פרייטאגי"ד תשרי תשפ"ז9/25/2026
יום הקדוש תשפ"ז בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו
זונטאג ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות איז אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש, אין באגלייטונג פון הרב הגאון ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום כפרות לאקאציע ביי די בוטשער געשעפט אויפן 208 אין שכונת זרע קודש, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר השחיטה און בודק געווען די חלפים פון די שוחטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די שוחטים און איינגעשטעלטע, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר מאיר מיכאל סאאל הי"ו.
- ב"ר מנחם ברוינער הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בחדרו הפרטי, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג. און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים
ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש, דער רבי איז אנגעקומען ארום 11:30 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
אונטערוועגס האט דער רבי גערופן טעלעפאניש עטליכע מראשי קהלתינו הק' בארה"ק, בשעת דארט איז שוין הארט לפני כניסת היום, און מאציל געווען מברכת קדשו לקראת יום הקדוש הבעל"ט.
נאכמיטאג ארום 2:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר', ביי די זופ איז געווען קרעפלעך, און ביי לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן 'א שנה טובה ומבורכת', די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט במה אקדם 'אבל עתה בזכרי מלכות שם המיוחד' און געטייטשט דער שם הוי"ה איז היה הוה ויהיה, ביי הקב"ה איז דער עבר הוה און עתיד אלעס איינס, איז הקב"ה מצרף די טוב העתיד, וויבאלד א איד גייט אויפשטיין תחיית המתים האט ער א דין ווי א בעל חי ווערט מען נישט נדחה און עס ניצט תשובה, און הקב"ה רעכנט אריין אונזערע מצוות פון די עתיד במילא גייט מען ארויסגיין זכאי בדין, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
- ברכהמ"ז: נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין בביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.
נאכן בענטשן דעם ציבור אום 4:10 איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום. ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש די נרות יו''ט, יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.
רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל, וועסטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.
במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.
בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 7:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', און געטייטשט אז מיט יעדע עבירה וואס א מענטש טוט ח"ו קומט די פגם אן אינעם ביהמ"ק און דאס גיבט א כח פאר די אומה"ע צו קענען שולט זיין אויפן ביהמ"ק טראץ די גרויסע קדושה פונעם פלאץ, און מיט בכיות ממשיך געווען און דערמאנט אז ביי די געהויבענע נסיעה שב''ק פ' תולדות אין ארה"ק דעם ווינטער העעל"ט האט מען געזען ווי אויפן מקום קודש הקדשים איז ליידער דא א בית טומאה, 'אוי לעיינים שכך רואות' 'כל דור שלא נבנה ביהמ"ק בימיו כאילו נחרב בימיו' וויבאלד מען איז מוסיף פרישע עבירות וואס גיבט נאך מער כח פאר די טומאה און די קליפות, וואלט מען ווען תשובה געטוהן כדבעי וואלט דער פגם און די קליפות אוועקגעגאנגען פונעם מקום המקדש און דאס ביהמ"ק וואלט אויפגעבויעט געווארן, און נאכגעזאגט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געזאגט בשנת תשכ"ו אז יעדע זעכציג יאר חזר'ט זיך איבער די שנת פקידה, ווי דער הייליגער שינאווער רב זיע''א האט געזאגט בשנת תרס"ו אז יענע יאר איז א עת פקידה פאר ביאת המשיח, און רביה"ק זיע''א האט שטארק איינגעריסן מען זאל זוכה זיין צו די גאולה בשנת תשכ"ו און נישט ח"ו דארפן ווארטן נאך זעכציג יאר, דער רבי האט אויסגעפירט מיט בכיות אז ליידער איז שוין יא אריבער נאך זעכציג יאר מען האט געהאפט אז שנת תשפ"ו וועט יא זיין ביאת המשיח אבער ליידער שטייט מען שוין ערב יום כיפור תשפ"ז ועדיין לא נושענו, און נאכגעזאגט אז ביז יום כיפור ווערט נאך פאררעכנט אלץ די פריערדיגע יאר און אויב וועט מען תשובה טוהן דעם יום כיפור כדבעי קען מען נאך זוכה זיין צו די גאולה
השלימה.
נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט די תנועות 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.
נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט אז מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה, יעדע מאל א מענטש טוט א עבירה ווערט עס אריינגעשריבן אינעם ס''ת, חטאה בכפלים חוץ וואס מען דארף תשובה טוהן אויף די עצם עבירה דארף מען אויך תשובה טוהן אויף דעם וואס עס איז געווארן אריינגעשריבן אינעם ס''ת, און מעורר געווען צו תשובה טוהן און מפייס זיין די תורה אויסצומעקן די עבירות, די ספר תורה שטייט דא אין די הייעך און קוקט ווער סאיז יא מפייס און ווער נישט... און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט, אז מען וועט מפייס זיין די ספר תורה מיט אן אמת וועט די תורה זיין א מליץ יושר פאר כלל ישראל און מען וועט האבן א גמר חתימה טובה.
ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך מיט מסירת נפש ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד ביז אריין אינעם נייעם צוגעלייגטן עקסטענשאן - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.
אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ הישיש ר' ירמי טייטלבוים שליט"א מאוהעל און הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד אור ישראל אלימלך.
דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן מערבית בהתעוררות רב.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן:
- הרה''ח ר' אברהם דוד קארצאג הי''ו.
- הרה''ח ר' אנשיל ליכטנשטיין הי''ו.
- הר''ר חיים ראובן שעהנברוין שליט''א.
- הרה''ח ר' שלמה אליעזר שפילמאן הי''ו.
- הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט:
- הר"ר מיכל ניימאן שליט"א.
- הרה''ח ר' חיים הערש גאלד הי''ו.
- הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א.
- הר"ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א.
- הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א.
- הר"ר ישעי' יצחק ברי"א רובין שליט"א.
- שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הרה"ג ר' ישעי' ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ.
מען האט געענדיגט ארום 11:30. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'א גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכל העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.
ונתנה תוקף קדושת היום
יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 8:10.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.
- פתיחת הארון הקודש: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
- אנעים זמירות: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ.
וכרות האט דער רבי פארגעזאגט פסוק בפסוק.
- שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.
- הר"ר יו"ט יאזשעף שליט''א (קר"י).
- הרה''ח ר' יצחק זינגער הי''ו.
- הר''ר יואל שטערן שליט''א.
- הרה''ח ר' שמשון דוד גרינפעלד הי''ו.
- הרה''ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו.
מען האט געענדיגט שחרית ארום 12:15.
- הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט, און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו הק'.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און געליינט בהתעורורות רב.
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
- שלישי: הרה''ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו (ב''פ).
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' משה ב"ר דוד יואל רייך הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' פישל שאפפער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:50, עס איז געווען פויזע.
נאכן ליינען אויפן וועג אראפ פון די בימה האט דער רבי צוגערופן הר''ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א מראשי וועד החינוך שע''י מוסדותינו הק' וומסב''ג, און זיך נאכגעפרעגט איבער די שטארקע אויפוואכונג איבער די פריצות'דיגע שייטלעך און איבער די תקנות המוסד בעניני כיסוי הראש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט בפרטי פרטים איבער די 'ראשי' אפליקאציעס און אויפגעפאדערט צו שטיין על המשמר בכל תוקף ועוז.
ארום 1:30 איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין ביהמ"ד און עס איז געווען יזכור
אום 1:45 איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און מזמור לדוד הבו לה'. קדיש איז געווען 1:50.
טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.
פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן:
- הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו.
- הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א
הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו.
הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו (ב''פ).
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
הרה''ח ר' ישראל מנחם קלעפפנער הי''ו.
משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
- די ערשטע כורעים: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו (מאנסי) און הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו.
- די צווייטע כורעים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו און הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ).
- די דריטע כורעים: הרה''ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי''ו און הרה''ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל).
- די פערטע כורעים: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו (ב''פ).
מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:45.
- צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב''פ.
- כהן: הרה"ח ר' פסח קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו.
- שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א. דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט ר' אברהם בראך הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו.
- פתיחת הארון ביי מנחה: הרה"ח ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו.
מען האט געדאווענט שנעל כנהוג. נאך מנחה האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי. מען האט געענדיגט ארום 6:45.
תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.
נאך קדיש תתקבל ארום 8:15 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.
רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט אום 8:35.
נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און געמאכט א ברכת על הגפן און אויסגעפאסט, מען האט געזינגען ניגוני יו''ט דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:45.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
ארום 11:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן און געזאגט 'עס קומט א גוט געבענטשט יאר'.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. מיטן זמר המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' אהרן מייזליש שליט"א - רב דביהמ''ד ברך משה ב''פ, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז פון דעם וואס יום כיפור איז מכפר בסופו און נישט מתחילתו איז א ראי' אז מען נעמט אן די שיטת רבינו תם וואס רביה''ק זיע''א פלעגט זאגן אז שיטת ר"ת איז אז ווילאנג עס איז נאך אביסל ליכטיג איז נאך טאג און דאס דארף יעדע איד צו וויסן אז אויב איז נאך אביסל ליכטיג דאן איז נאך טאג, אויב האט מען אפילו נאר אביסל מצוות איז מען נאך אלץ בבחינת צדיק, אז מען האט געהאלטן יום כיפור ביז עס איז שוין זיכער געווען אינגאנצן נאכט האט מען זיכער גע'פועל'ט, און מסיים געווען בברכות לרוב עס זאל זיין אינגאנצן ליכטיג ביי אידישע קינדער און מען זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב, און געזאגט אז "ושמחת בחגך" איז בגי' תשפ"ז, און אנגעוואונטשן מען זאל האבן א חג כשר ושמח.
מען האט ממשיך געווען מיט נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.
