בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגז' תשרי תשפ"ז9/18/2026

באריכט
דאנערשטאג האזינו ב' - שלש עשרה מידות מוקדם 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א רב דביהמ''ד הוניאד. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' יואל גאלדשטיין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר נתן פרידריך הי''ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו. מען האט געענדיגט תהילים ארום 1:30.

פאר קריאת הקרבנות האט דער רבי געזאגט ווידוי הגדול פון רבינו נסים מיט שטארקע בכיות. דערנאך האט מען געליינט די קרבנות, בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ''ד הוניאד שליט"א.

דערנאך ארום 2:20 איז דער רבי אנגעקומען צום קוויקוועי לעיק אויף די פארעסט זייט צו אמירת תשליך ברוב עם, דער רבי האט געזאגט די סדר אמירת תשליך בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט ארום 2:35.

ארום 6:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו - מנאמני בית רבינו, און הרה"ח ר' אליעזר זעלצער הי"ו, מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, און מעריב ארום 11:40.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי קהילת העמשער הייטס פון לעיקוואד בנשיאות הרה"ג ר' נחום בינדער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חשיבות פון א בעה"ב וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און איז קובע עתים לתורה יעדן טאג, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און דערביי געגעבן ספרו לב אהרן - פסחים, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאך מעריב האבן די עסקני הקריה איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די ספעציעלע מענער באסעס אין קר"י וועלכע דער רבי האט דערמאנט לשבח ביים שבת שובה דרשה דעם צום גדלי' העעל"ט, די עסקנים האבן ארויסגעברענגט ווי די טעג נאך די דרשה האט זיך אנגעזען א שטארקע העכערונג אין די פאסאנדזשירן אויף די באסעס, און עס איז שוין אריבערגעשטיגן די מספר פון מער ווי טויזענט רייזענדע א טאג, און מען ארבייט אויף צושטעלן מער באסעס און ראוטס צוליב די פארלאנג, דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין שטארקע הנאה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ראובן לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם שמעון ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים אברהם מארמארשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים אליעזר לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג ארום 4:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פארברייטערטע מקוה אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקהילה והביהמ"ד איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די חדרי התפילה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, די הנהלת הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויף 'מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל' אז אזוי ווי ווי א מקוה איז מטהר אן קיין גבול, אזוי אויך ניצט תשובה אן קיין גבול, במילא איז א יציקת המקוה א פאסיגע זאך פאר די עשי"ת, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די נדבנים און עסקנים.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:35 און מעריב ארום 11:40.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ עסקנים און די בחורים פון די 'מקימי' ארגענעזאציע מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד די ימי הרחמים והרצון, הר''ר איתמר ראזענבוים שליט''א - און ר' שלמה בראך הי"ו מראשי המוסד האבן פארגעשטעלט די פעולות פון די ארגענעזאציע לטובת די חולי ישראל ובני משפחתם, דער רבי האט משמיע געווען ווארימע דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער און דער רבי האט פארטיילט א געבענטשטע מטבע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדן באזונדער, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הסוכות הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג האזינו ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"א פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 4:00 ביז 10:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ימי הרחמים והרצון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד ר' שלום לערנער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד בערטש אין פלעטבוש, דערביי איז אנוועזנד געווען הגה"צ ר' צבי אלימלך רוקח שליט"א אבד"ק בערטש פלעטבוש, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חסידות אין פלעטבוש, דערביי איז פארגעקומען

די חאלאקע פון נכד הגה"צ אבד"ק בערטש שליט"א און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 און מעריב ארום 10:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג האזינו ב' - צום גדלי' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:45, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר יקותיאל יוסף ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב''ר ישעי' שבתי בראך הי''ו.
- ב''ר יעקב פאגעל הי''ו (קרית טאהש).
- ב''ר יעקב יואל גאלדבערגער הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר וואלף פארקאש הי''ו.
- ב''ר אברהם פארקאש הי''ו.
- ב''ר יעקב ווידער הי''ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו''פ א קבוצה אנ''ש פון לאנדאן זיך געזעגענען נאכן וויילן אויף ראש השנה בצל הקודש.

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי א לענגערע צייט געקליבן אתרוגים לכבוד חג הסוכות הבעל"ט געברענגט דורך הרה"ג ר' ליפא יואל פישער שליט"א - מו"ץ.

נאכמיטאג ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ''ש אין ביהמ"ד הגדול.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' אברהם קויפמאן הי"ו.
- כהן: הרה''ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א רב דביהמ''ד הוניאד.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי''ו.

