דינסטאגא' אייר תשפ"א4/13/2021
היינט פארנאכטס ר"ח אייר איז פארגעקומען א 'סעודת ר"ח' דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש פאר אלע מנגנים פון די בארימטע 'סאטמאר'ע קאפעליא' -בחצרות קדשינו, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמיסען איבער נגינה די רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה, מיט ברכו נפשי מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין און מיט בענטשן הרה"ח ר' עמרם אקער מראשי השוררים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
האדמו"ר המקובל רבי יאשיהו פינטו שליט"א איז יעצט פארמיטאג געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, יעצט גייט די מקובל ארום מיטן רבין אין די בניני המוסדות והקהילה בקרית יואל.
Twitterסאטמאר'ע נייעס 🌴@TheKipke ראה מה בין בני לבן חמי..mobile.twitter.com/satmara_niyes/…
די רבי איז מכבד מיט בענטשן אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהילתינו 15 שליט"א.
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די פייערדיגע דברי אלוקים חיים -במשנתו של בעל הילולא ובענינים העומדים על הפרק.
במקהלות רבבות עמך בית ישראל די טויזענטער תלמידים פון רביה"ק זי"ע ביים יארצייט סעודה.
סעודת הילולא של מרן רבינו הקוה"ט זי"ע פארגאנגענעם כ"ו ניסן בראשות בנו הגדול ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל.
בילדער דורך: שאט די דאט
מאנטאגל' ניסן תשפ"א4/12/2021
ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען איידערן פוקד זיין די ציון הקדוש.
יומא דהילולא קדישא של מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בצל הקודש פון בנו הגדול ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -ביי תפילת שחרית מיט די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות.
פארנאכטס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך די באנקעט לטובת "מוסדות דשונסקיא עטה"ק" בהשתתפות כ"ק
אדמו"ר מדשונסקיא שליט"א פאר נגידי חסידי סאטמאר ווי עס איז אויפגעטריבן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלאר!!
אשריכם נגידי חסידי סאטמאר!!
#סאטמאר_פאר_טהרות_הקודש!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
כ"ק אדמו"ר מדשונסקיא שליט"א האט נעכטן באזיכט בבית מדרשינו החדש והמפואר בנין בראך אויף בעדפארד פארק אין וויליאמסבורג וועלעכע איז אויסגעשטיגן אלס די צענטראלע מקום תורה ותפילה אינעם געגענט, די רבי האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקיקט אינעם גאנצן ביהמ"ד און באגלייטונג פונעם נדבן הביהמ"ד בונה ומקים עולמה של תורה הרבני הנגיד ר' אברהם בראך, און דערנאך געדאווענט מעריב אינעם ביהמ"ד און געפראוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט אויך אויפגעטרעטן די רב הביהמ"ד הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️