נאכמיטאג 6:30 איז די רבי אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו פרק, די רבי האט געטייטשט מיט 10 אופנים די משנה 'דע מאין באת' 'ולאן אתה הולך' בדרבי דרוש אגדה ומוסר, און צום סוף מעורר געווען איבער שיקן קינדער אין פרעמדע ישיבות -און צום סוף גייט מען ארויף אין א"י, און איבער אוועקפארן אין די פרעמד אויף יו"ט, מען האט געענדיגט 8:00, 8:20 איז די רבי אריינגעקומען צו מנחה ושל"ש, מנחה: ר' דוד יושע הירש, הוצאה והכנסה: הר"ר הירצקא קליין, בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק, כהן: הרה"ג ר' עקיבא יוסף כהנא, לוי: ר' אהרן וואלף געטער, שלישי: הרה"ח ר' יצחק שרגא גראס, די רבי איז געגאנגען הגבה, גלילה: הרה"ח ר' שלמה פר"מ, ביים אנגיסן די כוס האט די רבי געהייסן ברענגן א בעכער און אנגיסן פאר גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אודה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש, שיר המעלות: הרה"ח ר' יצחק זאב וויינשטאק, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק קדושים תהיו - קדש עצמך במותר לך, ווי די רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי מוסר בעניני קדושה, ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים שפיצער, קל מסתתר: הרה"ח ר' וואלף ניתנצווייג, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב: הרה"ח ר' יצחק מרדכי מארקאוויטש, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט די רבי בשירה ובזמרה, מען האט געענדיגט 10:45.
מוצ"ש איז די רבי אנגעקומען -ווי געמאלדן- אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס, און דערנאך מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב שפיצער פון מאנטריאל, און זיך צוריק געקערט למעון קדשו בקרית יואל.
שבת קודש בצל כנפיך יחסיון
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #3
זכור אהבת קדומים
ארום 1:00 איז די רבי אריינגעקומען צום "סעודת עתיקא קדישא" אינעם היכל הכולל אינאיינעם מיט די אריבער 300 זקני פני העדה "חברי אהבת קדומים" תושבי בארא פארק, עס האט זיך אנגעזען כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב"פ שליט"א, און נאך חשובע רבנים, אינמיטן די סעודה איז ערשינען כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, אנהייב סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אבריכים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' צבי אלימלך ט"ב רב דבית מדרשינו תפלה למשה ב"פ ומגי"ש חבורת אהבת קדומים, ווי ער האט ארומגערעדט זכרונות פון רביה"ק זי"ע, ביים סעודה האט די רבי מכבד געווען די חזנים 'האחים ווייס' הר"ר שלמה ר' הערשל ר' ישראל יעקב -מחשובי חברי אהבת קדומים, צו אראפזינגען א פארצייטישע ניגון וואס איז געזינגען געווארן ביי רביה"ק זי"ע ארויפגעלייגט אויפן זמר ברוך קל עליון, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד דזבוי שליט"א ומגי"ש בחבורת אהבת קדומים, נאכן זינגען חי ה' האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווי די רבי האט געענטפערט אויף די פארגעלייגטע שאלות חכם דורך הגה"צ ר' בנציון כץ דזבוי רב, בעניני השקפה והדרכה וואס האט זיך פארצויגן בנועם שיח פאר איבער א שעה צייט, צווישן די שאלות האט די רבי שטארק ארומגערעדט איבער די ווארימקייט וואס די זיידעס דארפן איבערגעבן און אריינגעבן פאר די אייניקילך, און זאגן מוסר פאר די קינדער און אייניקליך, אזוי אויך איבער די נעמען פון די אייניקליך -לאזן די עלטערן אליינס א נאמען געבן, (חוץ ווען מען בעט הילף), און שטארק ארומגערעדט איבער די פראבלעם פון שיקן און פרעמדע ישיבות וואס איז היינט געווארן ווי א ביזנעס און מען זיכט צו זיין א ברענ"ד נעי"ם.. און ווי נאר די בחור ווערט 18/19 ווייזט מען אים די טיר ארויס! און דעמאלטס האט מען נישט קיין ברירה נאר צו פארן קיין א"י וואס די סכנה דערפון איז 'מורידיג גרויס' ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז "וויפל די פעטער האט לוחם געווען אויף דעם בימים ההם וואלט ער אסאך מער לוחם געווען אויף דעם בזמן הזה" און דערנאך ארויסגעברענגט די שינו לטובה פון די לעצטערע יארן בלימוד התורה וואס איז היינט אסאך בעסער ווי אמאל, און איבער אויפשטיין פארטאגס וואס מען דארף זען זיך צו לייגן פרי און אויפשטיין פרי, און דערמאנט אז 6:00 פארטאגס איז שוין דער ריזן היכל התורה אין ק"י איבערגעפילט מיט לומדי תורה!! און דערביי געהערט א גריס מאחד מחשובי זקני אנ"ש אז 5:30 פארטאגס איז פיל יעדע זיץ אינעם היכל התורה 'בית חי' בבית מדרשינו הגדול ב"פ, און נאך פולע תשובות בדרך ההשקפה. ברוך ה' יום יום: הרה"ח הישיש ר' גדלי יערמיאש, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן וועלץ מנהל המוסדות, די רבי האט מכבד געווען הרה"ח ר' חיים שטערן צו זינגען יום זה מכובד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק דברי תורה חיזוק והדרכה און ארויסגעברענגט אז יעדער וואס זיצט דא דארף אפגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת בפרט נאך די שווערע יאר וואס מאיז אדורך, קומען דוקא אין ביהמ"ד לערנען און נישט דורכן טעלעפאון, זיך האלטן פריש און ח"ו נישט אויפגעבן, זיין אקטיוו און עסקנות -ווי גיין נאך געלט, משפיע זיין אויף די קינדער און אייניקליך 'א זיידע האט א גרעסערע כח אויף די אייניקליך מער ווי די טאטע אליין' און געווינטשן ברכות לרוב. מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #2
שב"ק צופרי האט זיך די רבי באניצט מיט די פריוואטע מקוה פון כ"ק אדמו"ר מצאנץ קלויזענבוירג שליט"א, ארום 9:45 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, פסוקי דזמרה: הר"ר יואל ט"ב בן רב דקהלתינו 15 שליט"א, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: ר' יואל ברי"א פישער, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם רב דקהלתינו 18, בעל קורא: ר' סנדר יעקב גרינוואלד, עס האבן עולה געווען כהן: בעל שמחה ר' שמואל בנימין כ"ץ -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' גדלי יערמיאש מזקני אנ"ש, שלישי: כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, רביעי: כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, חמישי: החתן ב"ר יוסף שפיצער המיול"ח להרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין, שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל הרה"ג ר' מרדכי לייב פר"מ ואצל ר' ברוך מארקאוויטש, שביעי: ר' יואל פר"מ -עסקן בקהלתינו ב"פ, דערנאך האט עולה געווען מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, אחרון: ר' חיים שלמה פישער, מפטיר: ר' יואל ברא"י לעווי, הגבה: הרה"ח ר' שמואל הכהן פר"מ -משב"ק, גלילה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש -משב"ק, מוסף: מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פתיחה פאר אנעים זמירות: ר' אהרן וואלף רעטעק, מען האט געענדיגט 12:35, נאכן דאווענען האט די רבי קידוש געמאכט פריוואט אין שטיבל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
באריכט שבת מרומם בקרב קהלתינו הק' בארא פארק #1
השבת נועם הנשמות
פאלגענד איז א דעטאלירטע באריכט פון די ביקור מרומם פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם שב"ק אח"ק בקרב קהלתינו הק' בארא פארק לחיזוק ולרומם קהלתינו הק'.
"גאר דערהויבן איז אריבער די שבת פאר אנ"ש חסידי סאטמאר אין שטאט מיטלעבענדיג א שבת בצל הקודש"
פרייטאג נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אין בארא פארק צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא, ווי געמאלדן האט באזיכט ביים רבין בבית האכסניא הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק ווי עס האט זיך פארצויגן א הערליכע תורה'דיגע שמועס.
במשך די שבת ביי די תפילות ועריכת השלחנות איז דאס ביהמ"ד הגדול געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט טויזענטער אנ"ש תושבי בארא פארק וועלעכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת במחיצת הקודש.
-טיילווייזע רשימה פון אדמורי"ם ורבנים הגהו"צ שליט"א וואס האבן זיך באטייליגט במשך די תפילות ועריכת השלחנות ביים געהויבענעם שבת בצל קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בארא פארק.
