🌴 פרייטאג אמור -ל"ג בעומר בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יחזקאל שרגא שטיין ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לכבוד התנא אלוקי אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, עס האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, מען האט געזינגן נגוני התעוררות ונגוני שמחה, די רבי האט מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' פארצוזינגען בר יוחאי, דערנאך האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און געטאנצן לכבוד היום.
ארום 12:55 איז די רבי אנגעקומען אין בית רחל פארדייס צום סעודה לכבוד היום אינאיינעם מיט די הונדערטער שיעור ג' פון די 8 סניפי ישיבה קטנה בק"י, די רבי האט געטאנצן לכבוד היום פאר עטליכע מינוט, ביים זיך וואשן האט די רבי אויפגעריסן די חלה כנהוג ביי רבותינו הק' ביי א טיש ערב שבת, נאך די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר עטליכע מינוט איבער די מקור פונעם מנהג פון נישט אויפשניידן די חלה ערש"ק און דערציילט א סיפור פונעם הייליגן דברי חיים זי''ע, נאך די פלייש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א פארצוזינגען בר יוחאי, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געזאגט תורה לכבוד היום, נאך די דברי תורה האט די רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים בפרט וויאזוי א איד דארף צו עסן, בענטשן פון אינעווייניג, עסן מיט א הוט, און זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות, מיט בענטשן האט די רבי מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל מקבל בברכת ברוך הבא בשם ה' כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
יהא בואו לברכה
Notice
קול רנה וישעוה באהלי צדיקים
דעם שב"ק קומט פאר די שמחת הקידושא רבא פון נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אייניקיל ביי חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א קומט פאר בצל הקודש אין ק"י.
די זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א איז צוגאסט אין שטאט לכבוד די שמחה.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
Notice
די נגידי בעם וואס האבן אפגעקויפט זכותים אדירים ביים גרעסטן מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
אור מופלא אור היקוד הם יוקדים
Notice
הארץ רייסענדע דברות קודש בבכיות נוראות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים הדלקה לאור האתון הנורא ה"י באתרא קדישא מירון.
ארום 12:00 וועט די רבי אנקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס ווי די רבי וועט מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד היום אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות קטנות שיעור ג' פון די 8 סניפי הישיבות בקרית יואל.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
אשרי העם הם לומדיך
"צענדליגע טויזענטער אידן ביים גרעסטן מעמד ההדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי"
Video
מעמד הדלקה בקרב קהלתינו הק' מאנטשעסטער בראשות כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א"
Video
"ביי די פייערדיגע ריקודים דורך די רבבות ישראל און צענדליגע רינגען זיך פרייענדיג בשמחת התנא אלוקי"
Video
אנא עבדא דקדושא בריך הוא
Video
אשרי עין ראתה הכהן גדול בעבודת הקודש
Video
"נגוני התעוררות בשעת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז מדליק די מדורה לכבוד התנא אלוקי"
כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק
Video
רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך
"נגוני התעוררות איידער כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז מדליק די מדורה לכבוד התנא אלוקי"
Video
הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א ביים פארזאגן תהילים ברוב עם פסוק בפסוק בשליחות קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
Video
"השי"ת יאמר לצרות ישראל די, ולא ישמע עוד שוד ושבר בבית ישראל, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות פאר כלל ישראל"
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז יעצט ארויף אויפן ספעציעלן פלאטפארמע ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט די רבי מדליק זיין די מדורת אש און דערנאך זיך ארויסלאזן אין פייערדיגע ריקודי קודש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
אשרי עין ראתה הכהן גדול בעבודת הקודש
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יעצט ביי די דברות קודש (בערך לשון קדשו):
"..די מגן אברהם וויל אונז דא לערנען ווען ספאסירט אזא אומגליק -ווי היינט באתרא קדישא מירון- אז די רצון קדשו פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי אז מען זאל מדחה זיין די אבילות לפני שמחתו" ..און אזויווי מידי שנה בשנה האמיר זיך געפרייט בשמחתו פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי במילא קען מיר נישט מדחה זיין די שמחה" ..אונז פרעג מיר נישט קיין קשיות פונעם מלך תמים דרכו ..אזויווי היינט איז די יומא דהילולא פונעם הייליגן תנא "מיז מיר זיך אנשטרענגן" מדארף מיר זיך משמח זיין בשמחת התנא אלוקי וואס איז א שמחה בכל עולמות.." די רבי איז יעצט ממשיך בדברי הכנה והתעוררות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
News
קול ה' חוצב להבות אש
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן (די 2'טע מאל) די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבכיות נוראות עצומות יעצט ביי די דברות קודש: "..לאמיר אלע זאגן תהילים און בעטן ביים מלך שמוע תפילה "שומר ישראל היט אפ אידישע קינדער, שמור שארית ישראל.." ".הייליגע באשעפער היט אפ כלל ישראל.." "..די אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מכל צרה וצוקה בכל מקומות מושבותיהם ובפרט תושבי ארה"ק, השי"ת יאמר לצרתינו די ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות."
דערביי האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א צו פארזאגן קאפיטלך תהילים ברוב עם. "יהו"ר שיתקבל תפילתינו ברחמים וברצון"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעהויבן יעצט די דברות קודש בבכיות נוראות איבער די שרעקליכע פאסירונג באתרא קדישא מירון
נהפך לאבל מחולינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קול ה' חוצב להבות אש
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די פייערדיגע דברי אלוקים חיים איידערן אנצינדן די מדורת אש לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום מעמד "ההדלקה רבתי" במעמד רבבות אלפי ישראל.
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 דאנערשטאג אמור בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אשר אנטשיל זאלדאן, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר משה ברוך זילבער, וב"ר יואל פאלאטשעק.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
וויכטיגע דערמאנונג פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל פאר די רבבות ישראל וועלעכע קומען זיך באטייליגן היינט נאכט ליל ל"ג בעומר אין שטאט קרית יואל ווי עס קומט פאר די גרעסטן מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי נישט ארויסצונעמען א סמארטפאון כתקנת הקהלה
Notice
סדר פון די באסעס פון אלע געגענטער צום שטאט קרית יואל ווי עס קומט פאר די גרעסטן מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
Notice
מאפע פון די טרעפיק אנווייזונגען היינט נאכט ליל ל"ג בעומר אין שטאט קרית יואל ווי עס קומט פאר די גרעסטן מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי
Notice
מאפע פונעם גרעסטן מעמד הדלקה היינט נאכט ליל ל"ג בעומר
Notice
מצוה בו יותר בשליחו
Report
למען רבוא רבבן חז ונהרי אש
"תאו והתכנשו להילולא דבר יוחאי"
מיט התרגשות דקדושה און התרוממות הנפש גרייטן זיך שווערע צענדליגע טויזענטער שלומי אמוני ישראל וועלכע קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק און קנאדא ווי יאר יערלך צום מעמד הנהדר הדלקה רבתי היינט נאכט ליל "ל"ג בעומר" לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וועלכע איז בלי ספק די גרעסטע מעמד הדלקה איבער דער גארער וועלט, מעמד קודש וועט אפגעראכטן ווערן תחת כיפת הרקיע אויפן ריזן שטח הענקי צווישן ביהמ"ד הגדול און מבצר הכוללים - פלאץ וועט אויסגערישט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור המשתתפים - ספעציעלע פלעצער פאר פרויען לענגאויס גארפילד ראוד פון העיס קארט ביז נאכן קאמיוטער פארקינג לאט עס ווערן איינגערישט די טויזנטער שטיי פלעצער אויף די הויך שטאקיגע פארענטשעס און די ספעציעלע "רחבת הריקודים" וואו דער ציבור לאלפים כ"י וועט ארויסגיין אין התלהבות'דיגע טענץ בשעת די מנהיג העדה הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אנצינדן די מדורה לכבוד התנא אלוקי און ממשיך זיין פאר א לאנגע צייט בשעת די מדורה פלאקערט, און איז שלהבת עולה מאיליה. אשרי עין ראתה הכהן גדול בעבודתו הקודש!!
נאך מעריב וועט די רבי ערשיינען ווי מען וועט זינגען נגוני התעוררות און דערנאך וועט מען הערן דעם קול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בדברי התעוררות והכנה בגודל קדושת היום דערנאך וועט די רבי מדליק זיין די מדורה באש קודש און זיך ארויסלאזן און פייערדיגע ריקודי קודש במשך די ריקודין וועט די רבי אפשערן צענדליגע חאלאקע קינדער, זעט עקסטער די פרטים פון די טראפיק און טראנספאנטאציע.
היינט קומט פאר די שיעור לחתנים דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פאר אלע חתנים מאנ"ש איבער גרעיטער ניו יארק וואס האבן חתונה אין חודש סיון תמוז בשעה 6:00 אין ביהמ"ד דברי חיים דקהלתינו הק' קרית יואל.