעם מיטן זעלבן נומער, אלץ זוכה בגורל איז אויסגעקומען ר' יואל פריעדמאן הי"ו וועלכע האט מכבד געווען אביו הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו צו דינען אלץ כהן הזוכה.

במשך דעם מעמד האט דער רבי משמיע געווען 4 מאל דב''ק.
דער רבי האט משמיע געווען די ערשטע דב''ק א ברכת הקודש פאר אלע כהנים וועלכע האבן זוכה געווען אנטיילצונעמען אינעם פייס אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו מקיים זיין די סדר הפייסות אינעם בית המקדש השלישי, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די צווייטע דב"ק און אויסגעשמועסט די פרטי המצוה און ארויסגעברענגט אז טראץ לויט כמה שיטות גייט נישט אן בזמן הזה די מצוה פון מתנות כהונה זאגט אבער דער מחבר אז והמחמיר תבא עליו ברכה, און ממשיך געווען מיט א טעם אויף די מצוה אז דאס קומט זאגן אז כלל ישראל זאל געבן די מתנות כהונה פאר הקב"ה וועלכע איז א כהן כביכול, 'זרוע' איז די כלי המעשה, 'לחיים' איז די כח הדיבור און די 'קיבה' איז די כח האכילה, מען דארף אוועקגעבן די גוף פאר הקב"ה, נאר טוהן מיט די האנט מצות ומעש"ט, געבן צדקה, גמילות חסדים, און נאר ניצן דאס מויל אויף דאווענען בכוונה, לערנען בהתמדה, און נאר עסן כשר במהודר צו האבן כח צו עבודת יתברך שמו, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין אז הקב"ה וועט אונז אויך געבן די "זרוע לחיים וקיבה" 'זרוע' יוסף ה' שנית יד"ו, וירא ישראל את הי"ד הגדולה, און הקב"ה וועט אונז אויסלייזן פון גלות און משפיע זיין פרנסה בהרחבה גדולה מתחת ידו הרחבה והגדולה 'לחיים' ברכת ה' היא תעשיר און הקב"ה וועט יעדעם בענטשן בכל מילי דמיטב, 'קיבה' הקב"ה וועט אויסהיילן אלע חולי ישראל.

מען האט אריינגעברענגט די מתנות כהונה די זרוע, לחיים, וקיבה און עס אראפגעלייגט על שלחן הטהור פארנט פון רבינו שליט"א.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די דריטע דב"ק בדברי דרוש בעניני כהונה, און מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים.

דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די פערטע דב"ק ברגש גדול אז מען גרייט זיך צו מקיים זיין אזא חשוב'ע מצוה ברוב עם הדרת מלך און מען גיבט אויף דעם א הודאה אויפן עבר און א תפילה אויפן עתיד מען זאל קענען זוכה זיין צו מקיים זיין אלע מצות ה' מתוך שמחה ואהבה ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים מתוך בריאות השלימות, דער רבי האט אויסגערעכנט אלע כ"ד מתנות כהונה וואס זענען אנטקען די כ"ד ספרי תנ"ך, די מצוה פון מסירת זרוע לחיים וקיבה וואס איז די ניינצנטע פון די כ"ד מתנות כהונה איז אנטקען מגילת איכה, און די סגולה פון די מצוה איז מהפך צו זיין די מגילת איכה מען זאל זוכה זיין צו ביאת גואל צדק און עס וועט ווערן א יו"ט, דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע כהנים מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען באקומען אלע כ"ד מתנות, און א ברכה פארן גאנצן ציבור מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין די מסירת כ"ד מתנות כהונה בביאת גואל צדק בב"א.

דער רבי אויסגעשמועסט די שאלות בנוגע די ברכות ביי מסירת מתנות כהונה און די ברכת שהחיינו, דער רבי איז ארויס לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו כהלכה.