רבני ודייני קהלתינו הק' ובראשם כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, הגה"צ ר' משה פר"מ שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ.
רבני עיר בארא פארק: כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א וראש ישיבתינו בבארא פארק, הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקארוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א, הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ ב"ב בן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגה"צ אב"ד בערדזשאן שליט"א, הגה"צ ר' ברוך דוד ראטה שליט"א אבד מראה יחזקאל, הגה"צ ר' נפתלי מאיר באב"ד שליט"א אב"ד טארניפאל, הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א אב"ד מנחת חינוך וראה"כ טארטיקוב, הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט"א, הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט"א, הגה"צ אב"ד וואדיסלוב שליט"א, הגה"צ אב"ד בעסערמין שליט"א, הגה"צ ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אוהל תורה, הגה"צ ר' בנציון כ"ץ אבד דזבוי, הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים שליט"א.
8:05 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה"צ ר' משה פר"מ שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ, די רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה, נאכן דאווענען איז א ריזיגע ציבור פון טויזענטער תושבי "בפ צווישן זיי רבנים ודיינים פונעם שטאט אריבער א לענגערע צייט זאגן גוט שבת און שלום נעמען פונעם רבין.
די עסקנים האבן שנעל צוגעענדיגט צוגרייטן די ביהמ"ד סזאל זיין גרייט פארן עשה"ט, 10:25 איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט ווי עס האבן מיטגעגעסן די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות פון בארא פארק, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהת הכות: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גרין, פאר די פיש האט די רבי משמיע געווען דב"ק דברי תורה מוסר והדרכה פאר די תלמידי הישיבות וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער א האלבע שעה, צווישן אנדערע האט די רבי ארויסגעברענגט אז די דאווענען און לערנען דארף זיין מיט א קאך און מיט א התלהבות וואס די עצה פאר דעם איז 'זיך נישט נאכצוגעבן די תאוות' טראץ וואס מען וואוינט אין אמעריקע וואס די מהות המדינה איז מילו התאווה, אזוי אויך האט די רבי מעורר געווען אז מען דארף עסן מיט א היט און רעקל, און בענטשן פון אינעווייניג, דערנאך האט די רבי געבעטן די בחורים אדורך צו לערנען די הקדמה פונעם ספר הק' "דרך פקודיך"
במשך די סעודה מיט די הונדערטער בחורים איז עס מיטגעהאלטן געווארן דורך די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה שטייענדיג אויף די פארענטשעס, און נאכן סעודה פאר די זמירות האבן די בחורים איבערגעגעבן די פלעצער פאר די זקני ופני העדה,
כל מקדש: הגה"צ אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב שליט"א, מנוחה ושמחה: הגה"צ אב"ד קשאנוב שליט"א, די תורה איז געווען אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' בדרך דרוש און די סוגיא צו מען דרשנט 'את', קה אכסוף: כ"ק גאב"ד ציעשנוב שליט"א, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, עובדות וסיפורים איז געווען פון די ראפשיצע רב זי"ע און פון די נודע ביהודה זי"ע, קה רבון עלם: הגה"צ אב"ד טארניפאל שליט"א, די רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ ב"ב בן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א צו זינגן "רחם", ביי די פירות האט די רבי געגעבן פאר גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, די חתנים זענען אדורך נעמען פירות, עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ישעי ב"ר פנחס בראך -ב"פ און ר' יוסף ב"ר חיים לייב פר"מ -לעיקוואד, אז ביום השביעי: הגה"צ אב"ד בערדזאשאן שליט"א, מען האט געענדיגט 2:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Report
🌴 המשך מאנטאג אמור -פסח שני בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
חסל סידור פסח כהלכתו
נאכמיטאג ארום 5:20 איז די רבי אנגעקומען אין די זאל פון כינור דוד צום עריכת שלחן הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה "היכל התורה" וומ"ס, די רבי האט זיך געוואשן אויף חלה, און פאר די זופ האט די רבי געגעסן מצה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני פסח וניגוני יו"ט, אזוי אויך האט מען איבערגעגעבן א קוויטל פארן רבין פון די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך מקבל געווען נישט צו רעדן פארן דאווענען, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק ואכלו את הבשר בלילה הזה "בצלי אש" און ארויסגעברענגט אז מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט א 'אש' מיט א קאך און א פלאם פייער, דערנאך האט מען אריינגעברענגט 'מצה כרעמזלעך' און די רבי האט געטיילט פאר די גאנצע ציבור, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען די מנהל הרה"ג ר' יודל שטאלצבערג דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים הר"ר אלכסנדר יקותיאל לאנדא -ק"י הר"ר ארי אשר אינדיג -ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Photo
אינעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פאריעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל די פלאר (פאדלאגע) אין חדר שמואל בנימין פארענדיגט.
Report
🌴 מאנטאג אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ליפא הערשקאוויטש ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל, און פאר ב''ר יואל ברנ''ה קאהן ווי דער רבי איז געווען סנדק.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אהרן שמואל פוקס, וב"ר ישראל דוד גוטמאן, וב"ר יואל גאטליב, וב"ר יצחק וויינשטאק.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ב' פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאכן דאווענען איז די רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אוהל פיגא ווי עס איז פארגעקומען -ווי געמאלדן- די מעמד "יציקת הבורות" פאר די נייע צוגעבויטע מקוה, די רבי האט אריינגעגאסן די פאדערמענט און דערנאך מכבד געווען הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און דערנאך חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און די נדבני המקוה און די חשובי ופני הביהמ"ד. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע צוגעבויטע חלק ווי עס איז אויך פארגעקומען די מעמד "חתימת שטרות" פון די נדבני המקוה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון א מקוה, און אזוי אויך האט די רבי ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס ער הערט צוריק פון דעם ביהמ"ד די רבי האט געענדיגט מיט ווארימע ברכות פאר די נדבנים און פאר כל הקהל הקודש, דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, דערנאך האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פלענער אויף ווייטער.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה
יעצט פארמיטאג קומט פאר די מעמד "יציקת הבורות" פאר די נייע מקוה וואס ווערט צוגעבויעט צו בית מדרשינו אהל פיגא בקרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און דערנאך וועט פארקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
חסל סידור פסח כהלכתו
היינט ארום 4:00 נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד "פסח שני" און די זאל פון 'כינור דוד' בק"י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג.
בחודש השני בארבעה עשר יום בין הערבים יעשו אותו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב יצחק הורוויץ חתן הגה"צ אב"ד ביקאווסק לאנדאן שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א בת לבנו הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ חתן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א מטעמעשוואר.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן נכד כ"ק גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א בן לבנו הרה"ג ר' ישראל דוד הורוויץ חתן כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א בת לחתנו כ"ק אדמו"ר מראדוויל מב"פ שליט"א.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
יעצט פארנאכטס האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הגה"צ ר' ישראל קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אפנעמען ברכות קדשו לרגל התמנותו לאב"ד תולדות אברהם יצחק בארא פארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים געווינטשן ברכות לרוב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday13 Iyar 57814/25/2021
News
🌴 זונטאג אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יושע שמואל ווידער -ק"י הר"ר יואל ברי"א שטיין -ק"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
יעצט אויפדערנאכט קומט פאר א "אסיפת עסקנים" בקרב קהילתינו הק' קרית יואל און בעפארברייטונגענג צום גרעסטן "מעמד ההדלקה" קומענדיגן ליל שישי בקרית מלך רב קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בדרך אבותינו ורבותינו
מתוך דב"ק פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי פרקי אבות פארגאנגענעם שב"ק מברכים אייר איבער דאווענען פרי (די עירל"י מנין) ליל שב"ק.
Report
🌴 זונטאג אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די בריתן לבן הנולד לר' אייזיק ליפא קליין ור' יוסף אקער ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר ישראל פריינד וב"ר יואל מרדכי גוטמאן וב"ר יוסף דוב ראזענפעלד.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ב' פסוק ג',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ברכת מזל טוב להוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו למז"ט בת הנולד לנכדו הרב ברוך רוקח בן כ"ק אדמ''ר מקארוב שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט"א -חדב"ן. שישו ושמחו בשמחת רבינו
Photos · 5
יעצט מוצ"ש איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד סארוואש אין בארא פארק ווי די רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך האדמו"ר מסארוואש שליט"א, און דערנאך געפארוועט א מסיבת לחיים ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמיס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh12 Iyar 57814/24/2021
Video
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי 'ספירת העומר' יעצט מוצש"ק נאכן געהויבענעם שבת מרומם בקרב קהלתינו הק בארא פארק, באריכט פונעם שבת וועט נאכפאלגן.