בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגכ"ח אייר תשפ"א5/10/2021

באריכט
בגלל אבות תושיע בנים

היינט נאכט ליל הילולא קדישא פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זיעועכי"א וועט מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועלעכע האלט זיך אויף אין דעי טעג אויף א קורצע 'מסע קודש' במקומות הקדושים פוקד זיין די ציון הקדוש, אינאיינעם מיט די קבוצה בחורים תלמידי ישיבתינו בוויליאמסבורג וואס האבן זוכה געווען בגורל -ווי געמאלדן- און א קבוצה בחורים ורמי"ם פון ישיבה גדולה שיעור ד', דערנאך וועט פארקומען די מעמד "הנחת אבן הפינה" לבנין השני' להכנסת אורחים פרעמישלאן בראשות פונעם רב שליט"א, דערנאך וועט די רב שליט"א מפאר זיין בראש פונעם צענטראלן סעודת הילולא אין פרעמישלאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אוי מ"ה הי' לנו

עצרת התעוררות והתחזקות להתאסף לשוב אל ה' "לעורר רחמים - לשמוע דבר ה' " דעם קומענדיגע מיטוואך ר"ח סיון בבית מדרשינו הגדול קרית יואל בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

וכל בית ישראל בית יבכו את השריפה אשר שרף ה'

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
השתדלו והרבו תחינה

מטעם מוסדותינו הק' בקרית יואל ווערן אנ"ש געבעטן מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת די זקן המלמדים הגה"ח רבי עקיבא צבי בן עלקא רבקה (גאנץ) מלמד תשב"ר במוסדותינו הק' רבות בשנים.

והן קל קביר לא ימאס בתפילת הרבים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים ליינען תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א פארגאנגענעם מיטוואך אמור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ברוך הבא בשם ה'

מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנקומענדיג נעכטן פארנאכטס אין ליבוב עירפארט אין אוקריינא, אויפן וועג צום קורצן מסע קודש לקברי אבות בפרט על קברו פון הרה"ק ר' מאירל מפרעמשלאן זי"ע היינט נאכט ביודהל"ק,
-ווערט אפגעווארט דורך הרב ישראל הערש רייך שליט''א מייסד ומנהל הכנסת אורחים פרעמישלאן אוקריינא, ור"מ בישבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד' ".

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ז אייר תשפ"א5/9/2021

באריכט
מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וועט זיך היינט נאכט ארויסלאזן פון חאלדודנא ענגלאנד ווי די רב האט געוויילט די פארגאנגענע וואך אויף מנוחת הנפש, די רב וועט לאנדן אין ליבוב עריפארט און אפרעכטן א קורצע מסע קודש און פוקד זיין קברי אבותינו און אייראפע אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים תלמידי ישיבתינו הק' וויליאמסבורג, וואס האבן זוכה געווען בגורל ביי די שעות רצופות פארגאנגענעם ווינטער העעל"ט,

מארגן נאכט יומדהל"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע וועט די רב פוקד זיין ציונו הקדוש מיט די קבוצה תלמידים אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבות, אזוי אויך וועלן זיך באטייליגן א קבוצה בחורים ורמי"ם פון ישיבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד' " וועלעכע וויילן אין דעי טעג אויף א נסיעה למקומת הקדושים.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
סדר פון דינגען זיצן פרשת במדבר פאר יו"ט שבועות בצל הקודש אין קרית יואל.
באריכט
וויכטיגע בקשה מטעם די "וועד האש"ל" אויף יו"ט שבועות בצל הקודש אין קרית יואל: אזויווי סאיז נאך דא א גרויסע ציבור וואס זיכן דירות בפרט גרעסערע דירות וואס איז דערווייל דא א שטארקע מאנגל, בעט מען תושבי ק"י וואס האבן די מעגליכקייט ארויסצוגעבן דירות זאלן איבערלאזן א מעסעדזש ביים וועד האש"ל אפטיילונג אויף 'קול סאטמאר' 77 פון די מעין מעניו.

אזוי אויך בעט מען זיך צו האלטן צו די באשטימטע פרייזן, און מיט יעדע דאלאר ביליגער איז מען מקיים דעם 'גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכונה'!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
צילוב דעם יערליכע דינער פאר מוסדותינו הק׳ און מאנסי בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם קומענדיגן דאנערשטאג, וועט די גרויסע עצרת התעוררות "להתאסף לשוב אל ה' " לאור האסון הנורא באתרא קדישא מירון פארקומען אנדערש ווי געמאלדן דעם קומענדיגן מיטוואך ר"ח סיון בבית מדרשינו הגדול קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת בה"ב בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

פרייטאג נאכמיטאג 8:35 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' יעקב משה מיטלמאן, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך,

אינמיטן די טיש זענען אנגעקומען תלמידים פון ישיבת אור תורה לעיקוואד מיט די ראשי הישיבה וועלעכע האבן געוויילט אויף שבת אין ק"י, די רבי האט זיך באגריסט מיט די ר"י און געגעבן שריים פון די קיגל פאר די ראשי הישיבה.

כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער מדייני קהלתינו, מנוחה ושמחה: הרב וואלף שנעבאלג -ירושלים, די רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וידבר ה' אל משה בהר סיני לאמר -מה ענין שמיטה אצל הר סיני' און געטייטשט אז דורך דעם וואס מען האט געווארט נאך א טאג צו געבן די תורה בהר סיני איז א סימן אז הקב"ה איז חייש אויך אויף א דרבנן, במילא ווען די אידן זענען געגאנגען און גלות וואס איז געקומען בעוון שמיטה וועלן די אידן אבער אויסגעלייזט ווערן ווייל מדרבנן קען מען נישט נעמען א צווייטע ווייב אדער גט'ן בע"כ, קה אכסוף: ר' מיכאל ברוך ראטה -בני ברק, בענטשן: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן,

עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט לרגל די יום הצלה והשחרור כ"ה אייר פון אביו רביה"ק זי"ע -וואס די רבי האט מיטגעמאכט אין די קריג יארן און די נס ההצלה,

קה רבון עלם: הרה"ג ר' משה דוב אונגארישער -לעיקוואד, ביי די פירות זענען די חתנים דורך, נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט באנדלעך לכבוד די שמחת השלום זכור פונעם רבינ'ס אייניקיל בן הנולד לנכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און מען האט געזינגן לכבוד די שמחה, אויך איז געווען די שלום זכור ביי ר' יעקב עפשטיין אז ביום השביעי: ר' חיים יאקאב וויליאמסבורג, דערנאך האט מען ווייטער געטאנצן נגוני הודאה חסדי ה' לרגל די יום הצלה כ"ה אייר פון רביה"ק זי"ע, מען האט געענדיגט 1:30.

שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס, פסוקי שמע ישראל: הרב הערשל אשכנזי בן האדמו"ר מסטאניסלאוו, עליות, כהן: ר' אליעזר דוד גליק, לוי: ר' אהרן מתתי מערמלשטיין, שלישי: ר' בערל שטיין, רביעי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ב"ר הערשל מיטלמאן, חמישי: ר' יצחק ערעהנפעלד, שישי: די רבי, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' יואל ב"ר ישראל פערל, ור' שמחה בונם פארגעס, ור' יחזקאל שרגא גאלדבערגער, ור' משה לייב פריינד, שביעי: ר' משה יודא ווייס -די רבי האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: ר' חיים טאגער, מפטיר: ר' אהרן הערש בערקאוויטש, הגבה: הרב אברהם אלטר אונגארישער -לעיקוואד, גלילה: ר' חיים אלי פעלבערבוים, די רבי האט ר"ח געבענטשט, מוסף האט די רבי געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פונעם זיידן די וואלאווע רב זי"ע וואס געפאלט פרייטאג ג' סיון, פתיחה לאנעים זמירות: ר' מענדל עקשטיין, מען האט געענדיגט 12:40.

נאכמיטאג 7:10 איז די רבי אריינגעקומען צו פרק פארלערנען און זיך געשטעלט אויפן משנה פרק ה' משנה ד' 'עשרה ניסים נעשה לאבותינו' און געטייטשט אויף 12 אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר אז פון די עשר מכות פון יציאת מצרים דארף מען ארויסנעמען דרכים פאר עבודת ה' אמונה, שמחה של מצוה, מדות טובות, ובפרט אויפן ענין צו טיען מצוות ה' אפילו סקומט אן שווער נישט אויף א אופן פון 'באקוועמע אידישקייט', און ביים סוף דברי הכנה צו יו"ט שבועות מען האט געענדיגט 8:15,

צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:30, מנחה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין -משב"ק , הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא, כהן: הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ, לוי: הרה"ג ר' יואל ב"ר שמואל בערגער, שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, הגבה: די רבי, גלילה: הרה"ח ר' שמואל ווינער -בארא פארק, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'אם בחוקתי תלכי' און געטייטשט בדרך מוסר א מענטש דארף זיין א בחינה פון א הולך, שטייגן בתוי"ש יעדן טאג, אבער כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו, פארדעם דארף מען גיין יעדן טאג אין מקוה, קימען אין ביהמ"ד לערנען תורה צו מבטל זיין די כוחות הקליפות, ידיד נפש: ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: ר' דוד הערש מערץ -וומ"ס, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מעריב: די רבי, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט מוצ"ש האט באזיכט בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים פון ק"ק באבוב 45 וועלעכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.

דערנאך האט באזיכט תלמידי ישיבת אור התורה לעיקוואד אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה וועלעכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו און די בחורים זענען אדורך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג