בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday29 Nissan 57814/11/2021

Video
קה זכות אבות יגן עלינו

יומא דהילולא קדישא של כ"ק מרן רבינו הקוה"ט זיעוכי"א פארגאנגענעם כ"ו ניסן תשפ"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
יעצט פארנאכטס האט באזיכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש הרב שלום רוקח אייניקיל פון האדמו"ר מבעלזא, ווי די רבי האט אים איבערגעגעבן א ספר הק' לב אהרן.
Notice
מודעה מטעם "מחנה בית רחל" דמוסדותינו הק'
Notice
בקרב קהילתינו הק' מאנסי קומט יעצט אויפדערנאכט פאר די מעמד "פתיחת הזמן" צוגעשטעלט דורך 'התאחדות אברכים' ווי עס וועלן אויפטרעטן בדברי התעוררות והתחזקות בלימוד התורה הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו מאנסי שליט"א און די אורח הכבוד מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, קומט פאר בבית מדרשינו הגדול במאנסי.
Notice
ישמע בערי יהוד"ה קול ששון וקול שמחה
Photo
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים לוי' פון הרבנית מראצפערט בארזיל ע"ה אייניקיל פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע פארגאנגענעם פרייטאג חוה"מ.

Friday27 Nissan 57814/9/2021

Notice
דעם שב"ק נאכמיטאג 'שבת מברכים' וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר לערנען "פרקי אבות" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל בשעה 6:30

אויך אין וויליאמסבורג וועט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר לערנען בבית מדרשינו הגדול.
Report
מתוך דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביים צענטראלן סעודת הילולא פון אביו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע איבער די מלחה און די גזירת החינוך אין ניו יארק.

אין ענין פון גזירת החינוך דא אין ניו יארק, מען קען זאגן געלויבט די הייליגע באשעפער סאיז דא א שינוי לטובה!! מהאט אנגעבינדן א קשר מיט די רעגירונג אינסטאנצן מהאט זיי אנגעהויבן מסביר זיין וואס סמיינט אידישע חינוך, ב"ה סאיז דא א אוזן קושבת! זיי הערן שוין! זיי קיקן שוין מיט א בעסערע אויג! 'אז אונזער חינוך איז א גיטע חינוך, געלונגענע חינוך, און מען דארף גארנישט פארעכטן! זיי הייבן אן צו פארשטיין אז מען דארף זיך רעכענען מיט די תוצאות פונעם חינוך, די פירות פונעם חינוך, וואס מען זעט אז דעי וואס קומען ארויס און שטעלן אויף הייזער זענען מצליח אין לעבן! זיי זענען מצליח אין מסחר! אין פרנסה! און האבן א געליקליכע לעבן! זיי הייבן אן צו הערן!!

עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט מיטן אייבערשטנס הילף אז מען וועט מבטל זיין די גזירה 'אן משנה זיין דעם דרך החינוך אפילו א כל שהוא' און אן גיין אין קאורט

יעדער פארשטייט אוודאי אויב מען מיז גיין אין קאורט מיז מען גיין, אבער 'קיין שום קאורט איז נישט זעכער צו מען וועט געווינען צו חלילה פארלירן' "מען וועט זיך אנשטרענגן אז מזאל נישט צוקומען צו גיין אין קאורט" מען דארף נאך אסאך ס"ד אז מען זאל מצליח זיין אין דעם, די אייבערשטער זאל העלפן און זכות פון די צענדליגע טויזענטער תשב"ר און זכות פון די מייסדי המוסדות זאלן ביישטיין דא אין גלות אמעריקא אז מען זאל קענען מחנך זיין אלע אידישע קינדער חינוך הבנים וחינוך הבנות אויף די דרך וואס מען האט מקבל געווען "אן א שים שינוי".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מתוך דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביים צענטראלן סעודת הילולא פון אביו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע איבער די "הרחבת גבולי הקדושה" בקהילתינו הק'

"גלויבט די הייליגע באשעפער די גבולי הרחבת הקדושה בקהילתינו הק' ווערט פארברייטערט און פארשטערקערט און פארגרעסערט און אלע מקומות"

דא אין 'קרית יואל' האט מען דאס יאר מחנך געווען א נייע בנין, א בנין חדש ומפואר פאר די 'בית רחל' און א נייע בנין א הערליכע בנין פאר די 'תלמיד תורה', דאס ביהמ"ד דא איז פארברייטערט געווארן, אויך אנדערע בתי מדרשים אין די שטאט דא אין ק"י ווערן פארברייטערט און פארגרעסערט.

אין 'וויליאמסבורג' איז נתחנך געווארן 2 נייע בתי מדרשים 'הערליך' -דאס ווארט הערליך איז נישט גענוג- 'מפואר מאד' סאיז נתרבה געווארן די לומדי תורה /מתפללים שבת ויו"ט און אינדערוואכן.

אין 'קרית יואל' בויעט זיך א נייע בנין פאר די ת"ת א 'בנין גדול מאד' חוץ פון דעם בויעט זיך א נייע בנין פאר א ישיבה קטנה.
אין 'וויליאמסבורג' בויעט זיך אויכעט גרויסע שיינע הערליכע בנינים סיי פאר די ת"ת און סיי פאר די ישיבות! מהאפט אי"ה בקרוב דאס צו ענדיגן -בנינים מפוארים מאד!

ב"ה סוואקסט די מוסדות איבעראל!! 'קיקט אויס ווי מען וועט דארפן אין קרית יואל און אין וויליאמסבורג צושטעלן נאך ישיבה קטנות!! ב"ה סוואקסט!! "מען וועט דארפן צושטעלן נאך ישיבות".

פון 'לאנדאן' הערט מען זייער גיטע שמיעות, די הצלחה פון די 'ישיבה' די הצלחה פון די 'היכל הלימוד' גלויבט די הייליגע באשעפער סאיז מלא וגדש מיט לומדי תורה! אין דאס איז אונזער שיינקייט!!

אין 'בארא פארק' איז ב"ה אויך דא גרויס הצלחה סאיז נתחנך געווארן א שיינע בנין אין סטעטנ"ד איילענ"ד פאר די ישיבה, 'כה לחי' סוואקסט און סבליהט!!

אויך אין 'מאסי' הרחיב ה' לנו בחינוך הבנות ווי מען וועט בקרוב בויען בס"ד א שיינע בנין!!

אויף די אלע שמיעות טובות דארף מען מאכן די ברכה 'הטוב והמטיב' מען זעט די גרויסע כח פון די פעטער ז"ל די מייסד הקהילה והמוסדות, די גרויסע כח פון די טאטע ז"ל וואס האט משקיע געווען געוואלדיגע כוחות, סאיז עושה פירות סווערט נתרומם קרן התורה לכבוד שמו יתברך!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday26 Nissan 57814/8/2021

News
שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק:

"..עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט מיטן אייבערשטנס הילף אז מען וועט מבטל זיין די גזירה 'אן משנה זיין דעם דרך החינוך אפילו א כל שהוא' און אן גיין אין קאורט.."

-באריכט וועט שפעטער נאכפאלגן-

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הקדוש פון אביו רביה"ק זי"ע
Photo
הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הקדוש פון זקינו רביה"ק זי"ע
Notice
ווי יאר יערליך קומט פאר ביים צענטראלן יארצייט סעודה לרגל הילולא קדישא של מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע די מגבית לטובת כוללינו 'כולל עצי חיים' וואס די בעל ההילולא האט פערזענליך ווידער-געגרינדעט און אליינס אויסגעהאלטן מידי חודש בחדשו מיט א געוואלדיגע מסירת נפש, און ווערט געפירט דורך בנו כ"ק הגה"צ אב"ד דקהילתינו 15 שליט"א,

מה כאן עומד ומשמש איז ער זיכער דארטן אויבן מכיר טובה פאר אלע זיינע שותפים און תומכים פון זיין כולל.

