בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגי"ג ניסן תשפ"א3/26/2021

בילדער · 3
פראכטפולע "קערה" פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
בילד
פראכטפולע "היסב בעט" פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
באריכט
זמנים בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בימי החג הבעל"ט, זמן מנחה וקבלת שבת ווי יעדע וואך א 3/4 שעה נאכן זמן, 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור בהיכל השלחנות ווי עס וועלן מיטעסן די משפחת הממלוכה און די הונדערטער חתנים וועלעכע קומען מיטהאלטן די סדר, שחרית 6:15, אום 11:30 וועט זיין די מעמד "עסק התורה" פון 3 שעה רצופות בקהילתינו הק' איבער די גארער וועלט עפ"י קריאת הקודש, מנחה וזמירת של"ש 7:00, שחרית ביידע טעג יו"ט ארום 10:30, "די הייליגע סדרים וועלן מיטעסן די הונדערטער חתנים פון אנ"ש תלמידי ישיבתינו הקדושות" אזוי אויך די יו"ט סעודות אלע חתנים וועלעכע קומען מיטהאלטן די סדר, די צווייטע נאכט וועט די רבי אריינקומען צו ספירה בביהמ"ד הגדול ארום 4:00 פארטאגס און דערנאך ממשיך זיין די זמירות פונעם סדר אינעם פאליש שע"י הביהמ"ד.
חג כשר ושמח!
בילד
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביי "שריפת חמץ"
מודעה
ונתן לנו את השבת ונתן לנו את תורתו

לאור קריאת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים שבת הגדול דרשה 'אויסצוניצן די צייט פון שבת ערב פסח, פאר לימוד התורה' וועט פארקומען א גרויסארטיגע סדר הלימוד בקרב קהילתינו הק' איבער דער גארער וועלט, שבת נאכמיטאג, ווי מען וועט זיך צוזאמקומען בבתי מדרשינו אויף א סדר "עסק התורה" דריי שעות ברצופות, זיך צוצוגרייטן כראוי וכיאות צום הייליגן יו"ט פסח, כדי דנימטי טהור להאי יומא.

ברוך המקום ברוך הוא ברוך שנתן תורה לעמו ישראל
באריכט
דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ביים עריכת שלחן הטהור אישפוזא דמשה בסוכה שע"י בביתו נאוה קודש וואס איז מיטגעהאלטן דורך אלפי אנ"ש דורך א לייוו הוק-אפ -איבערן אפשטיפן די מעמד 'ראשית הגז' וואס האט געדארפט פארקומען פארגאנגענעם חוה"מ סוכות:

"..אידישע קינדער דארפן האבן רחמי שמים מדארף נישט צו זאגן יעדער איינער ווייסט די מצב אויף דער וועלט ס'ליידער דא א ביטערע מחלה וואס ס'גייט ארום מ'האט געמיינט מ'האט געהאפט מ'האט מתפלל געווען אז דעי מחלה זאל אפגעטוען ווערן פון כלל ישראל -ס'געווען א שטיק צייט א פארבעסערונג אידישע קינדער האבן געדאנקט דעם הייליגן באשעפער פאר די חסדי שמים- אבער ווי מען זעהט יעצט די מצב 'די תפילה און בקשה אבינו מלכינו מנע מגיפה מנחלתיך אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמיך' זייער א הייליגע תפילה און זייער א וויכטיגע תפילה א בקשה צום הייליגן באשעפער דער רופי חולי ישראל ער זאל זעהן אז יודישע קינדער זאלן זיין געזונט

"ס'הערשט א סכנה אז די רעגורונג אינסטאנסאן זאל אפשפארן בתי מדרשיות אפשפארן ישיבות פארשפארן די תלמיד תורות די בתי חינוך לבנות"
אונז זענען נאך יעצט און א מצב פון "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה" מקען נאך יעצט מתפלל זיין און מען דארף מתפלל זיין אויף דעם סזאל נישט צוקומען צו דעם אז די רעגורונג זאל אפשפארן בתי מדרשות ישיבות ת"ת בתי חינוך
אידישע קינדער זאלן קענען דאווענען כראוי די חיצונים זאלן נישט קענען מעכב זיין תפילות ישראל מדארף אסאך מתפלל זיין אויף דעם

ס'איז אביסל פארשטערט די יו"ט אז מען קען זיך נישט צוזאמ-קומען לכבוד די אישפוזין פון משה רבינו סאיז ווייטאגליך מדארף אבער דאנקען די באשעפער אז מען קען זיין אינדערהיים און מאיז געזונט און מהאט א שמחת יו"ט אינדערהיים
מהאמיר נישט געהאט קיין ברירה מהאט געמוזט ליידער מבטל זיין היי יאר די שמחת בית השואבה לכבוד די אישפוזין עילאון היינט און מארגן און איבער מארגן

"מהאמיר געמוזט מבטל זיין -סגעווען געפלאנט אויף מארגן זייער א שיינע מעמד פון א הייליגע מצוה פון "ראשית הגז זרוע לחיים והקיבה" א זעלטענע מצוה מהאט עס געוואלט מקיים זיין ברוב עם הדרת מלך במעמד א ציבור פון אידישע קינדער וואס פרייען זיך במצוות השם סוואלט געווען א שמחת יו"ט פאר אסאך אידן -אבער צוליב דעם מצב וואס מזעהט א גרויסע הקפדה פון די רעגורונג האט מען נישט געהאט קיין ברירה "און מען האט מחליט געווען אז מען וועט עס אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט" דעס קען מען אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט.

האף מיר אבער בעז"ה אז די תפילות ישראל הושענא רבא שמינו עצרת און שמחת תורה זאל אדורך גיין אומגעשטערט

די אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מקבל זיין די תפילות ישראל בכל מקום שהם אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און דעי וואס זענען נישט געזונט זאלען האבן א רפו"ש מזאל מיר אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק בב"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ראשית גז צאנך תתן לו

דעם ב' דחוה"מ וועט פארקומען די גרויסע מעמד מרומם "מסירת ראשית הגז ושאר מתנות כהנה" דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית מדרשינו הגדול קרית יואל,
מער פרטים פונעם מעמד מרומם וועט נאכפאלגן.

(די מעמד האט געדארפט פארקומען פארגאנגענעם חוה"מ סוכות און איז אפגעשטיפט געווארן לאור המצב)
נייעס
זמנים בצל הקודש היינט ערב שב"ק ויקרא -ערב פסח, תפילת שחרית בביהמ"ד הגדול 8:15, שריפת חמץ ארום 11:00 און פארענט פון ביהמ"ד הגדול, ארום 2:30 וועט די רבי אנקומען בבית האופה אינעם ישיבה קטנה אויף געציל בערגער ביי די צווייטע חבורה ווי די רבי וועט באקן די מצות, מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ פון אמירת הלל אויף קול סאטמאר.
באריכט
קאנסטרוקציע ביי בנין האדיר והמפואר ת"ת "בנין קליין" אין קרית יואל הייבט אן מאסיווער געיעג, "סוף קומענדיגן יאר לויפן די מוסדות אויס פון פלאץ!!!"

ביי אן אסיפת הנהלת המוסדות איז מען מחליט ארויסצוקומען מיט א גרויסער 'קאמפיין' פארן בנין הגדול צו דעקן די 5 מיליאן דאלאר וואס וועט נישט זיין געדעקט נאכן פארקויפן אלע גרויסע זכותים, -אויסנאם שריט לאלפים קעש ראפעל אויף $25,000 פאר נדבני בוני הבית -$1,800

בנין האדיר וועט זיין דער 'גרעסטער בנין להרבצת התורה וואס קרית יואל פארמאגט!!' באשטייענדיג פון אזויפיל ווי 145,000 סקווער פיס!! און וועט אקאמאדירן אריבער 2,000 תלמידים! וועלעכע וועלן לערנען צווישן אירע ווענט יעדן טאג אינעם יאר!!! אנשי שלומינו מתכוננים!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
ואשר הוא עושה ה' "מצליח"

פרייד פאר תושבי וויליאמסבורג צו גרינדונג פון מפעל מצליח צו געבן עצה והדרכה פאר אינגעלייט אנהויב פון פרנסה לעבן, -פרישע רינגעלע אין קייט פון צרכי ציבור דורך "התאחדות אברכים" דקהלתינו הק' וומ"ס.

יש קמח יש תורה
מודעה
אדיר במלוכה

בנין 'בית רחל' אויף בעדפארד קיעפ אין הארץ פון וויליאמסבורג!!

אזוי אויך וועט אויף די ערשטע שטאקן פונעם בנין ווערן אהערגעשטעלט א פראכטפולע גרויסע "חתונה זאל" פאר ביליגע פרייזן!!!
בילד
ר'אה א'נכי נ'ותן ל'פניכם ה'יום ב'רכה

און די יעצטיגע טעג איז ארויס לאור עולם די נייע ספר הק' "לב אהרן" -ויקרא 'דרושים' עה"ת מפום ממלל רברבן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דא צו באקומען און אלע געשעפטן.

קחו ברכה אל בתיכם
נייעס
נעכטן מיטוואך פארנאכטס זענען אלע יתומים פון קהילתינו הק' אריין בקודש פנימה ביי כ"ק אב ורועה נאמן מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, ווי די רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי התחזקות און דערנאך פארטיילט פאר א מתנה פאר אלע יתומים 'געבענטשטע שמורה מצות' און א 'הגדה לב אהרן' וספר 'אמרא טב"א'.

דאנערשטאגי"ב ניסן תשפ"א3/25/2021

בילדער · 4
מעמד "שאיבת מים שלנו" ברוב עם הדרת מלך בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א על פני רחבת בית מדרשינו הגדול בקרית יואל במעמד אלפי תושבי קרית יואל.
באריכט
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

כידוע בספרים הקדושים די גרויסקייט און די השפעות פון שאיבת מים שלנו בשמחה של מצוה ברוב עם הדרת מלך וועט פארקומען היינט יעצט פארנאכטס ליל בדיקת חמץ די מעמד "שאיבת מים שלנו" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד אלפי תושבי ק"י על פני רחבת בית מדרשינו הגדול קרית יואל, די 'בימת הכבוד' וועט זיין אויף די טרעפ פונעם ביהמ"ד, און אויף די זייטן וועט זיין אויפגעשטעלט הויך שטאקיגע פארענטשעס -די גאנצע ציבור וועט קענען דורכגיין שעפן מים שלנו אנגהויבן פונעם שקיעה, -ארום 7:50 וועט די רבי ערשיינען ווי עס וועט געזינגען ווערן נגוני שמחה ודביקות און דערנאך נגוני התעוררות בשעת די רבי הייבט אן די עבודת הקודש, און דערנאך וועט זיך די ציבור משמח זיין 'בתיפום ובמחולות' בשמחה של מצוה, אשר בחר בנו מכל עם!!


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אז רוב נסים הפלאת

היינט דאנערשטאג!! פולקאמע "סי. או." אויף נייע בית רחל "בנין ריספלער" ערהאלטן!!! וועט נתחנך ווערן באלד נאך יו"ט הבעל"ט, אזוי אויך וועט אויף די ערשטע שטאקן פונעם בנין ווערן אהערגעשטעלט א פראכטפולע גרויסע "חתונה זאל" פאר ביליגע פרייזן!!!

אל המנוחה ואל הנחלה
מודעה
המאור הגדול לממלכת התורה

מבצר האדיר ומפואר - "בנין הישיבות" - פאר די ממלכת התורה די 6 סניפי ישיבות קטנות דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג.
ווידיאו
"דער בלאט" לכבוד פסח

קויפט יעצט און דערקוויקט אייך גאנץ יו"ט!!!
בילדפון: Links to go
Find all Links for telegram groups, channel, bots, that you will ever need
🔗
@linkstogo
ווייז פריערדיגע טעג