בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday18 Cheshvan 578710/29/2026

Photos · 10
קאנגרעסמאן 'פעט רייען', סטעיט סענעטאר 'דזשעימס סקופיס', וועלכע פארטרעטן קרית יואל, און קאנגרעסמאן 'מייק לאולער' וועלכע פארטרעט די שטאט מאנסי, און לויפן פאר ווידערוויילונג, בקו''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

Wednesday17 Cheshvan 578710/28/2026

Sunday14 Cheshvan 578710/25/2026

Friday12 Cheshvan 578710/23/2026

Report
פרייטאג ערש''ק לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מרדכי אהרן ווייס הי''ו.
- ב''ר יצחק אפפעל הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און רמ"י הישיבה און געזאגט קורצע ברכות הקודש פון די תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אין די צופרי שעות האט דער רבי זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה וגמורה, ושיתחדש כאשר נעוריו און דער וויזניצער רבי האט געוואונטשן א ברכת מזל טוב פארן רבין שליט"א לרגל די שמחת נישואין פון נכדתו הכלה תחי'.

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"מ האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' ארי' לייב לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו.
- ב"ר זלמן וואלף גראסבערג הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ג', און ארומגערעדט איבער די חשיבות און די כח פון ערליכע נגינה, און שטארק ממאס געווען און מעורר געווען איבער די היינטיגע פראסטע ניגונים, מוזיק, און טענץ.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה בראך הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' נחום קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ל פייערווערקער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל) ואחיו הרה"ח ר' ליפא ווערצבערגער הי"ו ובני הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד ע"ה, היושבים ע"פ אחותם /אמם אלמנת הרה"ח ר' יצחק חיים פריינד ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד ניישטאדט הי"ו (מאנסי), דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יקותיאל יודא שווארטץ הי"ו.
- ב"ר יוסף זאב מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' וועלכע האט פארגאנגענע וואך אנגעהויבן מיט די מאסיווע פראדוקציע לקראת חג הפסח הבעל"ט צו קענען נאכקומען די פארלאנג פון די מהודר'דיגע 'קרית יואל'ע מצות', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן בעקערי און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מנהל בית האופה, איבער די פרישע חידושים פון היי יאר, דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג און הר"ר נחמי' ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' ישראל יעקב אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:50 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' נפתלי הירצקא ברילל הי"ו און הרה"ח ר' יצחק פארקאש הי"ו.
- הרה"ח ר' יוסף נטע טעללער הי"ו און הרה"ח ר' ארי' פערל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל יודא הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם זאנוויל דרוממער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאך די ברית'ן האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט רבינו שליט"א לרגל די שמחת הברית פון נכדו וועלכע איז פארגעקומען נאכן דאווענען.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר ישראל מנחם שניצלער הי''ו.
- ב''ר שמואל לייב פריעד הי''ו.
- ב''ר מאיר יקותיאל יודא לאקס הי''ו.
- ב''ר יואל ב''ר יוסף דרומער הי''ו.
- ב''ר שמואל בנימין סופר הי''ו.

דערנאך האט רבי געצינדן 5 לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי שמואל גארליצער זצ"ל. און דער רבי האט פארגעזאגט וכרות.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א ונכד כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט''א, בן הנולד אצל נכדם הרב בעריש הורוויץ שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדר אברהם יודא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, פארן בעל ברית ובני משפחתו, פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג, דערנאך האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הלכה ברורה ווי עס איז פארגעקומען א ברית פון נכד משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, בן הנולד אצל נכדו הר"ר אהרן מענדלאוויטש שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל רב הביהמ"ד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו, און דערביי האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט די מי שברך כנהוג.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נישואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדבר הלכה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג היושב ע"פ בנו ע"ה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער זיין מצב הבריאות און אנגעוואונטשן א רפואה שלימה און א ברכת תנחומין.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יעקב מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג.

בחדרו הפרטי האט דער רבי ממנה געווען עטליכע בחורים פון יעדע סניף וועלכע זאלן זיין ממונה אבאכט צו געבן און מעורר זיין די חתנים צו נעמען נאר ערליכע מוזיק ביי זייערע חתונות, דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זינגען און טאנצן נאר אויף ערליכע און חסידישע מוזיק ביי א חתונה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 1:45 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ספעציעלע אויפנאמע פארן הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל יר"ה ארויס צו צייגן די הכרת הטוב וואס די חרדי'שע אידנטום האט פארן גאווערנער פארן אדורכפירן דעם גינסטיגן געזעץ פארגאנגענע יאר לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
עס זענען אנוועזנד געווען די הנהלת הקריה, ראשי הקהילה והמוסדות, אינאיינעם מיט עסקני קהלתינו הק' און כלל טוער פון אנדערע שטעט, צווישן אנדערע הרה"ח ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו, הרה"ח ר' יודא לייב זארגער הי"ו, און דער חרדי'שער אסעמבלימאן פון בארא פארק בנש"ק הרה''ח ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו.
איידערן אויפנאמע איז די גאווערנער אריבער צו די בניני הבית רחל ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן בפקודת הקודש פון רבינו שליט"א א מלכות'דיגע אויפנאמע דורך די אריבער 6500 תלמידות בלע"ה לכבוד המלכות, און דערנאך איז די גאווערנער אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א ווי די גאווערנער איז ענטפאנגען געווארן דורך הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה מיט די ריכטיגע כבוד המלכות.

די גאנצע אויפנאמע איז אהערגעשטעלט געווארן בדרך כבוד בחדרו הפרטי פון רבינו שליט"א ווי דער רבי איז געזיצן אויף איין טיש מיט אלע עסקנים וראשי קהילה והמוסדות, און די גאווערנער איז געזיצן אויף א באזונדערע טיש אינאיינעם מיט הרבנית הצדיקת תליט"א ובנותיה.
צום ערשט האט רבינו שליט"א ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פארן העלפן פארטיידיגן דעם חינוך הטהור, און זיך באדאנקט פאר די שטענדיגע הילף פונעם גאווערנער ביי יעדע פראבלעם, דערנאך האבן די עסקני והנהלת הקריה אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר די גינסטיגע האוזינג הילף דורך די רעגירונג וועלכע העלפט שטארק ארויס צו בויען גרעסערע דירות פראיעקטן, און גיבט געלט פאר די אינפאסטרוקטור, וואסער, און סוער פראיעקטן וועלכע קומען מיט דערמיט, און מען האט דערביי געבעטן די גאווערנער צו פארזיכערן אז ביוראקראטישע שטערונגען זאלן נישט שטיין אין וועג אויפצוהאלטן ביליגע דירות פראיעקטן, ביים ענדיגן האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת הקודש צו די בעפארשטייענדע וואלן און דערביי האט די גאווערנער צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס איז מעגליך במשך די קומענדיגע פיר יאר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די אנוועזנדע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 2:10.

דערנאך איז העסקן הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו געבליבן בקודש פנימה און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת הכלל והפרט, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן ווי ער לויפט פאר ווידערוויילונג פאר אסעמבלימאן פון ב"פ.
נאך דעם באזוך איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א בן הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט''א מאלכסנדר חתן הגה"צ רבי יחיאל האלבערשטאם שליט''א אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ, וחתן הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א

ארום 3:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג .
ביים אנקומען בערך 4:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו מנחה.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו (קר"י).
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה.

נאך מנחה ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא, דער רבי האט געבענטשט דעם חתן און נאכן זמן צאת הכוכבים מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י), און הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו.

ארום 7:20 איז מען ארויס צום חופה. וואו רבינו שליט''א מכבד געוועהן.
- סידור קידושין: דער עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקאוויץ טשענסקאוויץ שליט"א.
- קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה"צ ר' שמואל צבי זינגער שליט"א מאלכסנדר.
- ברכות ראשונות: דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
- ברכה אחריתא: דער זיידע הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א, ראש הכולל.
- עדי קידושין: הגה"צ ר' זלמן לייב רובין שליט"א אדמו"ר מדינוב מאנסי, און הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
- עדי יחוד: הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א, הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.

ארום 9:10 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 10:15, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.

בביתו נאוה קודש איז אריבערגעקומען הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק רבי שמואל מגארליץ זי"ע װאס די יארצייט איז געפאלן אויפדערנאכט ט' חשון, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט די נייע מנהלים וועלכע זענען נתמנה געווארן די זמן אין צוויי סניפים פון די ישיבות קטנות אין וומסב''ג, הרה"ג ר' שמחה רובין שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א אלץ מנהל ישיבה סניף נזר התורה, און הרה"ג ר' חיים דוד פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מקארלסבורג מאנטרעאל שליט"א אלץ מנהל ישיבה סניף חכמת התורה, און עטליכע מחברי ממלכת התורה.
דערביי האט דער רבי שליט''א געהערט א באריכט פון די מנהלים וויאזוי דער נייער זמן האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע מנהלים און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת ממלכת התורה.

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ.
- ברכת המזון הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן.

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און דערביי עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג לך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר יואל ב''ר יצחק ווייס הי"ו.
- ב''ר ליפא גאטליעב הי''ו.
- ב''ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
- ב''ר ליפא גרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ג פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יוסף האפמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק כאירה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מגארליץ שליט"א און ווערט אריינגעגעבן שב"ק פרשת תולדות בעיר טשענגער אין אונגארן, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט זונטאג ויצא ה' כסלו, און איבער דעם בנין הכנסת אורחים און די בנין הביהמ"ד וועלכע ווערט באנייט אין די שטאט טשענגער לכבוד די יארצייט, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי פריינד הי"ו און הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Monday8 Cheshvan 578710/19/2026

Report
ספעציעלע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה, עסקנים און הויעכראנגיגע פאליטישע בעאמטע, וועלכע איז אפגעראכטן געווארן לכבוד דעם הויעכגעשעצטן גאווערנער האוקל אלץ הכרת הטוב פאר די גינסטיגע געזעץ לטובת דעם חינוך הטהור אין ניו יארק.
דערביי האט די גאווערנער אפגענומען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע וואלן און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס אין די קומענדיגע פיר יאר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
Show earlier days