בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

פרייטאגכ"ב אלול תשפ"ו9/4/2026

באריכט
פרייטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק וויינער הי"ו.
דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין שלום נעמען א קבוצה בחורי אנ''ש מארה''ק וואס זענען געקומען אויף חודש תשרי בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד בביתו נאוה קודש ארום 8:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר הלל שפיטצער הי"ו.
- ב"ר יחזקאל אביגדור קליין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 10:30 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד, פון ווי דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 12:05 אויפן וועג קיין וואשינגטאן די. סי. צום היסטארישע רבנישע דעלעגאציע באזוך אינעם ווייסן הויז אין וואשינגטאן הבירה, דורך גדולי הרבנים אין שפיץ פון רבינו שליט"א אויף א זעלטענע אסיפה מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.
[זעה עקסטער די פולע באריכט פונעם אסיפה אין די פריערדיגע באריכטן].

ארום 5:05 נאך א קורצע הפסקה אינעם ספעציעלן צימער אינעם עירפארט האט זיך געהויבן דעם רבי'נס פריוואטע פליגער און האט געלאנדעט אין סטוארט לופטפעלד ארום 5:55.

פון דארט איז דער רבי צוריק געפארן אהיים קיין קר"י און תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. אויפצונעמען אנ''ש לקראת הימי הרחמים והרצון.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:50 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה לייב וויטריאל הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יושע ברך וויינער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק' וומסב''ג, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל אברהם וואלף אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' בערל גאלד הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף היוז סט. אינאיינעם מיט די לומדי כולל בוקר שע''י ביהמ''ד סיגוט.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בלייך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבערגעפארן קיין ב"פ צו די יערליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין ב"פ ארום 1:15 איז דער רבי צום ערשט אריבער בבית מדרשינו אויף די 15'טע עוו. מלובש בבגדי שבת צום ברית פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, בן הנולד אצל הרב שמעון טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאסוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד אלעסק לינדען שליט"א.
דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות און דערנאך פארגעזאגט די ברכות וקריאת השם.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. און דער משמש הרה"ח ר' אסף וואהלבערג הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 1:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל כוללינו 'כולל דברי יואל' ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, דערביי איז געהערט געווארן א הוקאפ פונעם סוגיא שיעור בהיכל המתיבתא אין קר"י.
ביים אנקומען אין כולל האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב''פ שליט"א און מיט די חברי הנהלת ורבני הכולל, דער רבי האט אנגעהויבן בשבח פון די לומדי הכולל און געזאגט אז עס איז א שמחה צו קענען פארלערנען א סוגיא שיעור פאר די כולל אינגעלייט, און נאכן שיעור געזאגט דברי הדרכה אז א מענטש טאר נישט אונטערשאצן זיינע מצוות ומעשים טובים נאר וויסן אז יעדע קלייניגקייט יעדע חצי שיעור איז חשוב ביי הקב"ה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 2:20 און דער רבי איז אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.

ארום 4:10 איז דער רבי אנגעקומען בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול צו די זמני כניסה פאר אנ''ש תושבי בארא פארק לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.

ארום 4:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון חצי שיעור און איבער פארשידענע שתדלנות באזוכן דורך פריערדיגע גאונים און צדיקים ביי מלכים ושרים לטובת הכלל והפרט, און דערביי האט ער געוואונטשן פארן רבין צו מצליח זיין ביי די אויפנאמע ביים פרעזידענט יר"ה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

עס האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאונים רבני ודייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקו''פ לקראת די ימי ימים הנוראים הבעל"ט.
צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א, און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו.

ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו פאר א קורצע הפסקה, און נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד און ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו. און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 12:20.

נאך די זמני כניסה ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון 'די לעגעסי' צום שמחת החתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א, החתן בן הר"ר שמואל קליין שליט"א בן הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט''א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א אבד"ק טעטש ב"פ, חתן כ"ק אדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט האדמו"ר מצאנז ז'מיגראד שליט''א ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז די גאס.
ארום 12:40 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברי"ש פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ו'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הצלחה וואס די ישיבה האט געהאט די יאר ווי מען האט געהערט גאר גוטע גריסן פון די ישיבה, און אנגעוואונטשן גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר ברך משה - סוגיות הש"ס פאר אלע בחורים.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו מראה"ק במאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט דעם מי שברך כנהוג.

ארום 1:45 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה.