מען האט געענדיגט ארום 12:50, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת האזינו - שבת שובה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו, ביי לכה דודי האט די קאפעלע געזינגען די נייע ניגונים.
במשך אלע תפילות פון שבת האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א.
מען האט געענדיגט ארום 9:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות מחוץ לעיר סניף דרך התורה און סניף שביל התורה, און מיט די בחורי שלומינו מעבר לים, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' זלמן לייב גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מנהל ישיבה סניף דרך התורה.
- מנוחה ושמחה: הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה סניף שביל התורה.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- ברכת המזון: הרב שמעון טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאסוב שליט"א, ונכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב"ק ח' תשרי.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
- אז ביום השביעי: הר"ר מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א.
- פסוקי דזמרה: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
- שחרית: הר"ר שלום האלפערט שליט"א.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרב שמעון טייטלבוים שליט"א.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
עליות.
- כהן: ר' מיכאל כהן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: ר' יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הר"ר חיים אלעזר טעללער שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- רביעי: ר' אלי' הערשקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- חמישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א (לאנדאן).
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
מיטאג טיש האט דער רבי געגעסן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בחורי שלומינו מעבר לים און די אויסשטאטישע בחורים פון די ישיבות קטנות סניף דרך התורה און סניף שביל התורה.
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת וימים נוראים.
- ברוך ה' יום יום: נכד רבינו הב' זלמן לייב גלאנץ ני"ו.
- ברוך קל עליון: הב' משה ני"ו בן הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל (מאנסי).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'יערוף כמטר לקחי' און געטייטשט בדרך אגדה, און דערנאך בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
- ברכהמ''ז: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי' מרדכי בלייך הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' יושע קאהן הי"ו.
- לוי: ר' אברהם ברח"נ ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'האזינו שמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי' און ארויסגעברענגט אז צרכי עמך ישראל מרובין, בדורות הראשונים זענען געווען צדיקים וקדושים וועלכע האבן געקענט מתפלל זיין און אויסבעטן א גוט יאר פאר כלל ישראל, אבער בזמנינו אלה איז נישט דא קיין צדיקים וואס זאלן קענען מתפלל זיין פאר אונז, די
איינציגסטע האפענונג איז אז די תורה הק' וועט זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל, אבער ווען א מענטש טוט ח"ו אן עבירה ווערט עס אריינגעשריבן אין די תורה הק', במילא וויל די תורה נישט בעטן פאר כלל ישראל, און אויסגעפירט מיט בכיות און מעורר געווען אז די איינציגסטע עצה איז צו מפייס זיין די תורה הק' און צוזאגן אז מען וועט שוין זיין ערליך און מען האפט אז די תורה הק' וועט זיך לאזן מפייס זיין און וועט ממליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער און אויספועל'ן א גמר חתימה טובה מיט כל מילי דמיטב פאר גאנץ כלל ישראל.
- ידיד נפש: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א.
- קל מסתתר: נכד רבינו הרב אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:50.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' פישל פריינד הי"ו ובניו און הרה"ח ר' אליעזר מאשקאוויטש הי"ו היושבים ע"פ בתו /אחיהם /אשתו ע"ה.
בביתו נאוה קודש איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פון די גרויסארטיגע חלוקה דורך 'מפעל שמחת יו"ט' וועלכע האבן פארטיילט דעם חודש תשרי די אסטראנאמישע סכום פון קרוב צו זעקס מיליאן דאלער! פאר אריבער 3,000 משפחות אין קרית יואל, פינאנצירט דורך הרבני הנגיד ר' אברהם יודא הי"ו און הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אינאיינעם מיט נאך נדיבי לב, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעפרעגט די דעטאלן פון די חלוקה און שטארק באוואונדערט די מהלך פון די חלוקה וועלכע פארטיילט פאר אריבער 3,000 משפחות א טשעק פון $1,800 צו קענען ניצן פאר סיי וועלכע געשעפט לכבוד יו"ט און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו
דאנערשטאגי"ג תשרי תשפ"ז9/24/2026
דינסטאגי"א תשרי תשפ"ז9/22/2026
געהויבענע מאמענטן ביים שלחן הטהור מוצאי יום הקדוש בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א במקהלות אלפי אנ''ש אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
זונטאגט' תשרי תשפ"ז9/20/2026
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ווי דערביי האט דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו געגעבן לקח כנהוג אום ערב יום כיפור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים זיך אומקוקן ביים מנהג כפרות ביים לאקציע אין קרית יואל המורחבת ביים בוטשער אויפ'ן 208 אין שכונת זרע קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
שחיטת הכפרה, ומצוות כיסוי הדם ע"י כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א היינט ערב יום הקדוש בבית השחיטה המהודרת בקרית יואל יצ"ו, און דערנאך ביים זיך אומקוקן אינעם בית השחיטה אין באגלייטונג פון הגה"צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי אמירת סליחות היינט ערב יום כיפור אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל, און ביים מקיים זיין מנהג כפרות שלאגן נאך סליחות בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע



