בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ט סיון תשפ"ו6/4/2026

בילדער · 9
אידישע לעיזאן צו פרעזידענט טראמפ און הויכראנגיגע באאמטער אינעם ווייסן הויז 'מארטין מארקס' אינאיינעם מיט הנהלת קרית יואל און עטליכע עסקנים, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש, נאכן אפשטאטן א לענגערע באזוך אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 20
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעת מזוזה ומסיבת לחיים אין די נייע אפיסעס פון 'מפעל אהובים' בהנהלת הרה"ח ר' משה שמואל פרענקל הי"ו.
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' משה שמואל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א היכל הביהמ"ד בבנין הת"ת החדש וועלכע ווערט געבויעט אויף די געציל בערגער גאס אין קר"י, פאר די פאנטאסטישע סכום פון א מיליאן דאלער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךי"ח סיון תשפ"ו6/3/2026

בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היושב ע"פ אחותו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
וועד קרן הבנין פון ביהמ''ד החדש לב אהרן דקהלתינו הק' אין ב''פ בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבנויה.
דערביי איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה בת הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט''א דומ"ץ הביהמ''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
הנהלת ארגון 'רינועל' אינאיינעם מיט עטליכע גרויסע דאקטוירים פון קאלאמביע שפיטאל בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש אין וומסב''ג, ווי מען האט דן געווען און געפרעגט הוראות קדשו אויף פארשידענע שאלות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א דומ"ץ ביהמ''ד לב אהרן וומסב''ג, לרגל נישואי בתו למז"ט, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגי"ז סיון תשפ"ו6/2/2026

באריכט
מאנטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך יודא פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אשר ווייס הי"ו.
דער רבי געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן ליינען צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט אלע קדישים.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך דערציילט עטליכע סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.

אין די פארמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הישיש רבי משה ברייש שליט"א נשיא כולל חלקת יעקב אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון כוללים אמאל און היינט און איבער די הונדערטער אינגעלייט וועלכע לערנען אינעם מבצר הכוללים אין קר"י, דערביי האט רבי משה שליט"א זיך באדאנקט פארן טיפזיניגע סוגיא שיעור וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין כולל חלקת יעקב בעת די מסע הקודש אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט, דער רבי האט אים געגעבן ספרו לב אהרן - חידושי סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקו''פ ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו האט איבערגעגעבן א באריכט איבער די פילע טובות וואס ער האט שוין אויפגעטוהן בעבר פאר אחב"י אין ניו יארק ובפרט פאר תושבי קר"י, און אויסגעשמועסט די פלענער אויפן עתיד לטובת די תושבי קר"י און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א און הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' משה מרדכי גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יוסף חביב ברא"י מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י כאירה הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א - אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע נייע ישובים אין ארה"ק, דער רבי האט דורש געווען בשלום אביו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלטר משה קליין הי"ו.
- הרה"ח ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת קר"י וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר משה בראך הי"ו.
- ב"ר אברהם חיים היילברוין הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
- ב"ר אלי' יעקב זאב בראך הי"ו.
- ב"ר שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יודא סאנדעל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהכיתה הגדולה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שעהנברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי אנגעהויבן צו באנוצן מיטן כסא המלוכה פון אביו הגדול מרן רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וועלכע האט אויף דעם בענקל געפראוועט אלפי אנשי שלומינו במשך לאנגע יארן און ממשיך געוועהן ישועות למען הכלל והפרט, און איז אויסגעפאלן אינעם גורל פון רבינו שליט"א אצל חלוקת הירושה פארגאנגענע וואך.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר משה אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד לאפוש מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' צבי זאב הכהן פריעדמאן שליט"א מו"ל ספרי אוצרות יוסף פון הרה"ק רבי יוסף ענגיל זצ"ל און געברענגט פאר רבינו שליט"א צוויי פרישע בענדער אוצרות יוסף וועלכע איז נארוואס ערשינען, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די ספרים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.

