בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday16 Sivan 57815/27/2021

Photos · 3
די פראכטפולע נייע חתונה זאל "בית רחל אודיטאריום" הערליך צוגערישט!!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
די געטרייע עסקנים ביי די לעצטע פאזעס היינט נאכמיטאג נאכן בליץ שנעל איינרישן דעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן די מחותנים וואס זענען פון איין רגע אויפן צווייטן באצווינגען געווארן צו נעמען א מסדר קידושין שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, נגד תורתינו הק', ונגד פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
תושבי קרית יואל וועלן זיך היינט מיטפרייען ביים ערשטן שמחת החתונה מיו"ח פון הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט שליט"א נאכן שמאכטן 20 יאר אין די פונסטערע טורמע צעלן און נישט קענען מיטהאלטן די שמחות, און דאנקן די אייבערשטער אויף די גאוואלדיגע ישועה הפודה ומציל מצרה לרוחה ומאפילה לאורה,
קומט פאר אינעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" וועלעכע ווערט היינט באנייט לשמחות לב תושבי ק"י.
שמחת חתן וכלה בשעה 9:00 כתקנת הקהלה.

מן המיצר קראתי קה ענני במרחב קה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה

מיט גרויס פרייד פאר תושבי ק"י קומט היינט פאר די ערשטע חתונה אינעם נייעם אולם המפואר "בית רחל אודיטאריום" וואס איז בליץ שנעל איינגערישט געווארן דורך די געטרייע וועד החתונה תקנות שע"י קהלתינו הק' אלס א פראכטפולע חתונה זאל צו העלפן דעי וואס האבן נישט ווי צו חתונה מאכן צוליב די שווערע מאנגל וואס האט זיך געשאפן מיט חתונה זאלן וואס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורתינו הק', עפ"י פסק פונעם מייסד הקריה מרן רבינו הקוה"ט זי"ע און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א נישט צו חתונה מאכן שלא ברשות המרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

און פאר די מחותנים ריפן מיר אויס: אשריכם גיבורי החיל!!! אשריכם מחותנים!! וואויל איז אייער חלק!! נישט געלאזט אריינשטעכן א שווערד אינעם תורה הקדושה!!! הראשונים נוטלים שכר כנגד כולם!!!

קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
היינט נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף -סיגוט שליט"א וועלעכע וויילט אין דעי טעג אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
פסק הלכה ודעת תורה פון הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע, בחומר הענין לסדר קידושין בלי רשות מהמרא דאתרא.
(מתוך הדרשה במעמד אלפי העיר -יום א' משפטים תש"ע)

נתפרסם מחדש בבתי מדרשינו בפקודת קדשו פונעם דיין שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
להסיר מכשול

אזויווי לעצטענס דרייען זיך ארום געוויסע מעסעדזשעס אינטערן נאמען "סאטמאר'ע נייעס 🌴"
(נאכדעם וואס דער ציבור קויפט שוין נישט זייערע פאלטשע מעסעדזשעס..)

טוען מיר קלארשטעלן אז קיין שום מעסעדזש וואס ווערט נישט געלייגט אויף איינע פון אונזערע גרופס האט גארנישט מיט אונז!! און סאיז שקר מיסודו!!

צו באקומען די קראנטע "סאטמאר'ע נייעס", באריכטן /בילדער בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און ארום קהלתינו הקדושות, גייט ארויף אויף איינע פון אונזערע גרופס. 👇👇👇

טעלעגראם:
https://t.me/Satmara_Niyes

טוויטער:
https://twitter.com/satmara_niyes

וואטס עפפ:
גרופ 1 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 2 (פיל):
וואטסעפפ גרופע

גרופ 3:
וואטסעפפ גרופע

פאר הערות /קאמענטארן, שיקן נייעס/בילדער, קאנטאקט די עדמין אויף טעלעגראם: @Satmara_NiyesAddmin Email: Satmaraniyes@gmail.com

וחפץ ה' בידינו יצליח, ויהו"ר שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 ד' בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴

די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים -שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר אלכסנדר נחום גאטליב, וב"ר חנני' יו"ט ליפא וויינבערגער.

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ה',
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרב יואל בר"י ראזענבערג ר' ישכר דוב מייעראוויטש, באולם כינור דוד.

און ביים חופה פון די מחותנים הרב אנטשיל ווייס הרב איתמר טובי' ווידער, באולם בית רחל פארדייס.

יעצט פארנאכטס האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת החתונה בבית גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, די רבי האט געטרינקן לחיים און געווינטשן ברכות קדשו פאר די חתן מחותנים און זיידעס, און דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט חתן מחותנים און די זיידעס, אויך האט זיך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday15 Sivan 57815/26/2021

Photos · 4
סעודת הילולא לרגל הילולא קדישא של הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע בהכנסת אורחים פרעמישלאן בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, אויך האבן זיך משתתף געווען הרב אשר מרגליות שליט''א הויפט רב פון ווינה, און הרב אלימלך שוחט הויפט רב פון ליבוב -אוקריינא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
מעמד הנחת אבן הפינה לבנין הכנסת אורחים השני' פרעמישלאן אוקריינא, בראשות מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
די רב שליט"א ביי תפילת מעריב און ספירת העומר ליל ההילולא, און ביים עולה זיין לתורה ביומדה"ל, אינעם בנין הכנסת אורחים פרעמישלאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
די רב שליט"א ביים אנקימען אין פרעמישלאן אפגעווארט דורך די קבוצה רמי ובחורי ישיבה גדולה שיעור ד', און שפיץ פון הרב ישראל הערש רייך יו"ר ומייסד הכנסת אורחים פרעמישלאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
קורצע נסיעה דורך מורינו הגה"צ אבד''ק ור"מ וומסב''ג שליט"א אינאיינעם מיט א קבוצה בחורים תלמידי ישיבתינו הק' וויליאמסבורג וואס האבן זוכה געווען בגורל ביי די שעות רצופות פארגאנגענעם ווינטער העעל"ט, אזוי אויך א קבוצה בחורים ורמי"ם פון ישיבתינו "ישיבה גדולה שיעור ד' " וועלעכע האבן געוויילטאויף א נסיעה למקומת הקדושים, צום שטאט פרעמישלאן כ"ט אייר ער"ח סיון ביומדהל"ק פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן.

(בפקודת קדשו איז נישטא קיין בילדער בשעתן פוקד זיין די ציון הקדוש)

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מזל טוב קרית יואל!!

אשריכם גיבורי החיל!!! אשריכם מחותנים!! וואויל איז אייער חלק!! נישט געלאזט אריינשטעכן א שווערד אינעם תורה הקדושה!!!

מהם ילמדו וכן יעשו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
עשה למען בניכם אם לא למעניכם

מעשה נורא הידוע ביי מרן הגה"ק ר' עקיבא אייגער זיעוכי"א: געווען עלטערן וואס האבן אים געברענגט זייערס א קינד וואס האט ליידער נישט פארשטאנען דאס לערנען, האט אים די גאון געפרעגט צו ער איז נזהר אין די כשרות פון די מאכלים וואס ער געט פארן קינד, דער איד א ירא שמים האט זייער מקפד געווען אויף הכשרים! האט די גאון געהייסן נאכגיין וואס די קינד האט אלס געגעסן אינדרויסן פון שטוב, און נאכן נאכגיין די זאך איז מען געוואויר געווארן אז דאס קינד -איינמאל אהיים גייענדיג מיט זיין חבר נאכן לערנען ביים מלמד, זענען זיי אריין צו א חתונה וואס איז געווען 'שלא ברשות' און ער האט דארט געגעסן די פלייש (דער שוחט איז געווען א ירא שמים נאר נישט געוויסט ווי דאס פלייש גייט) און דאס האט דער הייליגע ר' עקיבא אייגער זיעוכי"א מרגיש געווען אז דאס האט פארשטאפט דאס קינדס מוח!

הוי זהיר בגחלתן של חכמים!! סאיז א שפיל מיט פייער!!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כל זמן שלא יתבטלו המהרסים לא יתבטלו הגודרים!
-דברי הרה"ק משיניאווא זצ"ל מובא כמה פעמים בספה"ק ברך משה.

ובשם השם נעשה ונצליח!

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
פסק הלכה מהגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע איז נתמנה געווארן דורך רבינו הקוה"ט זי"ע בחומר הענין לסדר קידושין בלי רשות מהמרא דאתרא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מכתב קודש ופסק הלכה מאת מרן רבינו הקוה"ט זי"ע מייסד קריתינו "קרית יואל יצ"ו" בחומר הענין לסדר קידושין בלי רשות מהמרא דאתרא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
רביה"ק זי"ע ביים זאגן שבע ברכות נאכן בענטשן.
🎵 Audio · 1:37⬇ Download 322 KB
Audio
הרה"ג ר' מענדל פריעדמאן ראש הישיבה ביים פארליינען די "כתר רבנות".
🎵 Audio · 4:16⬇ Download 786 KB
Audio
פייערדיגע הארציגע דברות קודש מנהמות לבו הטהור פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זיעוכי"א - חלק א'.
🎵 Audio · 30:39⬇ Download 5.3 MB
🎵 Audio · 34:16⬇ Download 5.9 MB
Photo
לבקשת הרבים לייגן מיר ארויף די פולע רעקארדונג פונעם היסטארישן מעמד הכתרה דורך מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע לבנו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אלס "מרא דאתרא" פון ק"ק קרית יואל יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
שמחת התנאים פון נכד רביה"ק זי"ע החתן בן הגה"צ ר' ליפא ט"ב אב"ד סאסוב ב"פ בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ רב דקהלתינו 15 שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' יואל מענדל אשכנזי שליט"א אב"ד קאריץ ב"פ בן הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא י"ם שליט"א, פארגאנגענעם דאנערשטאג נשא באולם בית אסתר אין בארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days