נאך מנחה אום 6:50 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן די שבת שובה דרשה מיט א לענגערע דרוש ופלפול אין די סוגיא פון חצי שיעור און מיט עטליכע טייטשן בדרך אגדה, און נאך אריבער א שעה צייט ממשיך געווען מיט דברי מוסר, און אין זכות פון די פיר מאל שופר ראש השנה איז מען מתפלל צו הקב"ה צו מבטל זיין די גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס איז כולל אין זיך די ג' עבירות חמורות, און די כסדר'דיגע מלחמות אין ארץ ישראל, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן מסדר געווען עקסטערע באסעס פאר מענער אין קרית יואל, און ממשיך געווען מיט חיזוק בעניני לימוד התורה און מחזק געווען אלע שיעורי תורה, און ביים סוף ארויסגעברענגט לשבח פון די תושבי קר"י זאגענדיג אז די מנהלים פון ת"ת און פון די ישיבות זאגן אז מען זעט א חילוק אויף א קינד וואס וואוינט אין קרית יואל אדער אין קרית יואל המורחבת, רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען די שטאט און מען דערקענט עס אויף די תושבים אנשים נשים וטף, מען דארף דאנקן הקב"ה אז מען האט די זכי' צו וואוינען אין קר"י און מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ווען מען איז בוחר ווי צו וואוינען, און מסיים געווען מיט הדרכה און ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט די דרשה ארום 8:05 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן.
מען האט תיכף געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' גרשון מענדל פעלדמאן הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אויסגעפאסט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אין די סוגיא.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ''ד ארום 9:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
שלש עשרה מדות בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגו' תשרי תשפ"ז9/17/2026

באריכט
יום ב' דראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם צווייטן טאג יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:25.

כמעשהו בראשונה האט דער רבי אפגעראכטן די עבודת הקודש, דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א - אב"ד איהעל ב''פ. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק. שחרית: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען מכובד געווארן:
- הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו.
- הרה''ח ר' יודל כ''ץ הי''ו.
- הרה''ח ר' משה חיים שרייבער הי''ו.
- הרה''ח ר' הערשל פייערשטיין הי''ו.
- הר''ר חיים בעריש פילאפף שליט''א.
- הרה''ח ר' יוסף שרייבער הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר''ר מאיר לייב קטינא שליט''א און הר''ר שמואל בהר"מ פריעדמאן שליט''א.
- פסוקי שמע ישראל: בעל ברית נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- הולכת הס"ת לבימה: הר''ר ישראל הערש ווייס שליט''א און הרה''ח ר' אשר ווידער הי''ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא, און געליינט בבכיות ובהתעוררות רב.

עליות.
- כהן: הרה''ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה''ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי''ו.
- רביעי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' שבתי אבערלענדער הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו.
מען האט געענדיגט 12:35. עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 1:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און מיטן קיטל פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישות, און אנגעהויבן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשה מיטן פסוק 'אשרי העם יודעי תרועה' און געטייטשט אז ווען הקב"ה קוקט אן א מענטש קומט אראפ א ברכה פארדעם בעט מען השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל, און דאס האט אברהם אבינו מתפלל געווען 'אשר יאמר היום בהר ה' יראה' אז הקב"ה זאל אנקוקן כלל ישראל,

און מאריך געווען בדברי מוסר מען טראכט אריין אז הקב"ה קוקט אונז אן אוןוויאזוי מען זעט נעבעך אויס פארשמירט מיט עבירות דארף אנכאפן א גרויסע בושה, דאס אליינס אז מען האט א בושה דאס איז א תקומה פאר א מענטש, כמאמר חז"ל כל העובר עבירה ומתבייש מוחלין לו על כל עונותיו, אבער מען דארף האבן א זכיה אז מען זאל טאקע קענען צוקומען צו א אמת'דיגע בושה, און מעורר געווען יעצט פאר תקיעת שופר צו מאכן א אמת'ע חשבון הנפש און אפשר אזוי זוכה זיין צו תשובה שלימה און צו א אמת'דיגע בושה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:55.
עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אויף די בימה.
די ספרי תורה האבן געהאלטן:
- הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
- הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט מן המיצר און געמאכט די ברכות באש קודש און געבלאזן די תקיעת דמיושב, בעל מקריא איז געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, קדיש איז געווען 2:45, בעל תוקע ביי די תקיעת דמעומד איז געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית דוב.