ארום 11:10 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' עזריאל נפתלי בוקסבוים הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א החתן בן לבנו הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:15, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ג ר' מרדכי גרינפעלד שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות.
דערנאך האט האברך ר' משה יהושע ווייס הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און מיט גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, נאכן טאנצן האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן די כלה.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר"י.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו.

ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 10:25. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד.
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב מאיר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכת המזון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט"ז סיון.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת


שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40.
- ברכות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית. און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' חיים קאהן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי החתן נחמן ב"ר יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: אלטא שרה יהודית נאך די באבע הרבנית ממעלבוירן ע"ה.
- חמישי: החתן דוד ב"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א.
- ר' יואל ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו.
- ר' ארי' ב"ר יוסף ווייס הי"ו.
- ר' יוסף ברל"י געשטעטנער הי"ו.
- ר' אייזיק ליפא ברא"ט ווידער הי"ו.
- ר' שלמה מנשה בר"מ פייערשטיין הי"ו.
- ר' יוסף ברח"מ כ"ץ הי"ו.

- שביעי: החתן יושע ב"ר יואל רייך הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן יחזקאל שרגא ב"ר אברהם משה קליין הי"ו - באווארפען.
- החתן מרדכי ב"ר משה יודא ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
- החתן ליפא ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- החתן אברהם בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען.
- החתן אפרים פישל בהר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - באווארפען.
- החתן הערשל ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען.
- החתן יצחק ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו - באווארפען.
- החתן שלום ב"ר משה וואלף קארפען הי"ו.
- החתן אלי' שאול ב"ר אברהם שמעון רייך הי"ו.
- אחרון: החתן משה ב"ר שלום גאלדמאן הי"ו.
- מפטיר: החתן משה בן הר"ר יואל הערש ליכטנשטיין שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' רפאל עקשטיין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג).

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה איז אראפגעקומען א כח צו מגדל זיין ערליכע זוהן און ערליכע טעכטער, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55.
- בעל תפילה: הר"ר שמעון יאזשעף שליט"א (בית שמש).
- הוצאה והכנסה: הרה"ג רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כה תברכו את בני ישראל' און געטייטשט אז מען דארף האבן א שטארקע סייעתא דשמיא אז מען זאל קענען ניצל ווערן פונעם יצר הרע ווען ער פרובירט צו צובע זיין עבירות פאר מצוות, אבער אויב מען איז נזהר נאר צו רעדן אמת און נישט קיין שקרים איז מען זיך מדבק אין יעקב אבינו וואס מדתו איז אמת און מיט דעם כח קען מען בייקומען דעם יצר הרע, אזוי אויך ווען מען זיצט ביי של"ס און מאיז מאריך בזמירות ודברי תורה וואס די סעודה איז אנטקעגן יעקב אבינו באקומט מען אויך א קדושה צו קענען בייקומען די כח השקר פונעם יצר הרע.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

ארום 12:15 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק נאכן וויילן אויף שבק בשכונת חתם סופר אין קרית יואל המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.

דערנאך זענען אריין בקו''פ רבני וחברי הנהלת חברה מצילי אש דקרית יואל איינצולאדענען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע און די פולע פעולות לטובה פון מצילי אש במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר, דער רבי האט געבענטשט מטבעות לשמירה ולהצלחה פאר אלע חברי מצילי אש און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' אברהם ישי קעניג שליט"א רב דביהמ"ד ווארקע לעיקוואד נאכן וויילן אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב בערנאטה הי"ו (מאנסי), דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך זענען אריין חברי הנהלת התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' אין מאנסי איינצולאדענען רבינו שליט"א צום סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג קרח, דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון בתי מדרשינו אין מאנסי און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א חבר הביד"ץ כדתיא לאנדאן ומו"ץ בקהלתינו הק', עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:10 איז דער רבי אריבער צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אויף די מירון גאס, ביים אנקומען האט הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו חבר הנהלת הקריה, געוויזן פאר רבינו שליט"א די פרישע טראקס מיט פילע איינריכטונגען לטובת די תושבי קר"י, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן אריינגאנג צום סטאנציע, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די באטייליגונג פון אלע חברי מצילי אש, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד דינוב ומרבני חברי מצילי אש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת הקריה און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמרך' און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די חברי מצילי אש האבן מיטן מקיים זיין די מצוה פון הצלת נפשות ממש און אזוי אויך הצלת ממון ישראל, און שטארק ארויסגעברענגט לשבח פון די 'קרית יואל מצילי אש' וועלכע פירן זיך ע"פ תורה אויף טריט און שריט כהוראת הדומ"ץ שליט''א ובשבח פון די אנדערע רבני מצילי אש וועלכע לערנען כסדר פאר שיעורים לדעת מה שיעשון, דער רבי האט ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די חברי מצילי אש זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א שומר העיר, האבן שיעורי תורה, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטייען צוהילף אלעמאל און אנגעוואונטשן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו ניצן מצילי אש, און מיט ברכות לרוב.

