Wednesday4 Sivan 57865/20/2026
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת חאלאקע פון נכדו בן הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ''ד קול אליהו, חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' אויף 79 פארעסט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
דינסטאג נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יוסף מענדל פרידריך הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע, וואס דער היכל הביהמ"ד פון די ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק הכנה צום יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק ווי עס איז פלאצירט א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קינדער מיט גרויס התרגשות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט ארום 12:20 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו החדש 'עטרת זקנים' אויף פארעסט צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה פונעם ביהמ"ד, דער רבי איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר בנו הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, פאר הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו מגדולי נדבני הביהמ''ד, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די מקוה און דער רבי האט געגאסן די מקוה, און מכבד געווען דעם דיין שליט"א און די נדבני הביהמ''ד צו גיסן די מקוה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד פנחס מרדכי ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים ומנהגי ישראל און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי אברהם בער יאזעפאוויטש שליט"א דומ"ץ מונקאטש וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיך אריבערציען און עפענען בית מדרשו 'פני משה' ע"ש אביו ז"ל בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א איבערגעגעבן א באריכט פונעם מעמד יציקת הבורות אין די מקוה טהרה החדש דקהלתינו בשכונת סאוט אכט וועלכע איז פארגעקומען אין די נאכמיטאג שעות בפיקוח פון הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Tuesday3 Sivan 57865/19/2026
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת התנאים פון החתן משב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים דינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' אין מאנסי, זונטאג אויפדערנאכט באולם וועלי טערעס.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מאנטאג נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל בנימין הירש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון החתן משב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל עקשטיין שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
ארום 11:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.
נאך מעריב זענען אריינגעגאנגן בקו"פ די ראשי העסקנים פון די קרית יואל הויפטקוואטירן וועלכע האבן אהנגעפירט דעם היסטארישן א' ב' קאמפיין פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט זיך זייער באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבייט און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי זיך באדאנקט פאר די חברי וועד בעלי בתים פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ, הרה"ח ר' יואל בערנאטה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די הויפטקוואטירן פונעם קאמפיין אין וומסב"ג, וועלכע האבן אהנגעפירט דעם גיגאנטישן קאמפיין צו א מאקסימום סוקסעס פון אריבער 10 מיליאון דאללאר.
דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט בראש וראשון פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש שווארץ הי"ו, און פאר הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות נמרצות פאר די הצלחה פון דעם קאמפיין, זאגענדיג די מוסדות האט דער פעטער ז"ל מייסד געווען און איך בין זיכער ער וועט מכיר טובה זיין פאר די אלע וואס האבן געארבייט פאר דעם הייליגן צוועק, און פאר אלע נדבנים פונעם קאמפיין, זיי וועלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג נשא א' - ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
- ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
- ב"ר הערשל שטיינבערג הי"ו.
- ב"ר שרגא חיים פעדער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו אין שכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת בית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ח ר' דד עקשטיין הי"ו מראה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער דאס חשיבות פון שטיצן א ביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח פון די נדבנים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.
דאן איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמעון הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם ביהמ"ד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע נדבנים מתושבי השכונה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען גרעסערע סכומים לטובת הביהמ"ד ווי אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן דאלער, אריבער ביי רבינו שליט''א דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות מיט יעדן נדבן באזונדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערביי האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר. דער רבי האט פארלאזט די מסיבה ארום 5:30 און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמעון הי"ו ובני משפחתו.
ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ספעציעל געווידמעט פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן כפקודת רבינו מיטן געבן טויזענט דאלער לטובת מוסדות יטב לב.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם שלום הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ברוך מרדכי רייך הי"ו און הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' עקיבא ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יחאל ישראל ברוך עקשטיין הי"ו.
דערנאך ארום 9:50 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי צו די דינער השנתי 'בכל לב ונפש' פאר מוסדותינו הק' אין מאנסי.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער אין די זאלן פון וועלי טעררעס, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, עס איז פארגעקומען א פראזענטאציע דורך הרה"ח ר' יעקב הערש צין הי"ו אינאיינעם מיט עטליכע קינדער תלמידי מוסדותינו הק'.
דערנאך האט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז שטיצן לימוד התורה פון תשב"ר איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און דאס איז משפיע כל טוב, און ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' וועלכע שטייגט פון יאר צו יאר בכמות ובאיכות אלעס מיט די שווערע ארבעט פון דער רב שליט''א און די געטרייע הנהלת המוסדות, און מעורר געווען אלע אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה און עקסטער ארויסצוהעלפן בויען די פרישע בנינים וואס מען בויעט כסדר, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ"ש, מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות מיט אלע סארט מענטשן, און מען דארף זיכער מאכן זיך צו האלטן אויף די ריכטיגע סטאנדארט ווי עס פאסט פאר א סאטמארע חסיד און פירן די שטוב וויאזוי עס פאסט פאר א סאטמארע חינוך אזוי ווי מען איז מחנך ביי אונז אין די מוסדות, און אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות אז איינער וואס פירט זיך נישט ווי א סאטמארע איד בנוגע צניעות וכו' איז די מוסדות נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער, און די זעלבע אויפגעפאדערט אלע אנ''ש צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, און מסיים געווען מיט הכנה צו יו"ט שבועות און מעורר געווען צו אנהאלטן די מנהג טוב וואס מען האט איינגעפירט די לעצטערע יארן צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות, און אזוי אויך אלץ הכנה צו יו"ט שבועות זאל מען לערנען ספר הק' בני יששכר צו האבן א ריכטיגע קבלת התורה, און גענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אויפן צווייטן שטאק אין ביהמ"ד פון ישיבה ספרינג וועלי, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.
פון דארט ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד זוועהיל בנשיאות האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און די חדרי התפילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים אין די בעכער פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זצ"ל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום הינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די אולם השמחות, דאן איז דער רבי ארויף און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מאציל געווען מברכת קדשו,
ארום 12:20 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
אינטערוועגנס האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן קיין וומסב"ג מיט די ראשי העסקנים פונעם וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב, צו הערן א פונקטליכע רעפעראט פון אהנגייענדן א' ב' קאמפיין פארן יסוד פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח צו הערן דעם פראגרעס פונעם קאמפיין איבער אלע געגנטער, און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

