בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday3 Iyar 57814/15/2021

Video
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און א פייערדיגע ריקוד מיטן תורה.
Notice
היינט איז פארגעקומען די "סיום כתיבת ספר תורה" וואס ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק צום ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' וויליאסבורג 'בנין געלבשטיין' דורך הני תרי צנתרא דדהבי הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו מנהל מוסדותינו הק' וומ"ס והשני בדומה לו הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מגדולי עסקני הקהלה "לזכות ולהצלחת מוסדותינו הקדושים" פארגעקומען בביהמ"ד בבנין הת"ת בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
Notice
היינט ג' אייר געפאלט די ערשטע יארצייט פון הגה"צ רבי יעקב אלעזר מענדלאוויטש זצ"ל מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י ורב דביהמ"ד הלכה ברורה, יעצט פארנאכטס קומט פאר די יארצייט סעודה וסיום הש"ס בבית מדרשו הלכה ברורה בקרית יואל.
Video
בכיות נוראות ביים ציון הק' פונעם מופת הדור הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע בשעת נכדו הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א טרעט אויף מיט דברי התעוררות היינט ביומא דהילולא קדישא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעה פאר די צענדליגע עלטערן פון "פרחי החאלאקע' ביים מעמד הדלקה ליל ל"ג בעומר דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
Notice
אור מפלא אור היקוד הם יוקדים

זכותים נשגבים להילולא דרשב"י אצל המעמד ההדלקה רבתי ליל ל"ג בעומר במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א -בקרית יואל, מען קען זיך פארבינדן צו הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער אויף 845-537-0870- אדער צו ר' שלמה מנשה פארגעס 845-200-0691.
Report
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי

"פיבערהאפטיגע הכנות אין קרית יואל צום פייערליכן מעמד הדלקה קומענדיגן דאנערשטאג אמור ליל 'ל"ג בעומר' במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בראשות כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א"

מאסיווע הכנות אין שוואונג דורך הנהלת הקהלה קרית יואל, ראשי עסקנים אין העפטיגע זיצונגען צו אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, מעמד קודש וועט אפגעראכטן ווערן תחת כיפת הרקיע אויפן ריזן שטח הענקי צווישן ביהמ"ד הגדול און מבצר הכוללים - פלאץ וועט אויסגערישט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור המשתתפים - ספעציעלע פלעצער פאר פרויען לענגאויס גארפילד ראוד פון העיס קארט ביז נאכן קאמיוטער פארקינג לאט -לאור המצב וועט מען זיך האלז צו אלע רעגירונג מאסנאמען-

-צענדליגע חאלאקעס וועלן פארקומען דורכן רבין עלטערן פון חאלאקע קינדער ווערן געבעטן זיך צו פארבינדן אויף 845-774-4040 #800

-העפטיגע צוגרייטונגען דורך קרית יואל פובליק סעיפטי צו קאנטראלירן פארקער איבער קרית יואלע גאסן

-פארקינג צענטערן דעזיגנירט ביי ביידע זייטן אריינגאנג צו קרית יואל און ספעציעלע שאטעל-טראנספארטאציע וועט פון דארט פירן דעם מאסן ציבור צו און פונעם מעמד ההדלקה

-באסעס וועלן קורסירן ארום קרית יואל צו פירן דעם ריזן ציבור צום מעמד תושבי קרית יואל ווערן געבעטן צו לאזן די קארס אינדערהיים און קומען צו פיס אדער מיט די שאטעל באסעס

-פלאטע באסעס וועלן שטיין גרייט תיכף נאכן מעמד אהיימצופירן דעם ציבור לאלפים באזונדערע באסעס וועלן זיין פאר מענער און פאר פרויען,

-אפצוקויפן גרעסערע זכותים פונעם מעמד לכבוד התנא האלוקי רשב"י קען מען זיך פארבינדן צו הרה"ח ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול אויף 845-537-0870- אדער צו מוה"ר שלמה מנשה פארגעס הי"ו 845-200-0691.

-מער פרטים און פונקטליכע טראפיק און פארקינג מאפע וועט נאכפאלגן.