דער רבי איז צוריק אריינגעקומען און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הכנה מיט גרויס התעוררות, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די מעשי המצוה, די כהנים הזוכים בגורל האבן זיך אוועקגעשטעלט אויף די צוויי זייטן, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט א לשם יחוד און געמאכט די ברכה ברוך מלך העולם אקב"ו להפריש מתנות בלי שם ומלכות, און דערנאך א ברכת שהחיינו בשם ומלכות בהתעוררות רב, די כהנים זיך אראפגעזעצט און דער רבי האט איבערגעגעבן די זרוע פארן כהן הר"ר אברהם כהן שליט"א, די לחיים פארן כהן הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו און די קיבה (אויף וועלכע מען האט נישט געמאכט קיין פייס צוליב וואס מען קען עס נישט עסן) האט דער רבי אויסגעקליבן משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ אויף א לענגערע צייט בהתרגשות גדול, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט.

דער יו"ר הרה"ג ר' שלמה שבתי שליט"א אויסגערופן אז ע"פ בקשת רבינו שליט"א וועלן אלע כהנים זיך אויפשטעלן און זאגן די פרשה פון ברכת כהנים כדי צו בענטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און די כהנים האבן געזאגט די גאנצע פרשה פון וידבר ה' ביז ואני אברכם אויסצומיידן אלע שאלות.
נאך ברכת כהנים האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די כהנים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך זענען אלע אנוועזנדע כהנים אריבער און דער רבי האט פארטיילט פאר אלע כהנים א שטיקל פלייש, מען האט געענדיגט ארום 6:15, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי ווארעם באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צושטאנד צו ברענגען די מעמד נהדר, ובפרט פאר הר"ר ברוך שטערן שליט"א מראשי התאחדות אברכים וומסב''ג, הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, און הר"ר מרדכי קטינא שליט"א וועלכע זענען געשטאנען בראש פונעם גאנצן פראצעדור.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פאר מנחה איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א לכבוד יו"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א מו"ץ בשיכון סקווירא ומו"ל גליון הליכות החיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 9:20 מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה בקו"פ פאר אנ''ש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג - ב' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פארן בר מצוה בחור ב"ר שמשון גפן הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל.

- פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי גדלי' שפיטצער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: בעל ברית ר' מאיר זלמן כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' אלי' פארקאש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.
- גלילה: נכד רבינו הב' יקותיאל יודא בן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.

- מוסף: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קר"י.
מען האט געענדיגט ארום 11:45.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זלמן כהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס פאר אריבער א שעה צייט ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט דעם יו"ט פסח און א שיינע שמועס בעניני עירובין, מקוואות, שחיטה, דער רבי האט אים געגעבן ספרו החדש לב אהרן דרושים - פסח און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה און מעריב ארום 9:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א בן הרה"צ רבי יצחק שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרב בנימין ארי' גליק שליט"א מראשי מערכת הכשרות פון די OU השגחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday19 Nissan 57864/6/2026

Report
שב''ק - א' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה.
- בעל תפילה: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו כנהוג.

- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).
- כל מקדש: נכדו הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'אני חבצלת השרון און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק המראה יחזקאל מקארלסבורג זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ' ניסן.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט סיפורים פון הרה"ח ר' אשר גבאי ז"ל משב"ק ביי רבותיה"ק לבית סיגוט זיע''א.
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

וביום השבת

דער רבי איז אריינגעקומען ארום 10:10.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו הלל.
פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים כנהוג.

- הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב קר"י.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישעי' שלום ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו.
עליות.
- כהן: הבה"ח אשר זעליג ב"ר פנחס פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר יואל בר"ש בערגער שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר שמשון גפן הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א חתן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
- גלילה: הבה"ח משה בהגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.

- מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:25.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען בני הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א.
- ברוך ה' יום יום: הר''ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א.
- ברוך קל עליון: הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א.
- ברח דודי: הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
- שיר היחוד ליום ראשון כנהוג אין די שבתים צווישן פסח און שבועות: נכדו הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א.

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'אני חבצלת השרון' און געטייטשט אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא.

- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר אלימלך עקשטיין שליט"א.
- כהן: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צווארך' און געטייטשט אז אויב פירט מען זיך מיט מידת ענוה איז הקב"ה מוחל אלע עבירות, דורך מצות מילה איז מען זוכה צו מידת ענוה און דאס איז אונזער ארבעט אום יו"ט פסח צו מבער זיין די חמץ שבלב וואס ווייזט אויף גיאות און מען איז זוכה צו מידת ענוה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארטץ הי"ו (לאנדאן).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטן מועד. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל התקדש החג - צווייטע סדר נאכט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה און געזאגט תורה.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, עבדים היינו, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, שאינו יודע לשאול, מתחילה היו עובדי ע"ז, והיא שעמדה, ויהי שם לגוי גדול, ואת עמלנו אלו הבנים, רבי עקיבא אומר, רבי גמליאל היה אומר, מצה זו, שפוך חמתך.

במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך געזאגט די סימנים אויף אידיש.
הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א

ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות צום ערשט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען.

מען האט געגעסן די כזיתים הארט פאר חצות, ביי שלחן עורך האט מען שוין געהעריג מאריך געווען בסעודה, מ'האט אריינגעברענגט אייער כנהוג, און די סעודה אזוי ווי יעדן יו''ט, און דער רבי האט מעיין געװען אין עטליכע ספרים במשך די סעודה.

ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' שניאור זלמן עקשטיין הי''ו.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט דעם טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:55.

נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'צדיקיו יאמרו ל"ו' און געטייטשט אז צדיקים גייען בתר קרי און זיי דרשנען ל"ו מיט א ווא"ו אז אפילו מען האט נאך יעצט נישט גענוג זכותים אבער וויבאלד מען גייט האבן איז עס כאילו מען האט עס שוין יעצט און הקב"ה קען אויסלייזן כלל ישראל.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.

יום ב' דפסח


דעם צווייטן טאג יו''ט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 11:25.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.

- הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א און הרב יואל טייטלבוים שליט"א, בני הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר נחום שמשון שווארטץ שליט"א און הרה"ח ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל ר' מענדל מאיר ברד"י פריעדמאן הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- גלילה: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

- מוסף: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה מנחם ברנ"ש שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
- פיוט ברח דודי: הבה"ח משה האלבערשטאם ני"ו בן הגה"צ רבי אברהם מאיר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.
- אשר הניא: הב' משה יוסף ב"ר יעקב פארקאש הי"ו.
- שושנת יעקב: הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט א קוגל לכבוד סעודת אסתר,

דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות וואס אסתר המלכה האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס איז נאר א חיוב מדרבנן פאר נשים האט הקב"ה אויך מקיים געווען די חיובי בעל לאשה אויסצולייזן א פרוי ווען מען ווערט געפאנגען און אין דעם זכות איז געווען די נס פון פורים.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני פורים.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 5:00.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן האט מען געדאווענט מעריב. מערבית ואמירת הלל: הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 9:20. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן אז גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 11:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

- הוצאה והכנסה: נכד רבינו הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און הרב שמואל צבי הורוויץ שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף בר"מ הירש הי"ו (וומסב''ג).
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך וקריאת השם לבת הנולד אצל:
- ר' מרדכי פריעדמאן הי"ו.
- ר' ישראל וואלף זאבעל הי"ו.
- ר' נתן נטע ברי"ע מארקאוויטש הי"ו.
- ר' אהרן ברא"ה וויינבערגער הי"ו.
- ר' שמעון ישראל ליכטענשטיין הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן בר"א ניישטאדט הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו.

נאך עטליכע מינוט הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מלובש מיטן קיטל און זילבערנעם קאפל און צוגעגאנגען צו מוסף און טל בענטשן בהתעוררות.

- פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב קאפיל בר"מ סימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט.
- פיוט ברך דודי: הבה"ח אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך' און געטייטשט אז מצה איז משפיע אהבת השם און דאס ברענגט אז מען זאל קענען זוכה זיין צו תשובה מאהבה.

- ברכת המזון: נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:45.

נאכמיטאג ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. נאך מנחה האט הרה''ג ר' בערל שליט''א אויפגעטרעטן לטובת דעם יערליכן אפיעל פון כולל שומרי החומות.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך שמיני א' - ערב יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:00. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליקים יעקב בר"ח הכהן קאהן הי"ו.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געטרינקן לחיים בהיכל הביהמ"ד אויף ביר כנהוג און אמציל געווען מברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר.

דערנאך ארום 10:30 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט אז דער חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט כל חמירא און דעם יהי רצון.

נאכמיטאג נאך די מקוה ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צו מצות באקן ברוב עם, בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר די באשטימטע מיירעס. בשעתן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן האט דער רבי מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט'.

דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, און דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת בית האופה.

פון דארט ארום 4:00 איז דער רבי אריבער צו די מצה בעקעריי אויף די געציל בערגער גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען.

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט במתינות מסדר געווען זיינע מצות לכבוד יו"ט.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די קרוב צו 400 חתנים ביידע נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.

פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט, און דערנאך געמאכט אן עירוב תבשילין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️


ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ו בצל הקודש של כ"ק רבינו שליט"א

ערב יו''ט ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט מען געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח כנהוג.
- מערבית: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש ובהתעורורות רב. מען האט געענדיגט ארום 9:45. דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.

פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש צום הייליגן סדר נאכט, מעוטף בטליתו אויפן קיטל, און מיט א זילבערנעם קאפל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים בליל התקדש חג הפסח, כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר שטאקן-ווייז וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט אסאך כוחות און זעלטענע געניטשאפט, אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א דביקות ושמחה של מצוה.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה, און פארגעזאגט 'קדש' און אזוי אלע סימנים בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבותינו הק' זיע''א.

במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 19 מאל דברי תורה, פאר קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, מעשה בר' אליעזר, ברוך המקום, חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, ואתן ליצחק, חשב את הקץ, והיא שעמדה, בדמיך חיי, ר' יוסי הגלילי אומר, ברך, כוס רביעי, שפוך חמתך.

דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות אש קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.

תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הנני מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט דעם גאנצן סדר ההגדה ברגש ובנעימה.

פאר מה נשתנה האט דער רבי צוזאמגעקלאפט די הענט כף על כף כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א ע"פ מנהג בעלזא.

ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אויף אידיש אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.

נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און תיכף געהייסן אריינברענגן דעם אפיקומן און דאס געגעסן פאר חצות מיט א ברען , דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן כנהוג, דורך נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען דעם גאנצן סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דער רבי האט דערווייל מעיין געווען אין פארשידענע הגדות.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.

מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, דער רבי האט געזאגט תורה, און מען האט געעפענט די טיר, נאך די תפילה פון שפוך חמתך וואס האט זיך פארצויגן פאר עטליכע מינוט בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען האט אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין כנהוג, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות ונגוני יו''ט. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג שמיני א' - יום בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אייזיק ליפא פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יודא טייטלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור און די בעלי ברית בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און ארויסגעברענגט אז ביי וואסער זעט מען די טבע אז עס קומט צוריק ארויף צו די זעלבע הייעך פון ווי עס איז געקומען, און דאס לערנט מען זיך אפ פון די וואסער אז אויב מען איז עושה מעשה אבותינו און מען איז מקושר צו די פריערדיגע דורות קען מען אויך זיך הייבן מעלה מעלה, און דאס איז די שמחה ביי מים שלנו, און ממשיך געווען בקול רגש ובכי איבער די געוואלדיגע הרגשים און זכי' וואס מען האט צו קענען מקיים זיין אלע מצות החג, ובפרט מצות אכילת מצה וואס ברענגט אראפ אזויפיל השפעות ברוחניות ובגשמיות, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות וניגוני הכנה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן וואס פליסט פונעם קוואל אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש שלהבת קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:30.

