שב''ק בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש בעטהלעהעם ניו העמפשיר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a
…
שב''ק פרשת פנחס בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף דברי יואל
ערש"ק נאך די מקוה האט דער רבי מזכה געווען דעם פת פאר'ן עירובי חצרות וואס ווערט געמאכט ביים ביהמ"ד.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.ַקבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש). מען האט געענדיגט ארום 10:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און מערערע געסט מאנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
- כל מקדש: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א (מאנסי).
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ושם איש ישראל המוכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
- קה אכסוף: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבה.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי שלמה מקארלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"ב תמוז.
- קה רבון עלם: הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר שלמה נח היילברוין שליט''א (קר"י).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו (קר"י).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה שליט''א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו (קר"י).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הבה"ח משה עמרם ב"ר חיים מאיר עהרנטאהל הי"ו (אנטווערפען).
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו (קר"י).
- לוי: הר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט''א.
- שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- חמישי: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו.
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו (מאנטרעאל), דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א.
- הוספות: הרה"ח ר' יוסף הערש גרינפעלד הי"ו.
- חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- הרה"ח ר' מענדל לעבאוויטש הי"ו (ב''פ).
- הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו (מאנטרעאל).
- הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו.
- הב' מאיר דוד ב"ר אברהם מאסרי הי"ו.
- הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א.
- הרה"ח ר' יוסף אלי' לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
- אחרון: ר' חיים אפרים צוויבל הי"ו (קרית טאהש).
- מפטיר: הר"ר יעקב פאגעל שליט"א (קרית טאהש).
- הגבה: הרה"ח ר' אשר מרדכי לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' ישראל בער לעבאוויטש הי"ו (מאנסי).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה וועלכע געפאלט דעם מיטוואך כ"ג תמוז.
- פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אהרן יוחנן גרינפעלד הי"ו (ב''פ).
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:20, מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים
- ברוך ה' יום יום: הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א.
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן' און געטייטשט אז פנחס איז געווען אזוי אויסגעארבעט אז זיינע אברים האבן נאר געקענט טוהן מצוות, און פון דעם וואס ער האט געקענט נעמען די שווערד אין זיין האנט האט ער געוויסט אז עס איז א מצוה צו הרג'ענען זמרי, און דעם כח האט ער באקומען פון אהרן הכהן.
- ברכת המזון: חדבן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 4:15.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
- בעל תפילה: הר"ר יעקב פאגעל שליט''א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו.
- לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א ר"מ בישיבה.
- שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
זמירות ביי של''ס האט דער רבי האט מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל' און נאכגעזאגט פונעם הייליגן תפארת שלמה אז יעדע מצוה וואס א מענטש טוט גייט אדורך די ביהמ"ק, און די זעלבע ח"ו יעדע עבירה גייט אויך אדורך און מאכט א פגם אינעם ביהמ"ק, און נאר אזוי האבן די אומה"ע געקענט האבן א שליטה און חרוב מאכן אזא הייליגע פלאץ, וויבאלד ס'איז נטמא געווארן פון די פילע עבירות וואס מען האט נעבעך געזינדיגט, דער רבי האט ממשיך געווען און ארויסגעברענגט מיט ווייטאג אז ווען מען איז געווען דאס יאר אין ארה"ק האט מען צוגעזען מיט די אייגענע אויגן אז עס איז בעוה"ר אויפגעשטעלט א טמא'נע תיפלה אויפן מקום המקדש און דאס איז אויך נאר וויבאלד דאס פלאץ האט א פגם פון אונזערע עבירות, און דאס איז די סיבה פארוואס עס גייט ארויס יעדן טאג א בת קול אוי לי שהחרבתי את ביתי טראץ מען שטייט שוין ליידער 1,958 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק וויבאלד יעדן טאג ווען מען טוט ח"ו א עבירה ווערט די פגם אויפן מקום המקדש שטערקער, און מעורר געווען יעצט אין די ימי בין המצרים איז די צייט צו תשובה טוהן און אזוי אראפנעמען דעם פגם פונעם מקום המקדש און אזוי וועט מען זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט''א ר"מ בישיבה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי מטאלטשאווע זצ"ל.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הגה"ק מטאלטשאווע זצ"ל.
זמנים לשבת קודש בצל הקודש בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
- זמן הדלקה"נ: 8:19.
- תפילת מנחה: 9:05.
- עריכת שלה"ט: תיכף אחר אמירת גוט שבת.
- שחרית: 9:30.
- זמירות ודברי תורה בסעודת עתיקא קדישא: כשעה וחצי אחר התפילה (לערך 2:45).
- מנחה וס"ג: 9:05.
- זמן מוצש"ק 9:46.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון של''ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
דאנערשטאג פנחס - שבעה עשר בתמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר אלי' ניישטאדט הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר וועזעל הי"ו.
- ב"ר בערל ברד"ל אקער הי"ו.
- ב"ר יודא ארי' לאנדא הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים דף לג: אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן שפעטער אין טאג קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- גלילה: ר' שלום ווייס הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.
ארום 5:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד, ווי דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אויפן וועג לעיר הנופש ניו העמפשיר אין באגלייטונג פון חדב"נ הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א און געציילטע מקורבים, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.
ארום 7:00 האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער שלום נעמען. דערנאך איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום פופצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד ביים זמן ר"ת ארום 9:47, ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט ידידו הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.
- בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה אלי' ברנ"ח עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים האט דער מנהל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קובץ 'עסקי טהרה' מיט חידושים ובירורים פון די תלמידי הישיבה בהלכות מקוואות און רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, אויך האט הב' הבר מצוה ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און די רמ"י ותלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א וועלכע וויילט אויף די זומער וואכן אין קר"י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן - מסכת אבות.
ארום 11:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און דען ריכטיגן צוגאנג צו די מחאות אויף די גזירה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
אויך איז אריין בקו''פ האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט וועלכע קומט פאר חמשה עשר באב הבעל"ט אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר פנחס אהרן שליט"א און פאר נכדו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
דינסטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי יוסף בן הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, חתן הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תורת חסד לאנדאן.
- ב"ר דוד מאיר אדלער הי"ו.
- ב"ר אהרן ברוך אלכסנדר כהנא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, און דערביי שטארק מחזק געווען די וואס קומען ארויס מוחה זיין אויף די גזירה זיך אנצונעמען פאר די כבוד התורה פון די לומדי תורה ובני הישיבות וואס זיצן אין תפיסה נאר צוליב לימוד התורה, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז די מחאות זענען א חילול השם, אדרבא עס איז א קידוש השם! א חילול השם איז ווען מען פארשווייגט אז בני תורה זיצן אין תפיסה, און געענדיגט מיט חיזוק פאר אחב"י בארה"ק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, פארן מנהל שליט"א, און פאר די בר מצוה בחורים ובני משפחתם.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת גלאנצער היושבים ע"פ אמם אלמנת הרה"ח ר' אברהם יעקב גלאנצער ע"ה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים סופר הי"ו ובניו און משפחת סטרולאוויטש, היושבים ע"פ אשתו /אמם / אחותם ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:50 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️