דערנאך זענען אריבער אלע חברי מצילי אש און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע לשמירה ולהצלחה, מען האט געענדיגט ארום 1:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו לרגל די שמחת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנכ"ל בית שחיטה המהודרת קרית יואל יצ"ו וחבר הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
הרה"צ רבי דוד צבי קאהן שליט''א אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש, בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 6
ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 4
הגאון רבי משה ברייש שליט''א נשיא כולל חלקת יעקב אין בני ברק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מאנטאגט"ז סיון תשפ"ו6/1/2026

בילדער · 15
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א, החתן בן לבנו הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, נעכטן אויפדערנאכט אין די זאלן פון עטרת טשארנא אין מאנסי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגט"ו סיון תשפ"ו5/31/2026

בילדער · 17
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים מוצש''ק אינעם נייעם מצילי אש סטאנציע אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
רבני וחברי הנהלת חברה מצילי אש דקרית יואל בקו''פ כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מוצש''ק בביתו נאוה קודש איינצולאדענען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם פייער סטאנציע אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 6
כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א פון ארה"ק בביקור בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מוצש''ק בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

פרייטאגי"ג סיון תשפ"ו5/29/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין ווידער פאלאטשעק אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר מאיר משה מאשקאוויטש שליט"א. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד 18 ב"פ.
- ב"ר משה יקותיאל שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה ב"ר משה ווערצבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און די קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אין די ברכת כהנים איז מרומז אלע ערליי ברכות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מעורר געווען די קינדער צו נזהר זיין זיך צו פירן מיט מידות טובות סיי בין אדם למקום און בעיקר בין אדם לחבירו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג נשא ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ברוך ברא"ש שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא ענגלענדער הי"ו.
- ב"ר ישראל דוד סעגעדין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ד', א לענגערע שיעור וואס איז געהערט געווארן דורך הוק-אפ פאר אלע תלמידי מוסדותינו הקדושים ולומדי הכולל בכל אתר ואתר, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש בעניני טעכנעלאגיע און מתריע געווען איבער דעם נייעם שעדליכן יצר הרע פון AI וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט די קליפה דורך יעדן טעלעפאון אדער סעלפאון און אפילו מיט א כשר'ע טעלעפאון, און אויסגעשריגן מיט א וויי געשריי אז דער מצב איז נורא ואיום! סיי ביי בחורים, סיי ביי קינדער, און סיי ביי מיידלעך, און אפילו ביי אינגעלייט, אוי לאזנים שכך שומעות! און געבעטן מיט א צובראכן הארץ אז יעדער זאל רחמנות האבן אויך זיך, אויף זיין נשמה, אויף זיינע קינדער, 'כל באיה לא ישובון' און עס איז א מצוה און א פליכט אויף יעדן צו שטיין על המשמר זיך אפצושיידן פון די קליפה בכל החומר.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברע"ד גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ישעי' שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל בר"א סימאן הי"ו און הרה"ח ר' הערשל גאלדבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

ארום 11:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' אליעזר געלב הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזלאטשוב מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה תורה תמימה פון לעיקוואד בראשות הר"ר בנימין מרגליות שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה תלמידי ישיבה משנת התלמוד פון לעיקוואד, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג