בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Reports

← Show all

Thursday5 Sivan 57865/21/2026

Video
שְׂאִי סָבִיב עֵינַיִךְ וּרְאִי כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ לָךְ בָּנַיִךְ מֵרָחוֹק יָבֹאוּ וּבְנֹתַיִךְ עַל צַד תֵּאָמַנָה

בנין הגדול והאדיר, תל תלפיות
בית המדרש הגדול דקרית יואל יצ"ו מיט אלע אירע סניפים און היכלים, 8 צוגעלייגטע גאלעריען, און די איבערגעפולטע פארברייטערטע היכלי עזרת נשים, פולקאם צוגעשטעלט און אויסגעלייגט פון וואנט צו וואנט מיט
'אריבער צעהן טויזענט זיצן בליעה"ר' לכבוד יו"ט, פאר די רבבות אלפי אנשי שלומינו ובית יעקב אלו הנשים, הבאים להסתופף בצל הקודש אויפן זמן מתן תורתינו הק'.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Report
דאנערשטאג נשא א' - ערב שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' וואלף ברא"י בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ישראל זאב האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי אלי' מאסרי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים בעריש שפילמאן הי"ו.
- ב"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט פילע אויסלענדישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף שבועות בצל הקודש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי גראסבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר עמרם טירנויער הי"ו.
- ב"ר עזריאל מאיר קאהן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן ווידער הי"ו און הרה"ח ר' אשר שמואל כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday4 Sivan 57865/20/2026

Report
דינסטאג נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ב"ר יוסף מענדל פרידריך הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע, וואס דער היכל הביהמ"ד פון די ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק הכנה צום יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק ווי עס איז פלאצירט א סניף פון מוסד הק' שערי חמלה, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קינדער מיט גרויס התרגשות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פון דארט ארום 12:20 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו החדש 'עטרת זקנים' אויף פארעסט צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה פונעם ביהמ"ד, דער רבי איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר בנו הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, פאר הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו מגדולי נדבני הביהמ''ד, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די מקוה און דער רבי האט געגאסן די מקוה, און מכבד געווען דעם דיין שליט"א און די נדבני הביהמ''ד צו גיסן די מקוה. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד פנחס מרדכי ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים ומנהגי ישראל און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען לביתו נאוה קודש ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי אברהם בער יאזעפאוויטש שליט"א דומ"ץ מונקאטש וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיך אריבערציען און עפענען בית מדרשו 'פני משה' ע"ש אביו ז"ל בשכונת זרע קודש אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ג ר' חיים אהרן שליט"א איבערגעגעבן א באריכט פונעם מעמד יציקת הבורות אין די מקוה טהרה החדש דקהלתינו בשכונת סאוט אכט וועלכע איז פארגעקומען אין די נאכמיטאג שעות בפיקוח פון הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday3 Sivan 57865/19/2026

Report
מאנטאג נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל בנימין הירש הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון החתן משב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו, בן הר"ר יואל עקשטיין שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט געליינט די תנאים, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

ארום 11:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' יושע לייב שטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל - אבד"ק וואלאווע.

נאך מעריב זענען אריינגעגאנגן בקו"פ די ראשי העסקנים פון די קרית יואל הויפטקוואטירן וועלכע האבן אהנגעפירט דעם היסטארישן א' ב' קאמפיין פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט זיך זייער באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבייט און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו, עקסטער האט דער רבי זיך באדאנקט פאר די חברי וועד בעלי בתים פון קרית יואל הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ, הרה"ח ר' יואל בערנאטה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו און האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי טעלעפאניש זיך פארבינדן מיט די הויפטקוואטירן פונעם קאמפיין אין וומסב"ג, וועלכע האבן אהנגעפירט דעם גיגאנטישן קאמפיין צו א מאקסימום סוקסעס פון אריבער 10 מיליאון דאללאר.

דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט בראש וראשון פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש שווארץ הי"ו, און פאר הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן אריינגעלייגט כוחות נמרצות פאר די הצלחה פון דעם קאמפיין, זאגענדיג די מוסדות האט דער פעטער ז"ל מייסד געווען און איך בין זיכער ער וועט מכיר טובה זיין פאר די אלע וואס האבן געארבייט פאר דעם הייליגן צוועק, און פאר אלע נדבנים פונעם קאמפיין, זיי וועלן געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג נשא א' - ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אור החיים בהנהלת הר"ר יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
- ב"ר יצחק חיים שאלילאף הי"ו.
- ב"ר הערשל שטיינבערג הי"ו.
- ב"ר שרגא חיים פעדער הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק פאר די בחורים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו אין שכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת בית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר, עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל בר"ל קרויס הי"ו - חבר הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ח ר' דד עקשטיין הי"ו מראה"ק, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער דאס חשיבות פון שטיצן א ביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח פון די נדבנים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.

דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו.
דאן איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שמעון הי"ו האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם ביהמ"ד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך זענען אלע נדבנים מתושבי השכונה וועלכע האבן זיך אינטערגענומען גרעסערע סכומים לטובת הביהמ"ד ווי אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א מיליאן דאלער, אריבער ביי רבינו שליט''א דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות מיט יעדן נדבן באזונדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערביי האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א - יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר. דער רבי האט פארלאזט די מסיבה ארום 5:30 און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' שמעון הי"ו ובני משפחתו.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 9:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ספעציעל געווידמעט פאר אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן כפקודת רבינו מיטן געבן טויזענט דאלער לטובת מוסדות יטב לב.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם שלום הי"ו ובני משפחתו.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ברוך מרדכי רייך הי"ו און הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' עקיבא ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יחאל ישראל ברוך עקשטיין הי"ו.

דערנאך ארום 9:50 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מאנסי צו די דינער השנתי 'בכל לב ונפש' פאר מוסדותינו הק' אין מאנסי.
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען צום דינער אין די זאלן פון וועלי טעררעס, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, עס איז פארגעקומען א פראזענטאציע דורך הרה"ח ר' יעקב הערש צין הי"ו אינאיינעם מיט עטליכע קינדער תלמידי מוסדותינו הק'.
דערנאך האט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשה.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז שטיצן לימוד התורה פון תשב"ר איז א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה און דאס איז משפיע כל טוב, און ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' וועלכע שטייגט פון יאר צו יאר בכמות ובאיכות אלעס מיט די שווערע ארבעט פון דער רב שליט''א און די געטרייע הנהלת המוסדות, און מעורר געווען אלע אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה און עקסטער ארויסצוהעלפן בויען די פרישע בנינים וואס מען בויעט כסדר, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ"ש, מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות מיט אלע סארט מענטשן, און מען דארף זיכער מאכן זיך צו האלטן אויף די ריכטיגע סטאנדארט ווי עס פאסט פאר א סאטמארע חסיד און פירן די שטוב וויאזוי עס פאסט פאר א סאטמארע חינוך אזוי ווי מען איז מחנך ביי אונז אין די מוסדות, און אויפגעפאדערט די הנהלת המוסדות אז איינער וואס פירט זיך נישט ווי א סאטמארע איד בנוגע צניעות וכו' איז די מוסדות נישט מחיוב אריינצונעמען זיינע קינדער, און די זעלבע אויפגעפאדערט אלע אנ''ש צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים, און מסיים געווען מיט הכנה צו יו"ט שבועות און מעורר געווען צו אנהאלטן די מנהג טוב וואס מען האט איינגעפירט די לעצטערע יארן צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות, און אזוי אויך אלץ הכנה צו יו"ט שבועות זאל מען לערנען ספר הק' בני יששכר צו האבן א ריכטיגע קבלת התורה, און גענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אויפן צווייטן שטאק אין ביהמ"ד פון ישיבה ספרינג וועלי, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.

פון דארט ארום 12:00 איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אין ביהמ"ד זוועהיל בנשיאות האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און די חדרי התפילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים אין די בעכער פון הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זצ"ל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום הינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די אולם השמחות, דאן איז דער רבי ארויף און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און מאציל געווען מברכת קדשו,
ארום 12:20 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
אינטערוועגנס האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן קיין וומסב"ג מיט די ראשי העסקנים פונעם וועד בעלי בתים שע"י מוסדות יטב לב, צו הערן א פונקטליכע רעפעראט פון אהנגייענדן א' ב' קאמפיין פארן יסוד פון מוסדות יטב לב, דער רבי האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח צו הערן דעם פראגרעס פונעם קאמפיין איבער אלע געגנטער, און האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday2 Sivan 57865/18/2026

Report
שב''ק פרשת במדבר - מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אלי' ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
- החתן משה ארי' ב"ר יואל ג'ברא הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. מען האט געענדיגט ארום 10:20. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יחזקאל שרגא כ"ץ הי"ו.
- כל מקדש: הרה"ג ר' נחום לאדינסקי שליט"א - ר"י אור תורה לעיקוואד.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יחיאל ווייס שליט"א (לעיקוואד).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"ע' און געטייטשט אז נאר וויבאלד כלל ישראל האט די מידת האמת מושרש פון יעקב אבינו האט מען געקענט מקבל זיין די תורה, און דאס דארף זיין אונזער הכנה צו קבלת התורה שטארק נזהר צו זיין במידת האמת און זיך נתרחק זיין פון מידת השקר מכל ומכל.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' שלום סטאריק שליט"א (בית שמש).
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער).

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הלכות און סדר פון מצות חליצה וועלכע איז פארגעקומען די וואך, און דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם גאנצן סדר פון די זעלטענע מצוה בכל פרטיה ודקדוקיה.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג)
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנשיל גאנדל הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.
- רביעי: ר' מענדל ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: ר' משה ברח"ד פריעד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' נפתלי הירצקא בר"ה ווייס הי"ו.

- שביעי: ר' שלמה יואל לאקס הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: החתן המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים מנחם לאקס הי"ו (וומסב''ג).

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע, וועלכע געפאלט דינסטאג ג' סיון.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ו' התורה ניקנית במ"ח דברים, דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער טבילה במקוה יעדן טאג, זינגען נאר ערליכע ניגונים ביי חתונות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
דער רבי האט געענדיגט ארום 8:30 און אריין לחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואלבערג הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' דוד יודא קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב"ה תורה לישראל נתקנאו בהם אומה"עש און געטייטשט אז כדי צו קענען פארשטיין די תורה וואס איז עמוק מאוד קען מען נאר אויב מען איז מתפלל, און דאס האט כלל ישראל געטוהן ביים בארג סיני אין שלושת ימי הגבלה, אבער כדי צו קענען מתפלל זיין דארף מען האבן א כשר'ע מויל און נישט ח"ו עס זאל זיין פארשמירט מיט דיבורים אסורים, שקרים, ניבול פה, וכו', און דאס איז אונזער ארבעט שטייענדיג ר"ח סיון דארף מען זיכער מאכן אז מען פארמאגט א ערליכע און כשר'ע מויל מען זאל קענען מתפלל זיין והאר עיננו בתורתיך און קענען זוכה זיין צו הבנת התורה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

צו מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט די וואך פון זקינו הגה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ נאכן וויילן אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 12:10 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' חיים שמואל שפילמאן ע"ה און ווערט אריינגעגעבן יו"ט שבועות אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו אין קרית יואל המורחבת, ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללי הביהמ"ד, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א און די מתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק חיזוק פאר די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד זאגענדיג אז ביי א קליינע ביהמ"ד מאכט אויס די השתתפות פון יעדע יחיד און עס ליגט אן אחריות אויף יעדעם איינעם זיכער צו מאכן אז ער קומט צייטליך צום דאווענען, שטעלט זיך צוזאמען מיטן גאנצן ציבור, וכו', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך ארום 12:50 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו החדש בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג פונעם נייעם צוגעבויעטן פליגל, און דערנאך אריין אויף א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבני השכונה און פאר די מתפללי הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז קבלת התורה קען נאר צוגיין מיט תפילה במילא איז הרחבת גבולי הקדושה פון א ביהמ"ד א גוטע הכנה צו יו"ט שבועות, און ארומגערעדט בשבח פון די מתפללי הביהמ"ד, ערליכע און חשובע מתפללים ווי עס פאסט פאר א סאטמארע ביהמ"ד, דער רבי האט ממשיך געווען בדברי מליצה און נאכגעזאגט א ווארט אויף בבית אלקים נהלך ברגש, ברג"ש איז ר"ת ב'לאטע ר'עגן ג'ליטש ש'ניי, ד.מ. אז גיין אין ביהמ"ד דארף מען אין אלע מצבים, האט דער רבי געזאגט אז בלאטע איז שוין נישט דא היינטיגע צייטן קען מען זאגן אז די ב' גייט ארויף אויף ב'ערג, אז אפילו אויב דאס ביהמ"ד איז אויף א שווערע בארג דאך שטרענגט מען זיך אן צו גיין אין ביהמ"ד, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען פון מאכן מנינים אין די הייזער, עס פעלט דארט דער רג"ש די ווארעמקייט, משא"כ דא אין אזא חשובע ביהמ"ד מיט אזעלכע חשוב'ע מתפללים איז זיכער דא ברג"ש און די תפילות זענען מיט א ווארעמקייט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Friday28 Iyar 57865/15/2026

Report
פרייטאג ערש''ק במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' בצלאל בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה יצחק בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען דער סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א, ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט פאר יו"ט שבועות, און יעצט איז די צייט זיך צו מקבל זיין נעשה ונשמע אז מען גייט מקיים זיין אלע מצות מיט א חשק און א ברען, סיי מצות בין אדם למקום און סיי מצות בין אדם לחבירו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לנכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בן הנולד אצל נכדו הרב אלי' לייב ראזענבוים שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיטן דיין שליט''א און די זיידעס הרבנים שליט"א בסיפורי צדיקים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם יודא רובין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
- ב"ר ארי' דוב פאוועל הי"ו.
- ב"ר חיים דאנא הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ הנהלת מפעל 'תורתו אומנתו' וועלכע זענען עוסק צו מרבה זיין בלימוד התורה אין ארבעטס פלעצער, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פילע פעולות פונעם מפעל און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו און הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו.
- הרה"ח ר' משה יוסף דוב סימאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת תלמוד תורה ובית חינוך לבנות 'לגדל' לחינוך טיפול מיוחד אין מאנסי, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייעם בנין פארן מוסד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט איבער די פעולות פונעם מוסד, און דערביי האבן זיך די הנהלה באדאנקט פאר די הילף וועלכע זיי באקומען כסדר פון מוסד הק' שערי חמלה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן דברי חיזוק פאר די הנהלת המוסד.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday27 Iyar 57865/14/2026

Report
מיטוואך במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר שמואל יעקב טעללער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה יודא שטיינמעטץ הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 10:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא קליין הי"ו.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער איבערגעגעבן א גריס פאר רבינו שליט"א פון ישיבה גדולה שיעור ד' נאכן באזוכן דארט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days