פועל'ט אלעס גוטס
Photos · 3
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים פוקד זיין די ציון הקדוש פון אביו מרן רבינו הקדוש והטהור זיעוכ"א
Photo
צדיק כתמר יפרח כארז בלנון ישגה

מציבות קדשו של מרן רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זיעוכי"א
News
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט היינט כ"ו ניסן יומדהל"ק פון זקינו רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זיעוכי"א דאווענען תפילת שחרית ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות בהיכל בית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג און נאכן דאווענען אפרעכטן די מסיבת לחיים ווי די רב וועט משמיע זיין סיפורי קודש, אזוי אויך וועט די רב פארטיילן פרסים פאר די תלמידי ישיבה בין הזמנים, נאכמיטאג ווען די רב פוקד זיין די ציון הקדוש.

קה זכות אבות יגן עלינו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
תאו והתכנשו להילולא דרבי

יומדהל"ק 7:00 נאכמיטאג וועט די רבי אריינקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש און יורד זיין לפני התיבה,

7:00 וועט פארקומען די צענטראלע סעודת הילולא וסיום הש"ס בראשות בנו הגדול מ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, במעמד אלפי אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, סעודה הילולא רחבה מוכן לכל הקהל הקודש.

ארום 7:30 וועט די רבי אריינקומען און מעריך זיין שלחנו הטהור, און מאכן די סיום הש"ס און משמיע זיין דברות קודש במשנתו הטהור פונעם בעל הילולא.
מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ אוף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688 ווי עס ווערט צוגעשטעלט טויזענטער ליינס.


תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
רחמנא אידכר לן זכותיה דמשה רעיא מהימנא

יומא דהילולא קדישא 'כ"ו ניסן' של אבינו רועינו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זיעוכי"א בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

תפילת שחרית ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות בבית מדרשינו הגדול קרית יואל בשעה 9:30, פארן דאווענען וועט די רבי צינדן 5 ליכט און דערנאך יורד זיין לפני התיבה, נאכן דאווענען וועט פארקומען די 'מסיבת לחיים' בהיכל הביהמ"ד ברוב עם ווי די רבי וועט משמיע זיין דב"ק דברי הכנה לפני עלי' לציון הקדוש.
ארום 11:30 וועט די רבי פוקד זיין די ציון הקדוש ברוב עם ווי די רבי וועט פארזאגן די תהילים כנהוג און דערנאך די יהו"ר און קדיש, דערנאך וועט די רבי ליינען די קוויטליך און די ציבור וועט זינגן ניגוני התעוררות, "פועלטס אלעס גוטס!!" מען וועט קענען מיטהאלטן די הוק-אפ פון שחרית /מסיבת לחיים /עלי' לציון אוף קול סאטמאר בעק-אפ נאמבער 339-207-8688

קה זכות אבות יגן עלינו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
ונפשו קשורה בנפשו
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע ביים בענטשן על הכוס.
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע ביים מקונן זיין בבכיות נוראות על חרבן בית המקדש ביי מגילת איכה איינע פון די יארן.
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע ביים מאלן ווייץ /זיפן די מעהל /שעפן מים שלנו /באקן מצות /בדיקת חמץ.
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע ביים ערשיינען צום מעמד סעודת הודאה "כ"א כסלו" תשמ"ח -ווערט אויך געזעהן להבחט"א בנו הגדול ומ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע ביים קבלת פנים פאר די חברי בד"צ עדה החרדית -ווערט אויך געזעהן להבחט"א בנו הגדול ומ"מ כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
Video
לרגל ההילולא קדישא

רבינו הקוה"ט הבעל הילולא זי"ע און א חבבית'דיגע שמוס מיט בנו הגדול חביבו ויקירו ממלא מקומו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
Show earlier days