די פראכטפולע נייע חתונה זאל "בית רחל אודיטאריום" הערליך צוגערישט!!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
די געטרייע עסקנים ביי די לעצטע פאזעס היינט נאכמיטאג נאכן בליץ שנעל איינרישן דעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן די מחותנים וואס זענען פון איין רגע אויפן צווייטן באצווינגען געווארן צו נעמען א מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נגד תורתינו הק', ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
תושבי קרית יואל וועלן זיך היינט מיטפרייען ביים ערשטן שמחת החתונה מיו"ח פון הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט שליט"א נאכן שמאכטן 20 יאר אין די פונסטערע טורמע צעלן און נישט קענען מיטהאלטן די שמחות, און דאנקן די אייבערשטער אויף די גאוואלדיגע ישועה הפודה ומציל מצרה לרוחה ומאפילה לאורה, קומט פאר אינעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" וועלעכע ווערט היינט באנייט לשמחות לב תושבי ק"י. שמחת חתן וכלה בשעה 9:00 כתקנת הקהלה.
מן המיצר קראתי קה ענני במרחב קה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה
מיט גרויס פרייד פאר תושבי ק"י קומט היינט פאר די ערשטע חתונה אינעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" וואס איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן דורך די געטרייע וועד החתונה תקנות שע"י קהלתינו הק' אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן דעי וואס האבן נישט ווי צו חתונה מאכן צוליב די שווערע מאנגל וואס האט זיך געשאפן מיט חתונה זאלן וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורתינו הק', עפ"י פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
און פאר די מחותנים ריפן מיר אויס: אשריכם גיבורי החיל!!! אשריכם מחותנים!! וואויל איז אייער חלק!! נישט געלאזט אריינשטעכן א שווערד אינעם תורה הקדושה!!! הראשונים נוטלים שכר כנגד כולם!!!
קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
היינט נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף -סיגוט שליט"א וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
פסק הלכה ודעת תורה פון הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע, בחומר הענין לסדר קידושין בלי רשות מהמרא דאתרא. (מתוך הדרשה במעמד אלפי העיר -יום א' משפטים תש"ע)
נתפרסם מחדש בבתי מדרשינו בפקודת קדשו פונעם דיין שליט"א.
פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקט די עדמין אויף טעלעגראם: @Satmara_NiyesAddmin Email: Satmaraniyes@gmail.com
וחפץ ה' בידינו יצליח, ויהו"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
🌴 ד' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אלכסנדר נחום גאטליב, וב"ר חנני' יו"ט ליפא וויינבערגער.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ה', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב יואל בר"י ראזענבערג ר' ישכר דוב מייעראוויטש, באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים הרב אנטשיל ווייס הרב איתמר טובי' ווידער, באולם בית רחל פארדייס.
יעצט פארנאכטס האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און זיידעס, און דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט חתן מחותנים און די זיידעס, אויך האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךט"ו סיון תשפ"א5/26/2021
בילדער · 4
סעודת הילולא לרגל הילולא קדישא של הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע בהכנסת אורחים פרעמישלאן בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, אויך האבן זיך משתתף געווען הרב אשר מרגליות שליט''א הויפט רב פון ווינה, און הרב אלימלך שוחט הויפט רב פון ליבוב -אוקריינא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
מעמד הנחת אבן הפינה לבנין הכנסת אורחים השני' פרעמישלאן אוקריינא, בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
די רב שליט"א ביי תפילת מעריב און ספירת העומר ליל ההילולא, און ביים עולה זיין לתורה ביומדה"ל, אינעם בנין הכנסת אורחים פרעמישלאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
די רב שליט"א ביים אנקימען אין פרעמישלאן אפגעווארט דורך די קבוצה רמי ובחורי ישיבה גדולה שיעור ד', און שפיץ פון הרב ישראל הערש רייך יו"ר ומייסד הכנסת אורחים פרעמישלאן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
קורצע נסיעה דורך מורינו הגה"צ אבד''ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים תלמידי ישיבתינו הק' וויליאמסבורג וואס האבן זוכה געווען בגורל ביי די שעות רצופות פארגאנגענעם ווינטער העעל"ט, אזוי אויך א קבוצה בחורים ורמי"ם פון ישיבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד' " וועלעכע האבן געוויילטאויף א נסיעה למקומת הקדושים, צום שטאט פרעמישלאן כ"ט אייר ער"ח סיון ביומדהל"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן.
(בפקודת קדשו איז נישטא קיין בילדער בשעתן פוקד זיין די ציון הקדוש)
לבקשת הרבים לייגן מיר ארויף די פולע רעקארדונג פונעם היסטארישן מעמד הכתרה דורך מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע לבנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אלס "מרא דאתרא" פון ק"ק קרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
שמחת התנאים פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' ליפא ט"ב אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א, פארגאנגענעם דאנערשטאג נשא באולם בית אסתר אין בארא פארק.