"צהלו ורוני יושבת 'בארא פארק' כי גדול בקרבך קדוש ישראל"
Report
תושבי בארא פּארק איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת התרוממות בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי בארא פארק צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת לס' בזאת יבא אהרן אל הקדש (אח"ק) אינעם עיר הבירה בארא פארק.
נאך א צייט אפשניט פון דריי און אהאלב יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און אין די טעג לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן, ובפרט דעם געהויבענעם של"ש סעודות. ווי עס ווערט געמאלדן וועט דער רבי שליט"א פראווענען דעם סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון מוסדותינו אין בארא פארק אויף א געהויבענעם פארנעם, כנהוג יעדן שב"ק אין קרית יואל ווי די רבי פראוועט בצוותא חדא מיט די תלמידי הישיבה. נאך די סעודה וועלן די בחורים ארויפגיין אויף די פארענטשעס, און איבערגעבן זייער פלאץ פאר די בעלי בתים נכבדים דקהלתינו הק'. דעם סעודת יום שבת קודש וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די זקני פני העדה חברי "אהבת קדומים" דקהלתינו הק'. עס וועט זיין א געהויבענע מאמענט ווען מרן רבינו שליט"א וועט פארברענגען בדברי תורה וסיפורי צדיקים אינאיינעם מיט די חשובע זקני קהלתינו הק', און דערביי וועט די רבי אריינבלאזן הויפענעס פון חיזוק אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן. אין די נאכמיטאג שטונדן וועט מרן רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ופלפולים, דברי מוסר היורדים לחדרי בטן, חיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד. דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם ש"לש סעודות, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.
לקראת שבת לכו ונלכה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday9 Iyar 57814/21/2021
Notice
ברכת מזל טוב פון "קהילתינו הק' קרית יואל" און פון חבורת "יסודי התורה" -סניף ק"י פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט.
Photos · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים פארענדיגן איבערמאכן די פאדלאגע אין חדר שמואל בנימין.
Photos · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים אינסטאלירן די מאסיווע עיר קאנדישען סיסטעם אינעם אינטערשטן שטאק פונעם נייעם דרום פליגל אין ביהמ"ד הגדול.
Notice
קרן הבנין אפדעיט פון בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
Notice
והיה כי ישאלך בנך
בקרב קהילתינו הק' קרית יואל קומט פאר היינט די ערשטע פון די צוויי גאר רייכע שיעורים "והיה כי ישאלך בנך" דורכן מחנך נפלא הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א צוגעשטעלט דורך מפעל 'חיינו' בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט פאר בבית מדרשינו הגדול, -אזוי אויך וועלן נישט פארקומען אלע שיעורים בבתי מדרשינו און די צייט פונעם גאר וויכטיגע שיעור.
Tuesday8 Iyar 57814/20/2021
Notice
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל האט מען אין דעי טעג אנגעהויבן איבערצומאכן די פלאר -פאדלאגע, אינעם "צד צפון" פונעם ביהמ"ד -חדר שמואל בנימין /יוסף אליהו /ישראל דוב.
Photos · 5
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל פארענדיגט מען אין דעי טעג די בוי ארבעט אינעם אינטערשטן שטאק פונעם נייעם ריזן דרום פליגל, וואס וועט בעז"ה זיין פארענדיג אויף "יו"ט שבועות" הבעל"ט.