בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Kehilos HaKodesh

← Show all

Sunday13 Iyar 57814/25/2021

Notice
יעצט אויפדערנאכט קומט פאר א "אסיפת עסקנים" בקרב קהילתינו הק' קרית יואל און בעפארברייטונגענג צום גרעסטן "מעמד ההדלקה" קומענדיגן ליל שישי בקרית מלך רב קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בדרך אבותינו ורבותינו

מתוך דב"ק פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי פרקי אבות פארגאנגענעם שב"ק מברכים אייר איבער דאווענען פרי (די עירל"י מנין) ליל שב"ק.
Photos · 5
יעצט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh12 Iyar 57814/24/2021

Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי 'ספירת העומר' יעצט מוצש"ק נאכן געהויבענעם שבת מרומם בקרב קהלתינו הק בארא פארק, באריכט פונעם שבת וועט נאכפאלגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday11 Iyar 57814/23/2021

Photo
שטח וואס איז אפגעקויפט געווארן אינעם נייעם חרדישן יושב אין 'לינדען ניו דזשערסי' דורך קהילתינו הק' בברכות קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר א ביהמ"ד לתורה ולתפלה דקהילתינו הק'

ופרצת ימה וקדמה
Notice
סדר וזמני 'שבת המרומם' שב"ק אח"ק בצל קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהילתינו הק' בארא פארק.

Thursday10 Iyar 57814/22/2021

Notice
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

און די יעצטיגע טעג זענען עסקני אנ"ש אריין און קאנטראקט אויף א שטח אינעם נייעם חרדישן יושב אין "לינדן ניו דזשערסי" ווי עס וועט געבויעט ווערן א ביהמ"ד לתורה ולתפלה דקהילתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר!

גדול יהיה כבוד הבית הזה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
"רבא דעמי' מדברנא דאומתי' בוצינא דנהורא בריך מתייך לשלם"

הנה מלכך בא

"צהלו ורוני יושבת 'בארא פארק' כי גדול בקרבך קדוש ישראל"
Report
תושבי בארא פּארק איינגעהילט מיט התרגשות דקדושה מיטצוהאלטן דעם שבת התרוממות בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מיט גרויס פרייד און דערהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו תושבי בארא פארק צום ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע וועט פראווענען דעם געהויבענעם שבת לס' בזאת יבא אהרן אל הקדש (אח"ק) אינעם עיר הבירה בארא פארק.

נאך א צייט אפשניט פון דריי און אהאלב יאר וועט מען יעצט ווידער האבן די זכי' אז מרן רבינו שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת בביהמ"ד הגדול אין בארא פארק, און אין די טעג לייגן די עסקנים אריין אינטענסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם פראכטפולן ביהמ"ד צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן די געהויבענע תפלות און טישן, ובפרט דעם געהויבענעם של"ש סעודות.
ווי עס ווערט געמאלדן וועט דער רבי שליט"א פראווענען דעם סעודת ליל שב"ק אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון מוסדותינו אין בארא פארק אויף א געהויבענעם פארנעם, כנהוג יעדן שב"ק אין קרית יואל ווי די רבי פראוועט בצוותא חדא מיט די תלמידי הישיבה. נאך די סעודה וועלן די בחורים ארויפגיין אויף די פארענטשעס, און איבערגעבן זייער פלאץ פאר די בעלי בתים נכבדים דקהלתינו הק'.
דעם סעודת יום שבת קודש וועט מרן רבינו שליט"א פראווענען אינאיינעם מיט די זקני פני העדה חברי "אהבת קדומים" דקהלתינו הק'. עס וועט זיין א געהויבענע מאמענט ווען מרן רבינו שליט"א וועט פארברענגען בדברי תורה וסיפורי צדיקים אינאיינעם מיט די חשובע זקני קהלתינו הק', און דערביי וועט די רבי אריינבלאזן הויפענעס פון חיזוק אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן.
אין די נאכמיטאג שטונדן וועט מרן רבינו שליט"א משמיע זיין א שיעור בפרקי אבות, וואו עס וועט זיין א געלעגענהייט צו נהנה זיין מנועם אמרותיו הקדושים, הערליכע דרושים ופלפולים, דברי מוסר היורדים לחדרי בטן, חיזוק על נסיונות ופגעי הזמן, ועוד.
דערנאך וועט פארקומען דעם דערהויבענעם ש"לש סעודות, ווען רבינו שליט"א וועט אנווארעמען די הערצער פון אנשי שלומינו מיט די פייערדיגע של"ש סעודות תורה בדברי מוסר והתעוררות, להלהיב לבבות ישראל.

לקראת שבת לכו ונלכה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday9 Iyar 57814/21/2021

Notice
ברכת מזל טוב פון "קהילתינו הק' קרית יואל" און פון חבורת "יסודי התורה" -סניף ק"י פאר הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו לרגל אירוסי בתו למז"ט.
Photos · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים פארענדיגן איבערמאכן די פאדלאגע אין חדר שמואל בנימין.
Photos · 2
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל ביים אינסטאלירן די מאסיווע עיר קאנדישען סיסטעם אינעם אינטערשטן שטאק פונעם נייעם דרום פליגל אין ביהמ"ד הגדול.
Show older news