למען רבוא רבבן חז ונהרי אש


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
היינט איז געווען אויף א באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס דערנאך האט די רבי ארויסבאגלייט די וויזניץ לאנדאנ'ע רבי.
News
נעכטן דינסטאג איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג מחותנו כ"ק מרן אדמו"ר מדשונסקיא שליט"א וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין ניו יארק, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמוס און דערנאך האט די רבי ארויסבאגלייט די דשונסקיא רבי ביותרת הכבוד.

Wednesday2 Iyar 57814/14/2021

Photos · 5
ופרצת ימה וקדמה

הרחבת גבולי הקדושה בבתי מדרשינו בקרית יואל! -ביהמ"ד 'רב טוב' פארדאפלט! (ווי עס ווערט געבויעט א עקסטערע שטאק פאר א ישיבה קטנה פון די 9(!) סניפים) ביהמ"ד 'אבני צדק - אהל פיגא' פארגרעסערט!.
Notice
והראנו בבנינו ושמחנו בתקונו

הרחבת גבולי הקדושה בקרב מוסדותינו הק' וויליאמסבורג -אפדעיט פונעם גיגאנטישן בנין החדש והמפואר "בנין הישיבות".
Notice
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

הרחבת גבולי הקדושה בקרב מוסדותינו הק' מאנסי -אפדעיט פונעם גיגאנטישן בנין החדש והמפואר פאר די בית רחל.
Photo
בחצרות סאטמאר
Notice
א בליק - די וואך
Notice
בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם

עס איז באשטעטיגט געווארן אז הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה וויילן דעם קומענדיגן שב"ק 'אחרי קדושים' בקרב קהילתינו הק' בארא פארק, מער פרטים וועט נאכפאלנגן.

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, הנה מלכך בא
News
אין א זעלטענע שריט האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט די רבני וחברי 'וועד הכשרות' המהודרת דקרית יואל יצ"ו, יעצט נאכמיטאג ארויסגעלאזט מיט א פריוואטן פליגער צו די פארם'ס פון די 'דבש' מילך קאמפאני אין ניו יארק, מיטצוהאלטן דעם גאנצע מערכת החליבה און פראדוקציע אפאראט מתחילתו ועד סופו, די רבי וועט זיך אי"ה אומקערן למעון קדשו אין קרית יואל אין די שפעטע נאכט שעות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
נעכטן דינסטאג האט -ווי געמאלדן- באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש האדמו"ר המקובל הרה"צ רבי יאשיהו פינטו שליט"א -הויפט רב פון מאראקא, ביי די באזיך האט די מקובל איבערגעגעבן פארן רבין זיינע ספרים 'חזון יאשיהו' -8 בענדער, און די רבי האט אויך געשאנקאן פארן מקובל 8 בענדער פון ספריו הקדושים 'לב אהרן' עס האט זיך פארצויגן א שמוס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרית יואל, דערנאך האט זיך די מקובל פארשפארט מיטן רבין אויף א פריוואטע שמוס, נאכן באזיך איז די רבי ארומגעפארן מיטן מקובל אויף די גאסן פון קרית יואל -ווי די רבי האט אים צוגעוויזן די בניני המוסדות פון די 'תלמיד תורה' און 'בית רחל' און די 'בניני המתיבתא הקדושה' און עקסטער די אנגייענדע ארבעט ביים 'שכונת ויואל משה', דערנאך האט די רבי באזיכט מיטן מקובל אינעם בית השחיטה המהודרת דקהילתינו הק' און דערנאך זיך נאכאמאל פארשפארט מיטן מקובל אויף א קורצע צייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מפעל צדקה וחסד 'ויואל משה' דקהילתינו הק' ירושלים עיה"ק.
Notice
"קמחא דפסחא" דקהילתינו הק' אנטווערפן.
Notice
כולל 'תורה ויראה' דקהילתינו הק' מאנטריאל.
Notice
קהלתינו הק' "קהל ויואל משה דסאטמאר מאנטשעסטער" איז מקבל בברכה די נייע רב אין מאנטשעסטער הגה"צ ר' חיים שרגא פייוול שנעעבאלג שליט"א.
Video
היינט ביים סעודת ר"ח דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די משוררים בחצרות קדשינו.
Show earlier days