תיכף נאכן מעמד האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר הק' ייטב לב פאר די בחורים וואס האבן ארויסגעהאלפן במשך די לעצטערע וואכן צו צורישן די סדר נאכט בבית רבינו פאר די הונדערטער חתנים תלמידי המתיבתא וועלכע גרייטן זיך מיטצוהאלטן די געהויבענע סדר טיש בצל הקודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday13 Nissan 57863/31/2026

Report
מאנטאג שמיני א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יודא הערש פיש הי"ו.
- ב"ר יואל גאנז הי"ו.
- ב"ר חיים יודא ווייס הי"ו.
- ב"ר חיים מענדל פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים און קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אנדערן שטאק ווי עס געפינט זיך די אוצר הספרים ספעציעל צוגעשטעלט פאר די מלמדים מיט אלע ספרים וואס זיי קענען ניצן לתועלת פון די קינדער, דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע ספרים אין באגלייטונג פון הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים, און דערנאך איז דער רבי אריין אין איינע פון די חדרים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.

ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday12 Nissan 57863/30/2026

Report
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת בעניני החג ובקורת עם ישראל לדורותם, מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 152 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קול פסח תשפ''ו (2)31.0 MB
Report
זונטאג שמיני א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה וויזעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' יואל געלב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי.
- ב"ר אביגדור בר"מ כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר ישראל פארקאש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה בביתו החדש פון הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די דערנעבענדיגן שטח ווי עס וועט בקרוב געבויט ווערן פרישע 300 דירות דורך הרבני הנגיד ר' יחזקאל בראך הי"ו ובניו, און דערביי געהערט א באריכט פון העסקן ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו איבער די פערמיטן וואס מ'האט נארוואס ערהאלטן צו קענען אריינשפרינגן אינעם בוי פראיעקט פאר די הונדערטער דירות אין הארץ פון שטאט וואס וועלן פארקויפט ווערן כפי תקנות רבינו פאר 300 דאלער א סקווער פיס, און דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פאר ר' משה יוסף הי"ו פארן צושטאנד ברענגן די פראיעקט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מבצר הכוללים קרית יואל וועלכע האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די ערשטמאליגע חלוקה ווי די הנהלת הכולל האט פארטיילט א גרויסע סכום פון $2,500 פאר אלע לומדי הכולל וועלכע לערנען שוין אין כולל פאר צען יאר און העכער, דער רבי איז איבערגעגאנגען די ליסטעס א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הכולל.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי ישראל מאיר זאקס שליט"א ראש ישיבת חפץ חיים מאנסי, נכד הגה"ק בעל חפץ חיים זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת צו - שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' אין וומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:30. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם היכל התורה אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג.
- הגבהת הכוס: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א ר"מ בישיבה לצעירים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען דרשנט סמוכין.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, ראה"כ.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ערב פסח.

- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי:
- ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- ר' שמואל שאול מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' רפאל יושע סטרולאוויטש הי"ו.
- ר' שלמה ב"ר יואל רובינשטיין הי"ו.

- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב אברהם רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35.
- ברכות ופסוקי דזמרה: ר' יואל בר"ב לאוב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
עליות.
- כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- חמישי: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: ר' יקותיאל מאיר ווייסמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק יודא פארגעס הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב הי"ו (ירושלים).
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם שלמה ראזענפעלד הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ברוך הערש פליישמאן הי"ו.
דערנאך האט מען געליינט די נשיא כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביים מיטאג סעודה בביתו נאוה קודש האט מען אויפגעגעבן 'קינדל' און 'נאנט' כנהוג אום שבת הגדול, און מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.

ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שבת הגדול דרשה, דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישית, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה אויפן פסוק 'זאת תורת העולה' מיט א לענגערע פלפול אינעם סוגיא פון 'מצות עשה שהזמן גרמא' וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי דרוש און עטליכע טייטשן בדרך אגדה ומוסר.
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון, מען דארף מקיים זיין תורה ומצות מיט א יגיעה און זיך נישט לאזן פון די היינטיגע באקוועמע אידישקייט, דאס איז נוגע ביי יעדע מצוה, לימוד התורה, תפילה, און אזוי אויך ביי חינוך הבנים נישט זיך פארלאזן נאר אויף די מחנכים נאר זיך כסדר נאכפרעגן און מיטהאלטן, קויפן נאר ערליכע מלבושים פאר די קינדער ובפרט יעצט ווען מען האט אריינגעלייגט כוחות צו האבן פאר די אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס ימין ה' רוממה, עומד זיין על המשמר ביי אלע מלבושי נשים, זהירות יתירה ביי ענין פון הכשרים א גאנץ יאר ובפרט פאר פסח ווען עס איז דא צובאקומען אלע מיני מאכלים מיט גוטע הכשרים עס נישט געמאכט פאר אונז מען דארף זיך האלטן צו די מסורת אבות און נישט עסן די אלע מאכלים, בנוגע די כלים הטמאים אפילו איינער האט א היתר זיך צו באניצן מיט דעם איז עס נאר ביי די ארבעט, ווי שעמט מען זיך נישט עס ארויסצונעמען אין ביהמ"ד.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער דעם שווערן מצב אין וואס אחב"י תושבי ארה"ק געפינען זיך און האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט מיטן דארפן כסדר לויפן זיך באשיצן פון די באמבעס, און דאס האט שוין ליידער געקאסט גאר אסאך קרבנות פיזיש און נאך מער גייסטיש רח"ל, רוח הקודש הופיע בבית מדרשינו של רביה"ק זיע''א און דער רבי האט פארגעלערנט פון ספר הק' על הגאולה איבערן היינטיגן מצב, און אנגעוואונטשן אז הקב"ה זאל העלפן אז מען זאל ניצל ווערן סיי פון די רוצחים און סיי פון די מצילים. דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און די גזירת החינוך אין ניו יארק, און צוגעענדיגט מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:25, דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן און אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.

רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:50.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק בקר"י.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל הערש שפיטצער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמד בית מנחם צבי.
- שיר המעלות: הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שאלו תלמידיו את רבי יוסי בן קיסמא אימתי בן דוד בא השיב זאת תורת העולה' און געטייטשט אז דורך מצות מילה ווערט מען דבוק אין הקב"ה און מען באקומט א חיות דקדושה במילא ווערט מען נישט נדחה פון די קדושה און עס ניצט תשובה, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פסח און געזאגט אז מצות מצה האט אויך די סגולה און עס איז משפיע א חיות דקדושה צו זיין דבוק אין הקב"ה און ברענגט אראפ אלע השפעות טובות.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ויואל משה.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א מו"ץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און אנגעוואונטשן 'א גוטע וואך א גוטע חודש און א גוט יו"ט'. מען האט געענדיגט ארום 10:00.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ די בחורים גבאים פון די שלוחי רבינו קאמפיין דורך די תלמידי המתיבתא לטובת די עניי ארץ ישראל איידער דעם מסע הקודש קיין ארה"ק פארגאנגענעם חודש חשון. דער רבי האט פארטיילט א מתנה א הערליכע מצה טאש פאר אלע גבאים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 11:30 האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מרדכי דוב לאקס ע"ה, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
אויפן וועג אהיים האבן זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א רבני וחברי הנהלת קהלתינו הק' פון ירושלים, בני ברק, און בית שמש און האבן זיך גאר שטארק באדאנקט בשם אלע אנ''ש תושבי ארה"ק פאר די גרויסע תמיכה וואס רבינו שליט"א האט אפגעשיקט כמדי שנה בשנה לכבוד יו"ט פסח פאר אלע אנ''ש אין ארץ ישראל, אינעם פאנטאסטישן סכום פון קרוב צו א מיליאן דאלער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday9 Nissan 57863/27/2026

Report
פרייטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שמואל ברא"וו קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"א זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' אברהם מאיר דים הי"ו.
- ב"ר חיים הערש לעווי הי"ו.
- ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צו וויילן שב''ק בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה נטע פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אלעזר אלימלך פארגעס הי"ו.
- ב"ר דוד ביקעל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהל: דער זיידע הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
רבינו שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם, ויקרא שמו בישראל: 'ארי' לייבוש' נאכן זיידן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל רב דביהמ"ד וקרית ויואל משה.
נאכן ברית איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן דער מוהל הגה"צ רבי הערשל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 2:00.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ חברי וועד להוצאת ספרי רבינו וועלכע האבן אריבערגעברענגט די נייע ספר לב אהרן -דרושים אויף יו"ט פסח וועלכע איז היינט ארויס פון דרוק, דער רבי האט עס אויפגענומען מיט א שטארקע שמחה און אפגעראכטן א מסיבת לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די חברי וועד להוצאת ספרי רבינו.

