בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh26 Iyar 57815/8/2021

Photos · 2
בחורי גור ביי באזיך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם פרייטאג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday25 Iyar 57815/7/2021

News
היינט פרייטאג נאכמיטאג האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אויף אוהעל, הגה"צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א, הגה"צ ר' שמעון ראטמאן שליט"א בן /חתן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און הגה"צ ר' ישראל משה אלעווסקי שליט"א ראש ישיבת גור אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי גור פון ניו יארק וועלעכע וויילן אויף שבת אין נייעק אויף א שבת התאחדות, די רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי חיזוק והדרכה והכנה צום שבת התאחדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
עיני עיני ירדה מים

שטייענדיג נאך די שרעקליכע טראגעדיע פארגאנגענעם ל"ג בעומר באתרא קדישא מירון וועט בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארקומען דעם קומענדיגן ב' סיון 'יום המיוחס' -ה' במדבר א עצרת התעוררות "והייתם לי סגולה" בבית מדרשינו הגדול קרית יואל, מער פרטים וועט נאכפאלגן.

פלגי מים תרד עיני על שבר בת עמי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ברכת מזל טוב פון קהלתינו הק' מאנסי פאר די ראשי הקהילה הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף ראה"ק, און פאר הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראה"ק.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א וועט פארלערנען פרק און אפרעכטן של"ש דעי וואך בבית מדרשינו שכונת רעמסען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קהלתינו הק' ירושלים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ברכת מזל טוב פון קהלתינו הק' ירושלים פאר הגה"צ דומ"ץ הקהלה שליט"א לרגל הכנסת נכדו לעול התוה"מ למז"ט.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
צבי ואתרעי בן ומסר לן אורייתא

שבת לפני "קבלת התורה" בקרב קהלתינו הק' וויליאמסבורג!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
וקוי ה' יחליפו כח

מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילט אויף שבת אין חאלודדנא ענגלאנד אויף מנוחת הנפש בבית הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
דעם שב"ק נאכמיטאג 'שבת מברכים' וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר לערנען "פרקי אבות" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל בשעה 7:00
Notice
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

דעם ליל שב"ק קומט פאר די שמחת השלום זכור פון נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הנולד לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א -חדב"ן וחתן הגה"צ ראש ישיבת דושינסקיא שליט"א, קומט פאר בביהמ"ד הגדול דושינסקיא ירושלים בראשות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ביים עשה"ט פון רבינו שליט"א וועט מען אריינברענגן באנדלעך און זינגן ניגונים לכבוד השמחה.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קול רנה וישעוה באהלי צדיקים

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון הכלה נכדת רביה"ק זי"ע בת הרה"ג ר' סיני ט"ב בן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, מיט החתן בן הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג אב"ד גנזי יוסף לעיקוואד בן הגה"צ אב"ד פוליאנא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מווערדאן זצ"ל.

שישו ושמחו בשמחת רביה"ק זי"ע

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

היינט כ"ה אייר ווערט אפגעצייכנט די יום הצלה והשחרור פון כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור בעל בעל ברך משה זי"ע וועלעכע איז אין דעם היינטיגן טאג ניצול געווארן פון די דייטשע רוצחים, ווי אנ"ש דאנקן און לויבן דעם באשעפער "בימים ההם" אז ער אונז איבערגעלאזט לשארית לפלטה רביה"ק זי"ע וועלעכע האט ממשיך געווען דעם דרך הסלולה פונעם גרויסן פעטער בלי שום שינוי כל שהוא, ואי לאו האי יומא ווי אזוי וואלט סאטמאר אויסגעזען נאכן רבינס הסתלקות תשל"ט!! "און אפגעבן א שבח והודאה בזמן הזה" אז מיר קענען זיך האלטן בדרכו הקדוש ואשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען תלמידים פון מ"מ וממשיך דרכו בקודש בנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע איז ממשיך דעם חינוך הטהור בדרך הסלולה לנו פון רבותינו הקדושים זי"ע און גייט און די דרכים בדרך התורה והמסורה און רירט זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא פונעם הייליגן דרך!

ברוב ענותנותו האט די רבי נישט געלאזט מאכן דעם טאג פאר א יום ההודאה זאגענדיג אז ער איז יוצא מיט כ"א כסלו דעם פעטערס יום הצלה!!!

מודה אני לפניך ה' אלוקי על כל החסד אשר עשית עמדי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 דאנערשטאג בה"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ישראל דוב רייך, ולר' משה אהרן זאב ראזענבערג ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר משה קויפמאן וב"ר יואל מיטטעלמאן,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען האט די רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שלמה הערש ראזענפעלד וחתנו ר' חיים יודא גליק ע"פ בתו /אשתו.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדייס ווי די רבי האט באשיינט -ווי געמאלדן- די מעמד קדוש "ואטהר" קעגן פגעי טעכנאלגיע פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר, און משמיע געווען דעם דבר ה' וחובת השעה איבער די שעדליכקייט פון די כלים טמאים און איבער די גרויסקייט פון די בחורים פון זיך מאכן גדרים און דעי ענין קדוש.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יושע חיים שפיצער -וומסב"ג ר' יואל ב"ר יעקב פארגעס -ק"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday24 Iyar 57815/6/2021

Report
עיני עיני ירדה מים

היינט פארמיטאג איז פארגעקומען א עצרת הספד והתעוררות בהיכל מבצר הכוללים דקהלתינו הק' קרית יואל שטייענדיג ככלות השבעה פון הרה"ח ר' אליעזר צבי יוזשעף ז"ל מחשובי לומדי הכולל רבות בשנים וראש חבורת לימוד ספרי מוסר, וועלעכע איז ליידער אומגעקימען ל"ג בעומר ביים שרעקליכע טראגעדיע באתרא קדישא מירון, עס האבן אויפגעטרעטן די יו"ר הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א מנהל הכולל, און די ראשי הכוללים הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א -חדב"ן, הגה"צ ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, און הגה"צ ר' יחזקאל ראפאפורט שליט"א רב דביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל -לאנדאן.

פלגי מים תרד עיני על שבר בת עמי

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
לן יאית למיבכי

"מבצר הכוללים" דקהלתינו הק' קרית יואל איז מתאבל אויפן פטורה פון הרה"ח ר' אליעזר צבי יוזשעף ז"ל מחשובי לומדי הכולל רבות בשנים וראש חבורת לימוד ספרי מוסר וועלעכע איז ליידער אומגעקימען ל"ג בעומר ביים שרעקליכע טראגעדיע באתרא קדישא מירון.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ובאו כולם בברית יחד

פאלגנד איז די סדר פונעם מעמד קדוש ואטהר וואס קומט פאר היינט פאר תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דסאטמאר זיך מחזק זיין קעגן פגעי טעכנילאגיע בראשות די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באולם בית רחל פארדייס, עס וועלן אויפטרעטן הרה"ג פמ"מ מחנך נפלא ר' בערל טויבער שליט"א, הגה"צ ר' יחזקאל ראפאפורט שליט"א רב דביהמ"ד נועם התורה וראש ישיבת תפארת ישראל -לאנדאן, און מיטן דבר ה' וחובת השעה דורכן ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ואטהר ואתקדש בקדושה של מעלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי

ברכת יש"כ פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל פאר די עסקנים חשובים וואס האבן זיך אוועק געגעבן פאר די הצלחה פונעם גרעסטן מעמד הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פאלגנד איז א דעטילירטע באריכט פון די גרעסטע מעמד הדלקה לכבוד התנא אלוקי דעם ל"ג אין קרית יואל.

אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי:
וּמַה נָּעִים גּוֹרָלֵנוּ, בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי:

ווי יאר יערליך איז די שטאט קרית יואל פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' ווי סזענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגע טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן די גרעסטן מעמד הדלקה אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפן ריזן שטח צווישן ביהמ"ד הגדול אינעם מבצר הכוללים און די דערנעבענדיגע שטחים פון די גארפילד און העיס גאסן, בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די לעצטערע הכנות צום מעמד גדול איז אנגעגאנגן דעם ערב ל"ג בעומר ביז ווען און די סאמע לעצטע שעות הערענדיג די ביטערע בשורה פון אתרא קדישא מירון, אבער נאך א שטיק צייט הערענדיג דעם דעת קודש פונעם רבין אז די מעמד וועט אפגעראכטן ווערן ווי פלאנירט האט מען מיט געמישטע געפילן בבחינת פושט צורה ולובש צורה, זיך געגרייט צום מעמד הוד ונשגב.

און די באשטימטע צייט איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול -וואס איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג- צו תפילת מעריב, פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד ההילולא קדישא, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין -משב"ק, נאכן דאווענען איז די רבי צוגעגאנגען צו ספירה מיט א התרגשות והתלהבות דקדושה, גלייך נאך מעריב ארום 9:30 איז די רבי ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פיל מיט הרבנים הגהו"צ רבנים ודיינים שליט"א, מען האט אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות, נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און אנגעהויבן משמיע זיין הארצרייסענדע דברות קודש איבערן אסון נורא פון אתרא קדישא מירון, זיך שטעלענדיג אויפן פיוט "ולשדה תפוחים עלית ללקוט בו מרקחים" זאגענדיג אז אסאך פשטים בדרך דרוש ורמז איז שוין געזאגט געווארן אויף דעים, אבער היי יאר איז עס ליידער מקיום געווארן פשוט פשט, און מיט בכיות נוראות באוויינט די שרעקליכע טראגעדיע,. קיין טריקן אויג איז נישט געווען בשעת די רבי איז מתחנן און בעט זיך ביים מלך שמוע תפלה מיט הייסע בכיות אז השי"ת זאל שוין אפהיטן אידישע קינדער מכל צרה וצוקה ולא ישמע עוד שוד ושבר בבתי בני ישראל, ונהרי נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן דורך די שווערע רבבות ישראל, דערביי האט די רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א פארצוזאגן קאפיטלך תהילים לרפואת די הונדערטע פארוואנדערטע ביים שרעקליכן טראגעדיע, די ציעשנובע רב האט אנגעהויבן מיט א קול שועה ותפלה קאפיטל כ' פסוק בפסוק, גאר גרויס איז געווען די התעוררות ביי קאפיטל ק"ל בשעת די ציעשנובע רב האט עס פארגעזאגט בנוסח ימים נוראים מיט שטארקע בכיות, נאך אמירת תהילים האט די רבי ממשיך געווען מיט דברות קודש ארויסברעגענדיג די חובת השעה וואס ליגט אויף יעדעם צו זיך אנשטרענגן און באהאלטן די אבלות און מקיים זיין די רצון פונעם הייליגן תנא ר' שמעון זיך צו פרייען בשמחתו, דערביי האט די רבי נאכגעברענגט א מעשה וואס די מגן אברהם ברענגט איבער א גדול וואס האט געזאגט 'נחם' ל"ג בעומר על חורבן ביהמ"ק און איז נענש געווארן, זאגענדיג אז די מג"א איז א פוסק בקיצור נמרץ און ברענגט נישט קיין מעשיות, נאר דא וויל אונז די מג"א לערנען הלכה למעשה אז ווען ספאסירט אזא אומגליק איז אבער רצון קדשו פונעם הייליגן תנא אז מען זאל מדחה זיין די אבילות וועגן זיין שמחה, א בחינה פון מעבירין את המת מלפני הכלה, און אויסגעפירט אנא עבדא דקודשא בריך הוא אז מיר זענען קנעכט פונעם רבש"ע און מיר פרעגן נישט קיין קשיות, א עבד טוט וואס די אדון זאגט, און מען מיז זיך אנשטרענגן בבחינת אבלו בלבו וצהלו בפניו, און זיך משמח זיין בשמחתו פונעם הייליגן תנא וואס איז א שמחה אין אלע עולמות, נאך די פייערדיגע הקדמה האט די רבי ממשיך געווען מיט פייערדיגע דב"ק ודברי הכנה זיך שטעלענדיג אויפן פסוק בראשית ברא אלוקים וואס איז נוטריקין א'ור ת'ורת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט לכבוד היום, איבערן מנהג מקדמת דנא צו מאכן א מדרוה ל"ג בעומר, און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי התעוררות איבער ישיעות ורפיאות וואס כלל ישראל דארף און געבעטן ביים הייליגן תנא "אנא ברכם" בענטש אידישע קינדער אויסרעכענדיג בקשות פאר אידישע קינדער.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, נאך לענגערע מינוטין זינגען איין ניגון נאכן אנדערן, איז די רבי ערשינען אויפן ספעציעלן פלאטפארמע ביים 'מדורת אש' און ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער בפרט שטייענדיג נאכן שוידליכן טראגעדיע באתרא קדישא מירון, דאן האט הגה"צ אב"ד חומעלניק שליט"א -וואס די זכות הדלקה איז אפגעקויפט געווארן דורך בנו הרבני הנגיד ר' יודא ווייס פון ק"י- איבערגעגעבן די גרויסן פאקל פארן רבין, פאר לענגערע מינוטין איז די רבי געשטאנען מיטן פאקל בשעת מען זינגט דעם פארצייטישן ניגון התעוררות לכבוד התנא האלוקי, און ארום 11:00 האט די רבי אנגעצינדן בשלהבת אש קה די מדורת אש און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד קודש ביים מדורה לכבוד התנא האלוקי און האט אריינגעשלעפט די צענדליגע טויזענטער און פייערדיגע ריקודים בפרט ביים איבערזינגן צענדליגע מאל "בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" און "אנא עבדא", נאך א לענגערע צייט איז די רבי צוריק ערשינען ביים בימת הכבוד ווי מען האט געזינגען די נגונים לכבוד היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערנאך האט זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל און געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד התנא אלוקי, במשך די ריקודין האט די רבי אפגעשוירן אריבער 50 חאלאקאס וואס זענען אדורך כבני מרום, און אנגעטון א קאפל און טלית קטן און געווינטשן ווארימע ברכות פאר די עלטערן און זיידעס.

אשרי עין ראתה כל אלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
זיך גרייטענדיג צום יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ווען סקומען צו פארן טויזענטער אנ"ש אין קרית יואל צו זיין אויף יו"ט במחיצת הקודש איז געעפענט געווארן די וועד האש"ל גייט אריין אויף קול סאטמאר 77 פון די מעין מעניו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 מיטוואך בה''ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם ווערטהיימער, ולר' שמואל מרדכי שטיין, ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג', פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל פערל.

ביים דאווענען האט דער רבי פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק,

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ג' פסוק ט' און ארומגערעדט דברי חיזוק פאר די בחורים, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל איידליס -ק"י ר' שלמה מענדלאוויטש -ק"י

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days