ביים סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די סוגיא שיעורים זאגענדיג אז נאכן פארלערנען זיבן סוגיא שיעורים האלט מען נאך אלץ ביי א חצי שיעור, און עס איז נאך דא אסאך צו עוסק זיין אין די סוגיא, און געזאגט אז מארגן מיטוואך וועט מען נישט פארלערנען זייענדיג אין בארא פארק און דאנערשטאג אויב וועט זיין א מעגליכקייט וועט מען בעז"ה פרובירן פארצולערנען א סוגיא שיעור, און אויסגעפירט אז בכל אופן זאלן די בחורים זעהן אויסצוניצן די צייט און ענדיגן די וואך מיט לימוד התורה.
נאכן שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:45.

נאך סוגיא איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 4:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:00, און מעריב ארום 10:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אליעזר דוד גליק הי"ו.
- ב"ר ציון עובדי' מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך האט דער רבי פארטיילט א מתנה א לעדערנע סידור פאר א קבוצה בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט טויזענט דאלער פאר קופת זכרון משה להחזקת מוסדות עטה"ק בארה"ק.

ארום 1:45 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:35.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה אקערמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 9:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שניאור פייוויש וועבערמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"צ ר' נפתלי מנחם ווייס שליט"א אדמו"ר מספינקא בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט איינע פון די לויערס פונעם מרכז ר' משה וויינבערג הי"ו וועלכע העלפט ארויס די צענדליגע בחורים און אינגעלייט וועלכע שמאכטן ליידער אין די מיליטערישע תפיסות זיי ארויסצוראטעווען פון תפיסה, ובפרט מיט'ן מחזק זיין און גרינגער מאכן בשעת'ן שמאכטן אין תפיסה, און העסקן ר' וועלוול קופטשיק הי"ו פון בית שמש מגדולי עסקני המרכז, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דעם שווערן מצב מיט די צענדליגער בחורים און אינגעלייט וועלכע זיצן אין די תפיסות און איבער די הילף וואס מען שטעלט זיי צו אין די צייט וואס מען זיצט אין תפיסה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"א אלול תשפ"ו9/3/2026

באריכט
ערשטע באריכט מיט טייל פרטים:


לפני מלכים ושרים יתיצב, לב מלכים ושרים ביד ה'

היסטארישע רבנישע דעלעגאציע באזוכן אינעם ווייסן הויז אין וואשינגטאן הבירה,היינטיגן דאנערשטאג נצו''י, דורך גדולי הרבנים אין שפיץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א זעלטעענע אסיפה מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.

אום 12:59 האט דעם רבינ'ס פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם DCA עירפארט אין וואשינגטאן די. סי.
אין עירפארט האט אפגעווארט קאנגרעסמאן פעט רייען פון קרית יואל געגענט צו באגריסן דעם רבי'ן.

דער רבי איז צוגעפארן א קורצע וועג פון 10 מינוט צום ווייסן הויז, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:35.

דער רבי איז אריין אינעם רוזעוועלט צימער אין באגלייטונג פון מיט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, און די משמשים בקודש הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, און הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו מראשי הנהלת הקרי' קר''י.
תיכף ביים אהנקומען האט דער רבי זיך באגריסט מיט 'אלע' אנוועזענדע רבנים, און דאן זיך אראפגעזעצט צו אן אסיפה מיט די העכסטע אדמיניסטראציע באאמטע, ווי מען האט אדרעסירט אלע אידישע אינטערעסן פון דאהי און פון איבעראל.
די אנוועזענדע רבנים הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר''י לעיקוואד כ''ק אדמו''ר מוויזניץ מאנסי שליט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א האדמו''ר מהרז''ל שליט''א און הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א, אויך איז אנוועזענד געווען קאנגרעסמאן מייק לאוער וועלכע האט שטארק געארבעט פארן באזוך.

הרה''ח ר' יואל ראזענפעלד הי''ו מגדולי עסקני באבוב האט געעפנט די אסיפה און אדרעסירט געוויסע נושאים, צווישן אנדערע וועלכע האבן גענומען דאס ווארט במשך האסיפה איז געווען די חשובע רבנים ובראשם כ"ק רבינו שליט''א, אבד''ק וומסב''ג שליט''א, הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו, הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער הי"ו מעיר דשיכון סקווירא, הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו, העסקן ר' יודא לייב זארגער הי"ו, העסקן ר' משה מארגארעטן הי"ו, און מען האט אויסגעשמועסט אסאך וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע בכלליות פארן יהדות החרדית און ספעציעל פאר אידן אין ניו יארק און ניו דזשורזי, מיט די אנוועזענדע באאמטע.

עקסטער האט הרה"ח ר' גדלי' ארויסגעברענגט די געברויכן פון די אריבער 50 טויזענט נפשות כ"י מתושבי קרית יואל יצ"ו און אדרעסירט די פראבלעמען מיט וואס די אדמיניסטראציע קען זיין בייהילפיג.

נאך א לענגערע צייט איז דער ווייס פרעזידענט דזשעי די ווענס יר"ה אריינגעקומען און זיך באגריסט מיט די רבנים און עסקנים, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

דערנאך איז רבינו שליט''א אין באגלייטונג פון הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו אריין גערופן געווארן עקסטער צום פרעזידענט יר''ה אויף א פריוואטע אסיפה פאר אירוע צייט פון בערך 15 מינוט, איבער פדיון שבויים אנגעלעגנהייטן.
דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיטן פרעזידענט און האט פערזענדליך אויסגעשמועסט די וויכטיגע נושאים מיטן פרעזידענט יר"ה, דער פרעזידענט האט מיט א קענטיגע הערצה לכבודו פון רבין שליט"א, משיב געווען און אויסגעשמועסט די ענינים בטוב טעם ודעת.

נאך די פריוואטע אסיפה זענען די איבעריגע אנוועזנדע רבנים אינאיינעם מיט הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער הי"ו מעיאר פון שיכון סקווירא און הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן הי''ו אריין גערופן געווארן זיך טרעפן מיטן פרעזידענט אינעם אוועל אפיס.

רבינו שליט''א וועלכער איז געווען שוין דארט פון פריער, האט אויסגעווארט ביז אלע איבעריגע רבנים האבן זיך יעדער עקסטער באגריסט מיטן פרעזידענט.
דאן האט זיך רבינו שליט"א, וועלכער איז געזעצן הארט אנטקעגן איבער דעם פרעזידענט אין צענטער פונעם אוועל טיש, אינאיינעם מיט אלע אנוועזענדע רבנים ארום דעם טיש, זיך אויפגעשטעלט און האט פארגעזאגט די תפלה לשלום המלכות 'הנותן תשועה למלכים' און דערנאך מכבד געווען הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו צו איבערטייטשן אין ענגליש.

דער פרעזידענט האט מיט א קענטליכע התרגשות געהייסן מ'זאל תיכף ארויף רופן זיין איידעם דזשערעד קושנער שיחי', זאגענדיג: 'ער מוז דא זיין ווען אזאלכע חשובע געסט זענען דא'.

נאך די תפלה האט דער רבי געזאגט אפאר ווערטער לכבודו פונעם פרעזידענט, און זיך באדאנקט פאר זיין באוואוסטע פארארדענונג צוריק צו עפענען די בתי מדרשים און מוסדות ביי די ביטערע קאוויד תקופה, און ממשיך געווען מיט אנדערע נושאים למען היהדות החרדית.

דאן האט גענומען דאס ווארט אויף געציילטע מינוט הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א און איבערגעגעבן פארן פרעזידענט א בריוו פון זיין טאטן. אויף וואס דער פרעזידענט האט זיך נאכגעפרעגט בשלום אביו האדמו"ר שליט"א.

דערנאך האט דער רבי אינאיינעם מיט די אנדערע רבנים שליט"א ממשיך געווען דעם שמועס מיטן פרעזידענט איבער פארשידענע נושאים וואס איז נוגע דאס יהדות החרדית בארץ ובגולה.

דער רבי האט פארבעטן הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ר"י בית מדרש גבוה לעיקוואד צו זאגן אפאר ווערטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט ענדערש איבערגעגעבן א פריוואטן בריוו פארן פרעזידענט איבער פארשידענע ענינים.

אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פונעם רבי'ן זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיטן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שיפלאד.

נאך א לענגערע צייט פון קרוב צו א האלבע שעה האט מען זיך פריינטליך אפגעזעגענט פונעם פרעזידענט און זיך באדאנקט פאר די שיינע אויפנאמע.