ארום 7:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:40.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין זאב שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מיכאל גראד הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די זמני כניסה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר מאיר סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מיכאל אליהו גבריאל ע'גמי הי"ו.
- ב"ר שניאור זלמן העכט הי"ו.
- ב"ר משה מאלח הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פונעם הייליגן ייטב לב זיע''א אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסירת נפש, און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה זאגענדיג אז זיצן און לערנען איז ישיבה ביז ז' ניסן איז אויך מסירת נפש, און דער רבי האט ממשיך געווען פרעגענדיג די בחורים עטליכע שאלות פון די לימודי הישיבה אין מסכת בבא קמא און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.
- הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי אריבער באולם פרדס חיים אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הרה"ג ר' הערשל שליט"א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי בית סיגוט, דער רבי האט טועם געווען מזונות, פיש, און קוגל און געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יוסף משה שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ד רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר חיים ברוך דיימאנד הי"ו.
- ב"ר אהרן ברי"א זילבערשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אראפ אין היכל התורה 'היכל צבי ויצחק ראזענבערג' ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן פאר א לענגערע צייט און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים בימי בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די 'אנ"ש דקרית יואל' טישל ווי מען נעמט צוזאם חתימות יעדע יאר פאר די פאליטיקאנטן און קאנדידאטן צו קענען לויפן פאר א פרישע טערמין אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטע פון די נעמען פון די קאנדידאטן און די עסקנים האבן צוגעוויזן די נעמען פון די קאנדידאטן וועלכע האבן זיך גאר שטארק ארויסגעשטעלט פאריאר אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א צו טוישן די אלבאני געזעצן לטובת החינוך לשמחת לב פונעם גאנצן יהדות החרדית אין ניו יארק, און דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עסקנים.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי איז אנקומען קיין וומסב''ג און איז צום ערשט אריבער אויף א קביעת המזוזה אינעם נייעם 'מיטב' געשעפט וועלכע פארקויפט די פראדוקטן פאר האלסעיל פרייזן, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערביי געהערט א באריכט פון די בעלי בתים איבער די פילע פעולות צו קענען פארקויפן די פראדוקטן פאר גאר ביליגע פרייזן.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בגודל מעלת החסד וואס מ'טוהט מיט אידישע קינדער און די געוואלדיגע חשיבות פון די געשעפט וועלכע העלפט ארויס הונדערטער משפחות צו קענען קויפן פאר ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בעלי בתים און עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די נייע געשעפט און אנגעוואונטשן עס זאל האבן גרויס הצלחה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלה פון מוסד הק' קרן הצלה לקראת די גרויסע פסח חלוקה להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות און די גרויסע חלוקות פאר די הונדערטער מוסדות, און די חברי הנהלה האבן ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' פון ווי עס קומט אריין די מערסטע געלטער און איז צו פארדאנקען דאס אז רבינו שליט"א איז כסדר מעורר אנ''ש צו שטיצן קרן הצלה מיט גרויסע געלטער, וואס דאס האט געברענגט אז מען זאל קענען פארטיילן גרעסערע געלטער ביי יעדע חלוקה.
דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הרה"ח ר' שלמה יוסף וואלדמאן הי"ו יו"ר ההנהלה א טשעק אינעם פאנטאסטישן סכום פון א מיליאן דאלער! , די חברי הנהלה האבן זיך שטארק באדאנקט און געזאגט אז דאס איז שוין די צווייטע טשעק פון א מיליאן דאלער דאס יאר תשפ"ו וואס דער רבי האט צוזאמגעשטעלט פון נגידי אנשי שלומינו נאך וואס דער רבי האט איבערגעגעבן א טשעק פון א מיליאן דאלער בעת די מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענע חודש כסלו פאר די חנוכה חלוקה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די גאנצע הנהלה.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות און הגדות פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' דוב בער בר"ל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי תיכף אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר משה יחזקאל וועלץ הי"ו.
- ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.

דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת קרן קרית יואל.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק במשנתו פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט, און ממשיך געווען מיט הכנה ליו"ט פסח און מסיים געווען בברכת קדשו.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק מאיר בראווער הי"ו און הרה"ח ר' מתתי' ברמ"ל דייטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם 'מפתח הכשרות' צום בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' אשר זאבעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday5 Nissan 57863/23/2026

Report
זונטאג צו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' קלמן ברא"י גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם עבער שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון רבי אשר עקשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הגאון רבי אשר שליט''א איבערגעגעבן זיין נייע ספר פארן רבי'ן און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- ב"ר שלמה היימליך הי"ו.
- ב"ר ישעי' יצחק ברי"א רובין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אהרן שיינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש וואו ס'איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' שמואל מאיר יואל יאזשעף הי"ו און דער רבי איז געווען סנדק, נאך די ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די מצות וועלכע זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה און פארן געברויך פונעם רבינ'ס סדר טיש אינאיינעם מיט די הונדערטער חתנים כ"י.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז"ל און הר"ר חיים משה אלימלך כ"ץ שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה אלי' ברנ"ש עסטרייכער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"צ גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יעקב שטויבער הי"ו און הרה"ח ר' דוד יצחק קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שלום בר"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י שעהר הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים דרעזדנער הי"ו און הרה"ח ר' בערל הירש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, פאר מעריב האט דער געצינדן לעכט און דאן צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצ' ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אויף שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש תלמידי ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ בהנהלת הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, לרגל די 'ביומו תתן שכרו' קאמפיין פון מוסדותינו הק'.
קבלת שבת: הר"ר אהרן וועבער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון ב"פ און די תלמידי המתיבתא תושבי קר"י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א מנהל הישיבה.
- כל מקדש: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כיון ששמעו ישראל פרשת קרבנות נתיראו אמר להם משה יתעסקו בתורה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון רוב צי ס'איז א וודאי אדער א ספק.

- קה אכסוף: הר"ר ישראל מאיר פערלמאן שליט"א.
- ברכת המזון: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק האוהב ישראל מאפטא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ה' ניסן.
- קה רבון עלם: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ישראל ארי' גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א.
עליות:
- כהן: הר"ר שלמה זלמן מאשקאוויטש שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: ר' אהרן בעק הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- רביעי: הר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מרדכי בר"ח פארקאש הי"ו.
- ר' בנציון ברמ"ב כ"ץ הי"ו.

- שביעי: ר' יואל ברי"ש בראך הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- מפטיר: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- גלילה: הר"ר שלום לוי ווייסמאן שליט"א.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון די צוויי באבע'ס הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל עצי חיים זיע''א וועלכע געפאלט מאנטאג ה' ניסן, און הרבנית חנה ע"ה אשת חבר פון הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א וועלכע געפאלט מיטוואך ז' ניסן.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פארקאש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב כוואן הי"ו (ארגענטינע).
- כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו (בני ברק).
- שלישי: הרה"ח ר' ישראל ווייס הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקרא אל משה' און געטייטשט אז פון דעם אז מען דארף ברענגן א קרבן חטאת אויף אן עבירה בשוגג זעט מען די הארבקייט פון א עבירה אפילו בשוגג, און כ"ש פון א הרהור עבירה במזיד, איז אבער דא א עצה צו עוסק זיין בתורה און דאס איז מציל פון הרהור אסורים און מחשבות אסורים, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום יו"ט פסח ווי מען גרייט זיך צו מקיים זיין מצות תשביתו שאור מבתיכם וואס דאס גייט ארויף אויף די עבירות שבלב, איז יעצט די פאסיגע צייט צו מרבה זיין בלימוד התורה אלץ הכנה צום יו"ט פסח.

-:ידיד נפש: נכד רבינו הרב יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייטן.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:55.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי שיעור ג' פון ישיבה קטנה סניף ויואל משה פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודי הישיבה און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days