יעצט נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור קודש ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש גיסו כ"ק אדמו"ר ממרכז וויזניץ שליט"א וועלעכע וויילט און דעי טעג אין ניו יארק, אפנעמען ברכות קדשו און איינלאדענען צום חתונה פון א אייניקיל מארגן אין וויליאמסבורג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה'
און ליכט פון די שווערע מאורעות הזמן ובפרט ווען מען איז זקוק פאר א שמירה עליונה אז די זומער זאל דורך גיין בשלום, קומט היינט "כ' סיון" פאר א גרויסע מעמד עצרת רחמים והתעוררות במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג.
עפ"י קריאת ובפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ליגט א חוב אויף אנ"ש תושבי וויליאמסבורג זיך משתתף זיין ביים עצרת רחמים והתעוררות
מען וועט דאווענען מנחה און דערנאך אמירת תהילים וי"ג מדות של רחמים ברוב עם, פתיחת עצרת דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב ביהמ"ד ברך משה, א רייכע דרשה וועט מען הערן דורך הרה"ג פמ"מ ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א חובת השעה ומשא המעמד דב"ק דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, עם ה' חזקו ונתחזקה וועט מען הערן דב"ק פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
לכו ונשיבה אל ה' כי הוא טרף, יך ויחבשנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א אויף א באזוך ביי מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל נשיאו בנו הצעיר למז"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קרן הבנין אפדעיט #17 פונעם מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פראיעקט לפאר ולרומם בית ה' בית גדול וקדוש בית מדרשינו הגדול בקרית יואל
אפדעיט 1 פון די ארבעט איבערצובויען און פארשענערן די צענטראלע מקוה אין ביהמ"ד הגדול.
והיו לשם ולתפארת
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday19 Sivan 57815/30/2021
Report
🌴 א' שלח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר ישראל מאיר הכהן פריעדמאן, וב"ר דוב ארי אשר שווארטץ, וב"ר חיים אליעזר העללער, וב"ר ישכר דוב ראזענבערג.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ד' פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר קלמן גפן ר' יואל ב"ר יודא כ"ץ באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' דוד משה ניישטאדט ר' משה הערש בראך באולם בית רחל פארדייס.
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' שלמה אלימלך שטיין ר' יואל ברא"ש שווארץ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 שב"ק פרשת בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פרייטאג נאכמיטאג 8:50 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין, נאכן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת, א קורצע צייט נאכן דאווענען איז די רבי אריינגעקומען צום עשה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, אשת חיל: די אייניקיל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב, הגבהות הכוס לקידוש: די איינקיל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי, כל מקדש: ר' נחמן כהנא ב"ב, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' פסח עקשטיין ירושלים, די רבי האט געזאגט תורה אויף די מדרש "הרוצה לידע תחיית המתים מן התורה, יראה והנה מרים מצורעת כשלג" און געטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין צו משה רבינו איז געווען א כהן, אינמיטן די תורה האט זיך די לעקטערס אויסגעלאשן -צוליב א פאל וואס איז געפאלן צוליב די שווערע וועטער- די רבי האט ממשיך געווען די תורה, ובתלהבות אש די נגונים לכבוד שבת. קה אכסוף: הרב מרדכי אהרן ראבינאוויטש -ירושלים, בענטשן: נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי רב דביהמ"ד רב טוב, עובדות וסיפורים דעי וואך האט די רבי פארציילט איבער די ביטערע היסטאריע פון כלל ישראל פון כ' סיון ובפרט פון גזירת ת"ח ות"ט, צוליב די פארלאשענע לעקטער האט די רבי געהייסן אריינברענגן די פירות און די חתנים זענען נישט אדורך, און מען האט געזינגן אז ביום השביעי, פארן ארויסגיין האט די רבי אויסגערופן אז "מען זאל ארויסגיין פארזיכטיג, שטייט און נישט שטיפן", מען האט געענדיגט 1:30.
שב"ק צופרי איז די רבי אריינגעקומען 9:40, פסוקי דזמרה: הר"ר קלמן גפן, צו שחרית איז די רבי צוגעגאנגען, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זושא ווייס -וומסב"ג, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן מאנסי, עליות, כהן: החתן ב"ר מאיר מענדל ווייס, לוי: הרה"ג ר' נחמי קרויס -קרית טאהש, שלישי: החתן ב"ר יואל ווידער, רביעי: החתן בן הר"ר יואל גרינוואלד, חמישי: החתן בן הר"ר קלמן גפן, שישי: רבינו שליט"א, נאכן עולה זיין האט די רבי געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' אברהם פאלאטשעק, ר' ישראל שלום אונגאר, ר' אלי עזרא מיללער, שביעי: הגה"צ ר' יוסף חיים גרינוואלד, הוספות: החתן ב"ר מענדל ווידער, החתן ב"ר שלמה בוים, החתן ב"ר איתמר טובי שווארץ, החתן ב"ר שלמה קליין, החתן ב"ר אנטשיל ווייס, אחרון: החתן ב"ר מענדל מאיר גליק, מפטיר: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפל, הגבה: הרה"ח ר' יוסף אלי אייגנער, גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין, מוסף: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה דוד פערל, מען האט געענדיגט 12:35.
צו מנחה ושל"ש איז די רבי אריינגעקומען 8:50, מנחה: הרה"ח ר' משה יודא הירש, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שפירא, כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס, לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער, שלישי: הרה"ח ר' קלמן ווייס -מאנטריאל, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' יואל מערץ, ביי של"ש האט די רבי מכבד געווען מיט אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך די רבי געשטעלט אויפן פסוק "בהעלותך את הנירות -להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" און געטייטשט בדרך מוסר אז א איד וויל זיין מצוות זאל זיין אפגעהיטן זאל ער ער עוסק זיין בתורה, ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש, קל מסתתר: הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן, די רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות, מעריב מוצ"ש: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גיטע וואך מען האט געענדיגט 11:05.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
נעכטן מוצ"ש ארום 12:30 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין מאנסי אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאד וועלעכע האט אפגעקויפט די זכות שם הבנין פונעם נייעם גיגאנטישן "בנין הבית רחל" דמוסדותינו הק' אין שטאט פאר די פאנטאסטישע סומע פון "2 מיליאן" דאלער. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאלקע מאנסי שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב מגי"ש בקהלתינו מאנסי, ווי אויך האט אויפגעטרעטן די חשובע נדבן וועלעכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו מיט די געוואלדיגע זכיה וואס ער האט אפצוקויפן אזא גרויסע זכות וואס וועט אים באגלייטן לעולמי עד, דערנאך האט די רבי משמיע געווען דב"ק און מאציל געווען ברכות קדשו פארן חשובן נדבן ומשפחתו, און ארויסגעברענגט זייערע פעולות צדקה וחסד בכלל, ובפרט פאר ביקור חולים, דערנאך האט זיך די רבי אומגעקיקט אינעם אפיס פון "ביקור חולים" מיט אלע אירע פעולות וואס גייען ארויס פון דארט און אנגעווינטשן גאר ווארימע ברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון כלה אייניקיל ביי כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א טאכטער פון זיין זון הרה"ג ר' אליעזר צבי הורוויץ חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מיט החתן בן הרה"ג ר' יצחק דוד טווערסקי בן הגה"צ ר' מנחם מענדיל מטריסק לאנדאן, וחתן הגה"צ ר' אלכסנדר יו"ט ליפא לאבין זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר מזידטשויב זצ"ל,
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday17 Sivan 57815/28/2021
Notice
קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי מיט ברכת מזל טוב פאר הגה"צ רב הקהילה שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
סדר "שבת של שמחה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה
דעם שב"ק קומט פאר די "שבת של שמחה" בקרב קהלתינו הק' מאנסי שבת עלי לתורה פון החתן הרב ישעי וואזנער יונגסטע זון פון הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו הק' מאנסי שליט"א אייניקל פונעם פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"ג ר' ליפא גרויס בן הגה"צ ר' אלי מקערעסטיר בערבעשט, וחתן הגה"צ ר' אברהם ווייס מפרעשבורג, קומט פאר בבית מדרשינו הגדול מאנסי.
סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "קרית יואל" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען מאנטאג קרח אין די פראכטפולע זאלן פון "בית רחל פאראדייס".
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
ויו"ט היו עושין
סיום מס' יבמות בחבורת יסודי התורה בקרב קהלתינו הק' "וויליאמסבורג - בארא פארק" בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומענדיגען זונטאג קרח אין די זאלן פון "עטרת אברהם" אין וויליאמסבורג.