אינדרויסן ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי געזעגנט בברכת השנים פון די אנוועזענדע רבנים און געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מאנטאגי"ח אלול תשפ"ו8/31/2026

באריכט
זונטאג נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א.
- ב"ר נפתלי הירצקא הורוויץ הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פונפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישראל שלום בשכונת ויואל משה צו די סיום חמשה חומשי תורה דורך די תלמידי כתה ה' פון מוסדותינו הק' סניף בנין מארקאוויטש בהנהלת הר"ר משה ארי' מארק שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס איז פארגעקומען די פארהער אויף חמשה חומשי תורה דורך דער מלמד הר"ר אהרן ברי"י וויינשטאק שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים, הנהלה, און קינדער, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה ווען אזויפיל קינדער זענען מסיים חמשה חומשי תורה מיט א שטארקע בקיאות, און לערנען אין א מסגרת ווי מען ניצט אויס יעדע מינוט אויף לימוד והבנת התורה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' הלל אלימלך שפיטצער הי"ו און הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
- הרה"ח ר' יצחק ליפא גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו.
- הרה"ח ר' יודא הערש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב שב"ק נאכמיטאג ארום 6:00 איז דער רבי אריבער צו די נייע 'מכובד זאלן' בביתו נאוה קודש אויף איהעל ווי עס איז די וואך צום ערשטן מאל פארגעקומען פיר שמחת שבת שבע ברכות אויף די מכובד סטאנדארטן פאר די ביליגע פרייז פון $2,700, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף אלע זאלן און דערביי געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די גרויסע סוקסעס פון די נייע זאלן ווי ס'איז שוין דא איבער 100 בוקינגס שטייענדיג קוים א חודש נאכן אנהייבן אננעמען שמחות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו.
- החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו.
- החתן ישראל מאיר ב"ר יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.

ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג).

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברים העומדים על הפרק, איבער די הזמנה וואס מען האט באקומען די וואך פונעם ווייסן הויז אריבערצוקומען זיך צו טרעפן מיטן פרעזידענט יר"ה, דער רבי האט געזאגט אז מתחילה האב ער עס אפגעזאגט זאגענדיג אז עס איז בכלל נישט קיין גדולה צו זיצן מיט א גוי אז מען זאל אוועקגעבן אזויפיל צייט פאר דעם, ובפרט אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול און מען דארף זיך גרייטן צו די ימים נוראים און פארלערנען שיעורי סוגיא 'חצי שיעור' בהיכל הישיבה, אבער וויבאלד מען איז געקומען זאגן אז עס קען ארויסקומען א הילף פאר אחב"י וועלכע זענען בעת צר האט מען אפגעמאכט אז מען גייט יא פארן און האפענטליך וועט מען קענען פועל'ן וואס מען דארף, דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו די בחורים אז מען זאל נישט ליגן אין די נייעס און זיך נישט קאכן אין דעם כדרכו של בחורים, נאר מען זאל עוסק זיין אין די סוגיא פון חצי שיעור, און ממליץ געווען אז איין שיעור אין די סוגיא פון חצי שיעור איז מער ווערד פון די גאנצע מעשה. דערויף האט מען ממשיך געווען מיט פייערדיגע נגינה 'אשר בחר בנו מכל עם'.

- כל מקדש: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז וויבאלד כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה און די הלכה איז אז האשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור, במילא איז כלל ישראל אויך פטור טראץ וואס מיט יעדע עבירה איז מען פוגם בעולמות העליונים.

- קה אכסוף: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א מסעקלעהיד ב"ב.
- ברכת המזון: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג כ"א אלול.
- קה רבון עלם: הרה"צ ר' שלום לייפער שליט"א אב"ד דינוב בית שמש.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יושע בר"ח קארנבלי הי"ו.
- אז ביום השביעי: הר"ר משה אלי' גרין שליט"א (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דניאל בוכינגער הי"ו (מאנסי).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' מאיר סימאן הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו - באווארפען.
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו.
- שלישי: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
- רביעי: החתן חיים שלום ב"ר אברהם אלי' פויגעל הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן משה ב"ר יחזקאל טעללער הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' חיים הערש גלאנצער הי"ו.
- ר' מענדל בר"ב קליין הי"ו.

- שביעי: החתן ב"ר יואל בר"א גוטמאן הי"ו.
- הוספות: החתן יושע ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
- החתן דוד אלי' ב"ר יואל ברמ"ש ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- אחרון: החתן קלמן אליעזר ב"ר מאיר זאלדאן הי"ו.
- מפטיר: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יודא ארי' מאשקאוויטש הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.

ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב דוב לעווי הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אליעזר דוד אינזליכט הי"ו.
- שלישי: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שטוהל הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז אויב מען האט א חיות דקדושה ווערט מען אנגערופן א בעל חי זאגט מען נישט נראה ונדחה אינו חוזר ונראה, און אזוי ניצט תשובה, דאס איז מען מתפלל 'כתבינו בספר החיים' מען זאל ווערן אנגערופן א חי און נישט ווי רשעים בחייהם קרואים מתים, און נאכגעזאגט פון רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט די קטורת פארמאגט צוויי סגולות, עשירות און המנעת מיתה, און בזמנינו אלה זענען די צוויי סגולות אריבער צו מצות קרי"ש, דורך מצות קרי"ש איז מען זוכה מען זאל נישט ווערן אריינגעשריבן אין די ספרי מתים נאר מען זאל ווערן אנגעריפן א בעל חי און עס זאל ניצן תשובה, און מעורר געווען יעצט אין די צווייטע האלב פון חודש אלול זיך מאכן א חשבון הנפש וואס מען האט שוין אויפגעטוהן די ערשטע האלב חודש, און נזהר צו זיין צו ליינען קרי"ש כתיקונה און אזוי זוכה זיין צו תשובה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס אום געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:40.

ארום 12:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס מיט חתנו הרה"ח ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו איבער פארשידענע דירות פראיעקטן אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מען האט געזינגען ניגוני שמחת התורה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני סופרות און זכרונות פון הרה"ח ר' אהרן פאללאק ע"ה - סופר מומחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' נפתלי אלימלך רייך שליט"א אב"ד פשעווארסק אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הגה''ק הייטב לב זיע''א און דערביי האט ער געוויזן פאר רבינו שליט"א א כתב מיט אן ארגינעלע חתימה פונעם ייטב לב אין וואס דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי 'מפעל חזקת טהרה' שע"י וועד המקוואות דבית הוראה קר''י וועלכע פארן ארום געבן השגחות אויף פילע מקוואות איבער גאנץ אמעריקע, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות להרבות טהרה בישראל און דערביי אנגעפרעגט פארשידענע הוראות איבער וויאזוי זיך צו פירן ביי פארשידענע אופנים, און דער רבי זיי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' בכל אתר ואתר, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ עסקני וועד לטהרינו און איבערגעגעבן א באריכט איבער די קאמפיין אין מבצר הכוללים ארויפצוגיין א דרגה בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט איבערגעקוקט די קבלת טובות און די רשימה פון די הונדערטער אינגעלייט וועלכע האבן זיך מקבל געווען נישט צו פארמאגן קיין טעקסט, און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל אודיטאריום צו די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ט' פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל בליעה''ר כ''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים.
עס איז פארגעקומען א בחינה פומבי דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג, אויף גאנץ מסכת קידושין, און דערביי האט דער רבי אויך געפרעגט פילע שאלות פון די בחורים אויף וואס די בחורים האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת, דערנאך האבן די בחורים צוזאמען אדורכגעלערנט די גאנצע מסכת.
צו מאכן דעם סיום איז מכובד געווארן נכד רבינו הב' יוסף בן הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א -רב דביהמ"ד קול אליהו, און מיטן זאגן דעם הדרן נכד רבינו הב' אלימלך בן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, און מיטן זאגן קדיש הרה"ח ר' פישל ב"ר יעקב ישראל פריינד הי"ו, דערנאך האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר די מנהלים הר"ר יואל שפיטצער שליט"א און הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א, און דערנאך משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל בחורים זענען מסיים א מסכת, און געזאגט אז עס זענען דא 408 בחורים אין כתה ט' וואס דאס איז בגי' "צום קול ממון" ווען 408 בחורים זענען עוסק בתורה איז דאס מעורר צום קול ממון און מען איז זוכה צו א כתיבה וחתימה טובה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד צאנז קק"י היושב ע"פ אחיו הגה''צ ר' ברוך ז"ל אדמו"ר מצאנז ב"פ, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגט"ו אלול תשפ"ו8/28/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף ברח"י הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ב''ר שרגא אלימלך קליין הי"ו.
- ב"ר יואל יוסף מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה חתנים מתלמידי הישיבה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ישראל לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר חיים הערש סעגעדין הי"ו.
- ב"ר חיים צבי יואל פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:40 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'חצי שיעור' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, נאכן סוגיא שיעור האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט די בחורים, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:15 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יואל ברמ"ש ווייס הי"ו און הרה"ח ר' ארי' בר"מ הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף דוב סימאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' וואלף ברד"ש בערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל יקיר פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון רבי ישעי' שלעזינגער שליט"א נשיא וועד להצלת בתי עלמין - אדמת קודש ורב דביהמ"ד כולל חיים עוזר בלאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם וועד להצלת בתי עלמין וואס אביו הגאון הגדול רבי אליקים זצ"ל האט מייסד געווען און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע חברי הנהלה.

ארום 9:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יושע הערש ברמ"י גליק הי"ו און הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים לעבאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מוואלאווע זצ"ל, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג