🌴 א' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר מיכל טרעגער וב"ר יואל נטע טעללער
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ה', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ב"ר משה יודא ווייס -ק"י ר' יואל אלכסנדר שטערן -ק"י באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' אהרן אלעזר רובינפעלד -ק"י ר' יואל ב"ר שלמה גוטמאן -ק"י באולם כינור דוד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט פארנאכטס אפגעשטאט א באזיך אינעם גיגאנטישן "בנין לאה אסתר" בבית רחל במוסדותינו הק' קרית יואל אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות, נאכדעם וואס מוסדותינו הק' קרית יואל האט נארוואס באשטעטיגט אהערצושטעלן בליץ שנעל אינעם "גיגאנטישן אודיטאריום" א הערליכע חתונה זאל צו פארגרינגערן די מחותנים וואס זענען פון איין רגע אויפן צווייטן באצווינגען געווארן צו נעמען א מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 שב"ק פרשת נשא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 8:40 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יחיאל רובין, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, און סאיז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה לספרדים עטה"ק, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך, הגבהות הכוס לקידוש: החתן הרב שמעון ט"ב נכד כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל לאנדא -וומ"ס, מנוחה ושמחה: ר' יעקב פישער -ב"ב, די רבי האט געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכות כהנים און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עד ועד בכלל, קה אכסוף: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י ומנהל בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל, בענטשן: הגה"צ ר' מענדל פאנעט בן כ"ק אדמו"ר מדעעש בני ברק שליט"א, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט פון זקינו מרן הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט"ז סיון, קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב פוקס -ירושלים, ביי די פירות זענען די חתנים דורך, אז ביום השביעי: הרבני הנגיד ר' ישראל שיפף ראהק דקהלתינו מאנסי, מען האט געענדיגט 1:35.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' אנטשיל ווייס, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער, עליות, כהן: הרה"ח ר' משה אוריאל גברא -וומ"ס, לוי: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, שלישי: החתן ב"ר יודא שניצער, רביעי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל דיין ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק', חמישי: החתן ב"ר יואל מערץ, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' יעקב מענדלאוויטש, הרה"ג ר' אייזיק גליק, ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן, ר' מרדכי יאקאבוויטש, ר' יואל דוד לוסטיגמאן, שביעי: החתן ב"ר חיים וועצבערגער, החתן ב"ר שלמה קליין, החתן ב"ר פסח חיים קרעמער, הרה"ג ר' יצחק מוצען -וומ"ס, אחרון: החתן ב"ר אנטשיל ווייס, מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש -וומ"ס, הגבה: הרה"ח ר' שלמה קליין, גלילה: הרה"ח ר' יודא שניצער, מוסף: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער, מען האט געענדיגט 12:40.
קול רנה וישועה באהלי צדיקים אין שטוב ביים קידוש האט מען געזינגען לכבוד די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו שליט"א בת הנולד להרב ליפא רובין חתן הגה"צ ר' ברוך, און מאיז אריבער וואונטשן מזל טוב, די שמחת הקידוש איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ראפשיץ אין בארא פארק, ויקרא שמה בישראל פעסיל לאה נאך הרבנית הצדיקת מחברתה הטהורה פון רביהק זי"ע בעל ברך משה, שישו ושמחו בשמחת רבינו
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:45, מנחה: הרר אלחנן טויב, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינבערגער -וומ"ס, כהן: הרה"ג ר' אייזיק גליק, לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער, שלישי: הגה"צ ר' שמעי' גרינבוים, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ מיטלמאן, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק 'יברכך ה' וישמריך' און געטייטשט בדרך מוסר אז סאיז דא 2 אופנים ווי אזוי השי"ת ריפט אידישע קינדער, איינס 'קורה לה והוא באה' 2'טע 'הכישה במכל', כדי זוכה צו זיין בקריאה של חיבה איז נאר דורך עוסק זיין בתורה, און ארומגערעדט איבער די טראגעדיעס וואס כלל ישראל האט ליידער יעצט מיטגעמאכט בכמה מקומות מיט דעם הכישה במכל און מעורר געווען אויף לימוד התורה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל בר"א לעווי, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 11:10.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
די רב המכשיר צייגט פארן רבי'ן וויאזוי עס ווערט ארויפגעשריבן א אידישע ווארט אויפ'ן פלאש פון "דבש" מילך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
די משגיח הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א צייגט פארן רבי'ן די הידורים ביים באטלען און פארזיגלען די מילך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
די משגיח צייגט די "דבש לעיבלס" וואס ווערן געהאלטן אין א פארשפארטער ארט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
אנקומענדיג צום באטלינ"ג פלענט נעבן אלבאני.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
באזוך אין די שטאלן ווי עס ווערן פארזיכערט בע"ה אז די קוען ווערן געהאלטן אפגעטיילט אז א טריפה'נע קו זאל נישט אנקומען צום מעלקן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ביים בעאובאכטן די חליבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
דער רב המכשיר הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א צייגט פארן רבין די סאפיסטיקירטע קאמפיוטער סיסטעם וואס ערמעגליכט צו האלטן חשבון פונקטליך אויף יעדן ריר וואס שפילט זיך אפ בשעת'ן מעלקן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ביים איבערגיין די הלכות און הידורים מיט די רבני ומשגיחי וועד הכשרות דקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
די משגיח צייגט פארן רבין וואו די וועד הכשרות "פלאמבע" זיגלט הערמעטיש אראפ דעם טאנקער טראק, און דינט אלס "חותם" ביז דער טאנקער קומט אן צום באטלינג-פלענט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
ביים פענסטער פון וואו דער משגיח קען מיטהאלטן אלעס וואס שפילט זיך אפ אינעם "מילקינג פארלאר", און ער דארף זיין ביים פענסטער מינימום איינמאל יעדע 20 מינוט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
ארויפגייענד'יג אויפן פריוואטער פליגער אויפן וועג צו די פארמס אין אפסטעיט ניו יארק
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
באזוך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינאיינעם מיט רבני וועד הכשרות דקרית יואל, באאובאכטן די כשרות החלב אין די בארימטע "דבש פירמע" מיטצוהאלטן דעם גאנצע מערכת החליבה און פראדוקציע אפאראט מתחילתו ועד סופו.
ברכת יש"כ פון קהל יטב לב דסאטמאר קרית יואל פאר די עסקנים חשובים וואס האבן זיך אוועק געגעבן פאר די הצלחה פונעם יו"ט "שבועות אין קרית יואל" בצילא דמהימנותא קדישא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בהשתתפות רבבות אלפי אנ"ש.