שלוחי עמך בית ישראל העומדים לבקש תפילה ותחנונים, ולהתחנן על עמך ישראל, כמעשהו בראשונה זענען די תפילות זענען געווען איין שטיק רגש דקדושה, מיט בכיות מפעם לפעם און מיט א קול חוצב להבת אש, וואס האט מעורר געווען דעם גאנצן היכל בית המדרש.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענוואסער הי"ו.
- הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו.
- הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א.
- הרה''ח ר' משה אליעזר כ''ץ הי''ו.

הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי''ו און הרה''ח ר' יקותיאל יוסף ניימאן הי''ו זענען מכובד געווען אויפצוהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 5:35.

נאך מוסף איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות. סנדק מעומד: הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א. ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: מאיר, נאכן זיידן הגה"צ אבד"ק קאזלוב זצ"ל.
נאכן ברית האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געוואונטשן מזל טוב פארן ציבור.
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר''ר איתמר מייזליש שליט''א, שמו"ע האט דער רבי געדאווענט מיטן טלית אויפן קאפ, מען האט געענדיגט ארום 6:10.

דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודת ברית בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

ארום 7:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום המשך שלחן הטהור נעילת ימי ראש השנה וסעודת ברית אין ביהמ"ד הגדול.

מען האט אריינגעברענגט קוגל און זיסע מייערן, מען האט געזונגען ניגוני ימים נוראים און הר"ר הערשל קאהן שליט"א האט פארגעזינגען א ניגון מקובל פון הרה''ק ר' ישראל מפיקוב זיע''א זוהן פון הרה''ק הקדושת לוי זיע''א.

- אתה נגלית: הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
- יום ליבשה: בעל ברית הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו' און געטייטשט אז הקב''ה האט א דין בעל לאשה צו כלל ישראל, א אשה ששברה כלי בבית בעלה איז פטור ווען א איד טוט אן עבירה טראץ ער איז פוגם בעולמות העליונים איז ער פטור, אזוי אויך א גט קרוב לו איז נישט חל, הקב"ה איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט פון הקב"ה צו כלל ישראל און כלל ישראל האט א דין אשה לבעלה צו הקב"ה, און איז מחיוב מיט די חיובי בעל לאשה, און מסיים געווען ברוב ברכת זאגענדיג אז 'זמן חירותינו' איז בגי' תשפ"ז עס זאל קומען די יאר א 'זמן חירותינו' חירות פונעם יצר הרע, חירות פונעם מלאך המות, חירות פון יעדע דאגה ועגמת נפש און חירות פונעם גלות, ואין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, א יאר פון לימוד התורה, עדי ביאת גואל צדק בב"א.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמנ'ס די בני המשפחה.

- מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור "א גוטע וואך א גוט יאהר", און זיך באדאנקט פאר די בעלי מנגנים.
מען האט געענדיגט ארום 9:00 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה וזמרה.

ויה"ר שיתקבלו תפלתינו לרחמים ולרצון

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום א' דראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דעם ערשטן טאג יו''ט אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:25.

רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בינו לבין קונו בלב קרוע ומרתח ובקש רחמים כעני בפתח, מיט בכיות נוראות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד וואס האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים.
דער רבי האט פארגעזאגט ברכות, און דערנאך האט דער בעל תפילה אנגעהויבן זינגען אדון עולם. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים. שחרית: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
מיט די פתיחות ביי שחרית זענען מכובד געווארן.
- הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו.
- הרה''ח ר' זעליג אינדיג הי''ו.
- הרה''ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען מיטן קיטל, זילבערנע קאפל, און ווייסע סטראקעס בעקיטשע.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט''א - מו"ץ.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט ב"פ.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה''ח ר' יצחק פרענקל הי''ו (מאנטרעאל) און הרה''ח ר' שמשון בוים הי''ו (וומסב''ג).

דער רבי איז געווען בעל קורא, און געליינט די קריאה בבכיות ובהתעוררות רב.
עליות:
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי''ו.
- שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א.
- רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- חמישי: הר"ר וואלף בראווער שליט''א.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' חיים שרגא פעלדמאן הי''ו.
- ר' חיים יודא פריעדמאן הי''ו.
אויך האט דער רבי געמאכט א מי שברך לחולה פאר גיסו האדמו"ר מוויזניץ מהר"י שליט''א לרפו"ש.

- שביעי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
- הגבה דעם ערשטע ספר: הרה"ח ר' משה דוד אבערלענדער הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הגבה דעם צווייטע ספר: הרה"ח ר' שמעון שטערן הי"ו (מאנסי).
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי"ו (לאנדאן).
- החזרת הס"ת: הרה''ח ר' מאיר אפרים גראהמאן הי''ו און הרה''ח ר' הערשל בראך הי''ו.

מען האט געענדיגט 12:20. עס איז געווען פּויזע, דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אריין לחדרו הפרטי.

אום 1:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויף אויפן ארון קודש און מתפלל געווען א תפילה חרישה און אנגעהויבן די פייערדיגע 'תקיעת שופר דרשה' אויפן נוסח 'ותתן לנו ה' אלקינו יום זכרון תרועה' און געטייטשט אז הקב"ה האט אוועקגעלייגט די קול שופר פון בזמן שביה"ק היה קיים און דאס הערט מען עד היום הזה, און אפילו ראש השנה שחל בשבת ווען מען בלאזט נישט קיין שופר ווערט מען נאך אלץ נתעורר צו תשובה דורך יענע תקיעת שופר, און מאריך געווען מיט דברי מוסר אז פון עסן ווערט א מענטש זאט נישט קיין חילוק וואס ער עסט, אבער פון א ניגון אדער א מראה דארף עס יא זיין מן המובחר, ווען מען בלאזט שופר פועל'ט מען ישועות אין הימל נישט קיין חילוק וויאזוי מען בלאזט, אבער ראש השנה שחל בשבת ווען עס איז נאר א זכרון תרועה דארף עס זיין מן המובחר און יעדע איד דארף מתפלל זיין בלב שלם און טוהן תשובה בשלימות און נאר אזוי קען מען אויפטוהן וואס מען טוט אויף געווענטליך מיט תקיעת שופר, און מסיים געווען ברוב ברכת.

נאך די דרשה האט דער רבי געזאגט קדיש דרבנן, מען האט געענדיגט ארום 1:45.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און אנגעהויבן קדיש ארום 1:50. דער רבי האט געדאווענט אין א מחזור נוסח תפלה ישרה.

גשים מול ארון הקודש באימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, מיטצוהאלטן די עבודת הקודש באימה וביראה בהתעוררות וברגש קודש ביי תפילת מוסף ובפרט ביי די פסוקי מלכיות זכרונות ושופרות, ובקול חוצב ובלב שופך כמים, עיני עמך תליות ועינים לך מיחלות

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
- הרה''ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי''ו.
- הרה''ח ר' יוסף קליין הי''ו.
- הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הרה''ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי''ו.

- הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי''ו און הרה''ח ר' יואל פאללאק הי''ו זענען מכובד געווארן אויפצוהייבן דער רבי'ן ביי כורעים.

- קוה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
- פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל ברמ"א פאלאטשעק הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו.
דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו' און געטייטשט אז עס ניצט תשובה טראץ נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד א איד גייט אויפשטיין צו תחיית המתים במילא האט מען א דין ווי א בעל חי און מען ווערט נישט נדחה, און דאס לערנט מען זיך אפ פון די לבנה וואס גייט אינטער יעדע חודש און שיינט צוריק אויף פון פריש יעדע חודש.

- ברכהמ''ז: נכדו הרב ליפא אשכנזי שליט"א (ב''פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושל"ס ארום 7:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן שפיטצער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נחמי' שלמה ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה''ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט''א.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב"פ).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'באין מליץ יושר מול מגיד פשע' און געטייטשט אז אין זכות וואס אונז האף מיר צו די גאולה השלימה יעדע יאר פון פריש, ניצט אויך תשובה יעדע יאר, און אויסגעפירט מיטן ווארט פונעם הייליגן רבי ר' זושא זיע''א וועלכע פלעגט יעדע נאכט תשובה טוהן און זאגן פאר הקב"ה אז טראץ נעכטן האט ער אויך געזאגט אז ער גייט שוין זיין ערליך אבער היינט מיינט ער עס אמת'דיג, די זעלבע ביי תקיעת שופר טראץ דער שטן ווייסט אז פאריאר האט מען אויך געבלאזן שופר און דאך זענען די אידן נישט געהאלפן געווארן, ווערט ער צעמישט יעדע יאר פון פריש וויבאלד ער האט מורא אז אפשר מיינען עס אידישע קינדער דאס יאר אמת'דיג.

- ידיד נפש: הר''ר משה אלי' גראס שליט''א (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הר''ר אלי' גרויס שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און אריין לחדרו הפרטי.

ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מערבית.
- בעל תפילה: הר"ר דוד בר"מ עקשטיין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:20. נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור "א גוט יו"ט א גוט געבענטשט יאר", און אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות.
- הגבהת הכוס: הרב יואל ישראל וואגשאהל הי"ו (מאנסי).
אויפן טיש איז געווען טעצער פירות, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די שהחיינו פירות, און געטיילט שיריים פון די מילגרוימען פארן גאנצן עולם.
ביי די מייערן האט דער רבי געטיילט שיריים פאר די געסט פון לאנדאן.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יקומך ה' לו לעם קדוש' און געטייטשט אז תקיעת שופר איז מעורר די זעלבע כח ווי מתן תורה און ציעט ארויס די גשמיות פון אידישע הערצער און אזוי ווערט מען נתעורר לתשובה.

- ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב''פ).
מען האט געענדיגט ארום 12:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
'תחל שנה וברכותיה'

יו"ט ראש השנה תשפ"ז בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט ארום 7:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה בהתעורורות רב, און נאך מנחה געזאגט דעם פיוט 'אחות קטנה' כנהוג.

נאך מנחה איז פארגעקומען א אפיעל פארן מבצר הכוללים מיט אירע אריבער 1,100 לומדי הכולל, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכוללים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א.

דער רבי צוגעגאנגען צו קבלת שבת ומערבית, און פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק, און נאך מעריב לדוד מזמור באש קודש, כנהוג, מען האט געענדיגט ארום 9:40.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש צום 'ברכת הקודש' און געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם' און געטייטשט אז ברכת כהנים איז א ברכה כללית און א ברכה פרטית פאר יעדן פערזענליך וואס ער דארף, ווייל עס קומט פון שם הוי"ה, דאס איז די ישא ברכה מאת ה', שופר איז מרומז צום שם הוי"ה, אדער שב''ק וואס קומט אויך אראפ א ברכה דורך דעם שם הוי"ה, במילא ראש השנה שחל בשבת פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב אין אלע ענינים, רפואות, פרנסה, שידוכים, קינדער, ערליכע דורות, בחורים זאלן באפרייט ווערן פון מיליטער, און געזאגט אז חדו השתא ב'האי שעתא' איז בגי' תשפ"ז, עס זאל זיין א שנת חדו"ה ושמחה בבתי בני ישראל, און א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק במהרה. און געוואונטשן לכל הקהל הקודש 'גוט שבת און א גוט יו"ט לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום'.
ויענו כל העם בקול אדיר 'אמן' ולעומתו ברוך יאמרו, האבן די אלפי ישראל צוריקגעוואונטשן פארן רבי'ן ברכת לשנה טובה ואף הוא ענה כנגד המברכים אמן, און געוואנטשן א גוט שבת א גוט יו''ט.


נאכן אראפגיין האט רבינו שליט"א עקסטער געוואונטשן לשנה טובה פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. מען האט געזינגען שלום עליכם ביז מודה אני.
- הגבהת הכוס: הרה''ח ר' יצחק עהרנפעלד הי''ו.
נאך קידוש האט דער רבי אויפגעשניטן די חלה מיט א נייע מעסער און איינגעטונקען אין האניג דבש חי, און געמאכט א ברכת העץ אויף עפל איינגעטונקען אין האניג און געזאגט דעם יהי"ר שתתחדש עלינו שנה טובה ומתוקה, און פארטיילט שיריים פון עפל פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט דעם ראש כבש, דער רבי האט טועם געווען און געזאגט דעם יהי"ר שנהיה לראש ולא לזנב, און ביי די לחיים געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'.
מען האט אריינגעברענגט א קאפ פון א פיש און די מאכלי שבת ויו''ט, אין די זופ איז געליגן געקעסטעלטע לאקשן כנהוג, נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן זיסע מייערן און דער רבי האט געזאגט דעם יהי"ר שירבו זכיותינו.


מיט די זמירות לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף די סימנא טבא וואס מען עסט ליל ראש השנה און געטייטשט אז דורך א עבירה לשמה אדער תשובה מאהבה איז מען משפיע זחסדים פאר כלל ישראל און א מפלה פאר די אומה"ע, מען בלאזט צוויי מאל שופר ראש השנה טראץ עס איז בל תוסיף איז א עבירה לשמה כתקנת חז"ל, און פארדעם ביי די תקיעות דמעומד איז וודאי בהול, שב''ק איז משפיע אהבה פעלט נישט אויס קיין תקיעת שופר, פארדעם איז יעדע יאר ראש השנה דא סיי שירבו זכיותינו און סיי שיכרתו שונאינו.

- ברכת המזון: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ).
- אז ביום השביעי: הרב יוסף מאיר שמידמאן שליט"א (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךה' תשרי תשפ"ז9/16/2026

ווייז פריערדיגע טעג