ביהמ"ד המפואר דקהלתינו הק' וויליאמסבורג "בנין געלבשטיין" ווערט פארברייטערט בנדבת לבו פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בראך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
די לעצטערע ארבעט ביים הרחבת גבולי הקדושה ביי בית מדרשינו אבני צדק דקהלתינו הק' ק"י ווי די ביהמ"ד ווערט פארדאפלט!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNoticeReport
🌴 פרייטאג בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
די רבי האט געדאוונט שחרית אין תלמיד תורה "בנין ווידער פאלטשעק". פארן דאווענען איז דער רבי אריין אין די לאנטש רום ווי עס זענען געווען פארזאמעלט תלמידי כיתה א' ב' סניף הר"ר יואל אקער, ווי די קינדער האבן געזינגן ניגונים, די רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די תשב"ר און געווינטשען "א גוט שבת". די רבי האט געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי כיתה ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס. פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל כ"ץ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כיתה ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס, און פאר די תלמידי כיתה ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש די רבי האט ארומגערעדט בנוגע לימוד התורה, כיבוד אב ואם, און נאך, דערנאך האט דער רבי געטיילט שריים פאר די אייניקלעך און פאר די בר מצוה בחור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעה מטעם "בית האופה המהודרת" דקהלתינו הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
פארגאנגענעם דינסטאג אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזיכט אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יצחק קליין ווי עס איז פארגעקומען די לחיים וחתימת שטרות וואס ר' יצחק האט אפגעקויפט די זכות פונעם נייעם "מקוה רבינו" בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
פארגאנגענעם דינסטאג אין וויליאמסבורג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינגעשריבן די אותיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה ר' פנחס משה לאנדא, וואס וועט א"יה אריינגעגעבן ווערן קומענדיגען א' קרח בבית מדרשינו הגדול בארא פארק בהשתתפות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה עד ה'
און ליכט פון די שווערע מאורעות הזמן ובפרט ווען מען איז זקוק פאר א שמירה עליונה אז די זומער זאל דורך גיין בשלום, וועט פארקומען א גרויסע מעמד עצרת רחמים והתעוררות קומענדיגען "ב' שלח כ' סיון" במעמד אלפי ישראל בבית מדרשינו הגדול וויליאמסבורג.
מען וועט דאווענען מנחה און דערנאך אמירת תהילים וי"ג מדות של רחמים ברוב עם, פתיחת עצרת דורך הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ ורב ביהמ"ד ברך משה, א רייכע דרשה וועט מען הערן דורך הרה"ג פמ"מ ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א חובת השעה ומשא המעמד דב"ק דורך מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, עם ה' חזקו ונתחזקה וועט מען הערן דב"ק פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א
לכו ונשיבה אל ה' כי הוא טרף, יך ויחבשנו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים שמחת החתונה ביים ערשטן חתונה אינעם נייעס פראכטפולן זאל "אולם בית רחל אודיטאריום"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
פולע דרשה פסק הלכה ודעת תורה פון הגאון האדיר מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ קרית יואל שליט"א בחומר הענין לסדר קידושין בלי רשות מהמרא דאתרא, במעמד אלפי העיר -יום א' משפטים תש"ע
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
אין א טאנץ מיטן זיידן הרה"ח ר' מרדכי יצחק סאמעט.
Video
כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א אין א פייערדיגע ריקוד לפני הכלה ביים ערשטן חתונה אינעם נייעס פראכטפולן זאל "אולם בית רחל אודיטאריום"
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
🌴 דאנערשטאג בהעלותך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א 🌴
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אליקים יודא גרינוואלד ווי די רבי איז געווען סנדק ומוהל.
די רבי האט געדאוונט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב מאיר ווייס, וב"ר יואל געלבשטיין, וב"ר יואל ברא"י ווייס.
פארן דאווענען האט די רבי געצינדן 5 ליכט לרגל ההילולא קדישא של זקינו הרהק ר רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי''ד.
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די וועכנטליכע סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת שבועות,
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי, די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים גרויסן מעמד ואטהר ווי די בחורים האבן איבערגעגעבן די קבלות פארן רבין און באקומען א מטבעה קודש פונעם רבין.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
פארנאכטס האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה בוים ר' יואל ברי"א אייגנער באולם בית רחל פארדייס.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' מרדכי ווידער ר' יונה דוד פערל באולם כינור דוד.
און ביים חופה פון די מחותנים ר' שלמה קליין ר' אביגדור מאיר סאמעט -טאהש באולם קרן ויואל משה.
(ביים שמחת החתונה אינעם נייעם פראכטפולן אולם "בית רחל אודיטאריום" האט מסדר קידושין געווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א ברשות פונעם מרא דאתרא נאך ווען סהאט געהייסן די חתונה אינעם גע'אסר'טען טעראר זאל)
שפעטער האט די רבי געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' יואל ברש"ז פאלטשעק ר' וואלף ברי"ד לאנדא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כוח הקדושה האט געזיגט!!!
כשעמדה מלכות יון הרשעה על עמך ישראל.. להעבירם מחקי רצונך.. ואתה ברחמיך הרבים עמדת להם.. ולעמך ישראל עשית תשועה גדולה!!